Advertisement

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג מאי 17, 2010 9:14 am

די עראו איז א סינגל אדער א דאבל?

Advertisement

מאנטאג מאי 17, 2010 9:18 am

א סינגל

מאנטאג מאי 17, 2010 9:22 am

איך גלויב אז מיטן אריינשיקן אויף פאסט אדער אונליין האסטו נישט קיין שאנס.

אויב ווילסטו דאס פייטן דארפסטו אראפגיין אין פערזאן, מאך אסך קלארע בילדער פונעם ביידע בלאקן אריינגערעכענט אלע סיינס און שטאנגען וכו', און בעט דעם זשאזש ער זאל דיר צייגן לויטן טיקעט ביי וועלכע ספאט דו ביסט געשטאנען, ווייל געזעצליך וואלט דער שווארצער גארבעזש בעג געברויכט שרייבן NS MAIN ST. 10 FT N OF RT. 306 לכאורה.
קענסט טענה'ן דו ביסט געפארק געווען ביי די אנדערע כשר'ע חלק.

אבער דאך גיב איך עס גאר גאר א שוואכן שאנס פאר סוקסעס.

מאנטאג מאי 17, 2010 9:28 am

מיינסט דער וואס טוט עס פאר געלט קען עס בעסער טוהן פאר מיר? איך דארף צוריק מיין טאוינג געלט.

מאנטאג מאי 17, 2010 9:32 am

די פראגע וואס איז די אנדערע חלק בלאק?
שוועמל, מ'קען בקומען פון די DOT א ריפארט פון אלע סיינס וואס ברויכן זיין אויף דעי בלאק און ער קען זאגן אז ער איז געשטאנען ביי די אנדערע סיין און זיין טיקעט איז אינוועליד אפילו מ'איז למעשה באגאנגן אנאנדערע עוולה.
א נאוטערייזט צעטיל פון א וויטנעס אז די ביסט געשטאנען טאקע אוועק פונעם אנגעבליכן סיין קען דיר ציניץ קומען.
שוועמל, זיי מער אפטעמיסטיק, איך וואונטש אים סך הצלחה, דו אויך, רעכט?

מאנטאג מאי 17, 2010 10:07 am

פליגל האט געשריבן:שוועמל, זיי מער אפטעמיסטיק, איך וואונטש אים סך הצלחה, דו אויך, רעכט?

פליגל זיי מער רעאליסטיש. מען דיעלט דא מיט לעגעלע פארמאליטעטן, אנע געפילן. הצלחה וואונטש איך אים אבער איך וואלט נישט געוואלט פארפאטשקענען פיר שעה צייט בלויז ארויסצוקומען גילטי.

בעילי, א פראפעסיאנעלער טיקעט פייטער האט א בעסערע שאנס יא, אויב ביסטו וויליג צו געבן פופציג פראצענט דערפון געב עס איינעם.

מאנטאג מאי 17, 2010 10:26 am

אראפגיין איז מען עובר אויף בל תשחית (א שאד די צייט, געלט וואס מ'קען פארדינען וכו') און בל תשקצו (כ'בין שוין דארט געווען נישט נאכאמאל גאדאכט), איך שיק עס אריין אין די פאסט און זאל ער אויך טוהן די זעלבע עס איז ביליג ס'קאסא ווייניגער ווי א דאללער.

הצלחה!!!

דאנערשטאג מאי 20, 2010 6:56 pm

לכבוד יום טוב!

איך קום אהיים מוצאי יום טוב פון שול און איך זעה א טיקעט אויף מיין פענסטער! (אנטיסעמיטן!). וואס איז? איך האב געפארקט 6 פוס אוועק פון א פאמפ.
איך קוק אויפ'ן טיקעט זעה איך אז עס האט א ראנג אדרעס. איך האב געפארקט למשל אין פראנט פון 2314 -50 סטריט און עס שטייט אז איך בין געוועהן ביי 2314-51 סטריט.
איז דא עפעס וואס איך קען טוהן?
גוט וואך און שכוח!

