Advertisement

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג מרץ 08, 2010 4:26 pm

משיח האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:וואס איך וויל יא וויסן איז, פון ווען די 30 טעג ענדיגט זיך,

עס שטייט א דאטום אויפן בריוו ביז ווען מ'מוז ענטפערן.


איך זעה האסט נישט פארשטאנען וואס איך שרייב,
דאס שטייט ווען די 30 טאג ענדיגט זיך, מארטש דעם זיבעטן, און אויב איך וויל אנעמען דעם פארשלאג דארף איך זיי צו וויסן טוהן ביז דאן,
מיין שאלה איז: פון ווען דעם דאטום לויפט אפ, ד.ה. איך האב נישט צוטוהן געמאכט, נאר איך וויל ס'זאל גיין צו א ריכטער, ווילאנג ס'וועט יעצט נעמען פון מארטש 7 ביז ???, ווען וועל איך הערן דעם שופט'ס באשלוס.

כ'בין נישט זיכער, עס קען זיי נעמען א יאר און א מיטוואך.
איך האב נישט צופיל חשק, ווייל צוליב א געוויסע ענין איז מיר וויכטיג אז ס'זאל נישט זיין קיין טיקעט אויף די קאר
איוב וואולסטו דוקא קודם באצאל עס און ווען ס'עט צוריקקומען אז ס'יז דיסמיסט עסטו פארלאנגן א ריפאנד. (פארשטייטצעך נוץ דיין אייגענע קרעדיט קארד אדער פערסאנעל טשעק ווייל דו וועסט מיזן אויפווייזן אז די טרענזעקשאן איז טאקע אדורך)

Advertisement

דינסטאג מרץ 09, 2010 9:23 am

א דאנק מר. שוועמל,
לאמיר נאר ווערן קלארער,
וואס איז גברא און וואס איז חפצא, ביטע זיי מיר מסביר.
(איך פייט יעדע פאר חדשים א פארקינג טיקעט, און איך האב נישט געזען קיין שינוים, דערפאר וויל איך וויסן אויב איך זאל פון היינט און ווייטער ארבעטען אויף אן אנדערע אופן וכדומה).
א דאנק פון פאראויס.

דינסטאג מרץ 09, 2010 9:28 am

פליגל האט געשריבן:אויב וואולסטו דוקא קודם באצאל עס און ווען ס'עט צוריקקומען אז ס'יז דיסמיסט עסטו פארלאנגן א ריפאנד. (פארשטייטצעך נוץ דיין אייגענע קרעדיט קארד אדער פערסאנעל טשעק ווייל דו וועסט מיזן אויפווייזן אז די טרענזעקשאן איז טאקע אדורך)

סאונד גוט. וויאזוי ארבעט דאס? איז עס פשוט אדער יענע קאפ דריי?

דינסטאג מרץ 09, 2010 10:39 am

משיח האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:אויב וואולסטו דוקא קודם באצאל עס און ווען ס'עט צוריקקומען אז ס'יז דיסמיסט עסטו פארלאנגן א ריפאנד. (פארשטייטצעך נוץ דיין אייגענע קרעדיט קארד אדער פערסאנעל טשעק ווייל דו וועסט