דאנערשטאג מאי 20, 2010 8:00 pm

אודאי קענסטו טון, גיי קוק צי ביי 2314-51 איז דא א פייער-היידרענט, אויב נישט מאך גענוג פיקשורס און שיק עס אריין אז ס'יז בכלל נישטא דארט קיין פאמפ.

דאנערשטאג מאי 20, 2010 8:16 pm

There's no such address!

דאנערשטאג מאי 20, 2010 9:19 pm

נאך בעסער!

דאנערשטאג מאי 20, 2010 9:44 pm

How do I proceed with that?

דינסטאג מאי 25, 2010 4:28 pm

שוועמל האט געשריבן:אודאי קענסטו טון, גיי קוק צי ביי 2314-51 איז דא א פייער-היידרענט, אויב נישט מאך גענוג פיקשורס און שיק עס אריין אז ס'יז בכלל נישטא דארט קיין פאמפ.


מיר האט אמאל געזאגט א שטאטישע פארהאנדלער פון דו "ביזנעס דיפארטמענט"(א שיינע מאסקע) אז מ'קען גארנישט זעין פון 2 3 פיקטשערס, און ס'דארף זיין כאטש א 10 פיקטשערס צו קענען דיסמיסן.

מיטוואך יוני 02, 2010 10:39 am

אין די נאנטע טעג האב איך א סעלפאן טיקעט ווער קען אראפגיין פאר מיר?

נאר אויב ער האט כאטש 80 פרעצענט שאנס צו דיסמיסן, גרייט צו באצאלן

מיטוואך יוני 02, 2010 12:00 pm

שהחיינו וקימנו והגיענו.....
געהאט נעכטן דאס ערשטע באגעגעניש מיטן פאליסמאן, פארפאלן אז מען דערלעבט, דערלעבט מען..
וואס זאגסטו? א באגעגעניש? אבער נאך ווי א באגעגעניש! צוויי פארציעס האט ער מיר דערלאנגט. איינס פארן דרייוון ראנג וועי אויף א וואן וועי (זינט ווען איז דאס נישט ערלויבט?) דאס צווייטע פארן דייעלן אויפן סעל כאטש כ'האב געהאט א בלוטאט.
אצינד אפאר פראגן פאר ווער עס קען ענטפערן
1 - אויב פעהלט ביי די אדרעס די נומבער פונעם הויז (נישט די יוניט) קען דאס עפעס העלפן?
2 - איך האב נאכנישט געטוישט מיין אדרעס זינט איך האב געמופט זאל איך דאס איצט טוישן אדער ווארטן עד שיעבור זעם?
3 - איז דא איינער וואס דרייט זיך אינעם געגנט פון בעדפארד ביי וואלאבי און קען א קוק טאהן אויב עס איז דא א 'וואן וועי סיין' ביים קארנער קומענדיג פון בעדפארד עוו אדער אויב דאס איז נישט צופעליג באדעקט וכדומה.
וויאויך טייערע חברים ווער עס קען מיר געבן ראט און טאט תבא עליו ברכה.

נ.ב. נישט פארגעסן פון שוועמל'ס פריערדיגע בקשה

מיטוואך יוני 02, 2010 12:11 pm

אוי פונקט נעכטן?
אייער נעכטן איז געווען די יארצייט פון הרה"ק ר' ישכר בער מראדישיץ זי"ע, האסט דאך געקענט נוצן זיין סגולה בדוק ומנוסה.

מיטוואך יוני 02, 2010 3:43 pm

מוטשע נישט האט געשריבן:שהחיינו וקימנו והגיענו.....
געהאט נעכטן דאס ערשטע באגעגעניש מיטן פאליסמאן, פארפאלן אז מען דערלעבט, דערלעבט מען..
וואס זאגסטו? א באגעגעניש? אבער נאך ווי א באגעגעניש! צוויי פארציעס האט ער מיר דערלאנגט. איינס פארן דרייוון ראנג וועי אויף א וואן וועי (זינט ווען איז דאס נישט ערלויבט?) דאס צווייטע פארן דייעלן אויפן סעל כאטש כ'האב געהאט א בלוטאט.
אצינד אפאר פראגן פאר ווער עס קען ענטפערן
1 - אויב פעהלט ביי די אדרעס די נומבער פונעם הויז (נישט די יוניט) קען דאס עפעס העלפן?
2 - איך האב נאכנישט געטוישט מיין אדרעס זינט איך האב געמופט זאל איך דאס איצט טוישן אדער ווארטן עד שיעבור זעם?
3 - איז דא איינער וואס דרייט זיך אינעם געגנט פון בעדפארד ביי וואלאבי און קען א קוק טאהן אויב עס איז דא א 'וואן וועי סיין' ביים קארנער קומענדיג פון בעדפארד עוו אדער אויב דאס איז נישט צופעליג באדעקט וכדומה.
וויאויך טייערע חברים ווער עס קען מיר געבן ראט און טאט תבא עליו ברכה.

נ.ב. נישט פארגעסן פון שוועמל'ס פריערדיגע בקשה

נומער 3 קען איך דיר בייהילפיג זיין, שפעטער ביינאכט אי"ה.

דאנערשטאג יוני 03, 2010 1:47 am

ווער בין איך? האט געשריבן:How do I proceed with that?

לכאורה קענסט די שיקען א קאנװערט צו יענעם אדרעס מיט דײן רעטורן אדרעס און דערנאך װען עס קימט צרוק ״נא סאטש אדרעס״ ניץ עס אלץ באװײז (עצה טובה שיק עטליכע אויף אײנמאל װײל נישט אלץ שיקען זײ צרוק/װערט פארלורען אד״ג אויך עס קען נעמען א ביסעל צײט ביז עס קימט צריק)

דאנערשטאג יוני 03, 2010 1:59 am

פליגל האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:און אין די בריוו שטייט קלאר: אדער נעם אהן די ביליגע פרייז, אדער גייט עס צו א שופט, ס'איז אדער אדער,
דעריבער פארשטיי איך אז אויב נעם איך אהן די אפפער און באצאל די ביליגע פרייז (אדער אפילו די געהעריגע פרייז) וועט עס נישט גיין צו א שופט.
מאך איך א טעות?

אויב נעמסטו אהן די בארגין ברויכסטו מיטשיקן דעי סטאב ווואסיז מיטגעקומען מיטן צעטיל און די פארהאנדעלטע פרייז, ווייל אזוי נעמען זיי עס ארויס פון היערינג סיסטעם, און דו פארלירסט דיין רעכט פון א היערינג.
אויב ווילסטו זיין זיכער אז זיי נעמען דאס נישט אן אלס א "וועיווער" אויפן היערינג נאדיר 2 ברירות (עכ"פ לפענ"ד העני'):
1. ווארט אז די דאטום פינעם בארגן זאל אפלויפן דעמאלס בלייבט עס אין פראסעס און א דזשאדזש גייט זעין דעם טיקעט, (עס פאסירט אמאל אזא זאך אז איינער ברויך באצאלן נאך בעפאר א היערינג-דעמאלס הייסט'ס "אווערפעיד")
2. (אויב האסטו נישט קיין צייט ביזן דאטום, דאן) שיק נישט אריין דיין בארגין סטאב און שיק אריין דיין פולער פרייז נישט די פארהאנדעלטע מילא וועלן זיי פארשטיין (?) אז די באצאלסטעס און עס בלייבט אין פראסעס פאר א היערינג.
כ'האף אז עס זאל זיך אויסארבייטן (אני לעצמי האב נאך נישט געהאט עקספיריענס מיט אזא מעשה כ'שטעל נאר ציזאם לויט וויזוי די סיסטעם לויפט ברויך עס אזוי צי זיין).
עניוועי כ'וואונטש דיר גרויס הצלחה, סיי מיט דעם און סיי מיט די סיבה פ"וו דו ווילסט אזוי שנעל לויז ווערן פון דעם טיקעט.

לכאורה העלפט נישט די אלע זאכען און באצאלען א טיקעט איז געװענליך אן אויטמאטישער גילטי פליד אויסער װען װי די האסט אויבען געשריבען אז מען אפיליד װאס דעמאלס פארלאנגען זײ אז מען זאל פאראויס צאלען װעלען זײ דעמאלס געבען א ריפאנד.

דאנערשטאג יוני 03, 2010 7:12 am

שוועמל האט געשריבן:גוטע נייעס לגבי פארקינג

אום מערץ 21 איז אריין אין קראפט די 5 מינוט אפשטופ וואס די לעגיסלאטורן האבן אזוי געפייט דערפאר.
מהיום והלאה וועט מען נישט שרייבן קיין טיקעט אין די ערשטע פינף מינוט פון די זמן וואס איז פאוסטעד אויפן סיין.


פאריגע וואך בין איך אנגעקומען צו מיין קאר "דרייסיג סעקונדעס" נאכען עקספייערן די מיטער און איך האב שוין געזעהן א טיקעט אויף מיין קאר איז דא א וועג צו פייטען אזא טיקעט? קען איך זיי אויף ווייזען עפעס א וועג אז סאיז זיכער געוועהן וויניגער ווי 5 מיניט?

דאנערשטאג יוני 03, 2010 7:19 am

איך האב באקומען א טיקעט (מיין פיפטע אין דריי חדשים...) פאר פארקן ביי א נאו פארקינג סיין פון 7:30 ביז 8:00, איך האב באקומען דער טיקעט 7:35, איז דאס שוין נאך די פינף מינוט אדער אויף דער פיפטע מינוט אדער נאך פאר דעם? (איזעס פינף מינוט עד בכלל אדער לא עד בכלל?)

דאנערשטאג יוני 03, 2010 7:34 am

די בעסטע סגולה קעגן פארקינג טיקעטס (כ'האף קיינער האט עס נאכנישט געשריבן פריער) איז ארויפצולייגן אויפן פענסטער אינטערן ווייפער א ארענדשע טיקעט ענוועלאופ.

דאנערשטאג יוני 03, 2010 10:51 am

קרעמער האט געשריבן:
מוטשע נישט האט געשריבן:שהחיינו וקימנו והגיענו.....
געהאט נעכטן דאס ערשטע באגעגעניש מיטן פאליסמאן, פארפאלן אז מען דערלעבט, דערלעבט מען..
וואס זאגסטו? א באגעגעניש? אבער נאך ווי א באגעגעניש! צוויי פארציעס האט ער מיר דערלאנגט. איינס פארן דרייוון ראנג וועי אויף א וואן וועי (זינט ווען איז דאס נישט ערלויבט?) דאס צווייטע פארן דייעלן אויפן סעל כאטש כ'האב געהאט א בלוטאט.
אצינד אפאר פראגן פאר ווער עס קען ענטפערן
1 - אויב פעהלט ביי די אדרעס די נומבער פונעם הויז (נישט די יוניט) קען דאס עפעס העלפן?
2 - איך האב נאכנישט געטוישט מיין אדרעס זינט איך האב געמופט זאל איך דאס איצט טוישן אדער ווארטן עד שיעבור זעם?
3 - איז דא איינער וואס דרייט זיך אינעם געגנט פון בעדפארד ביי וואלאבי און קען א קוק טאהן אויב עס איז דא א 'וואן וועי סיין' ביים קארנער קומענדיג פון בעדפארד עוו אדער אויב דאס איז נישט צופעליג באדעקט וכדומה.
וויאויך טייערע חברים ווער עס קען מיר געבן ראט און טאט תבא עליו ברכה.

נ.ב. נישט פארגעסן פון שוועמל'ס פריערדיגע בקשה

נומער 3 קען איך דיר בייהילפיג זיין, שפעטער ביינאכט אי"ה.

יא, עס איז דא אזא שילד דארט.

דאנערשטאג יוני 03, 2010 11:02 am

קלאר

דאנערשטאג יוני 03, 2010 11:03 am

פונקטליך האט געשריבן:די בעסטע סגולה קעגן פארקינג טיקעטס (כ'האף קיינער האט עס נאכנישט געשריבן פריער) איז ארויפצולייגן אויפן פענסטער אינטערן ווייפער א ארענדשע טיקעט ענוועלאופ.

ארבעט נישט!
זיי טשעקן אויב עס איז באמת א טיקעט, און אפילו יא ליינען זיי צי ס'יז טאקע געגעבן געווארן פאר דער פארלעצונג.
שרייב א תגובה

Advertisement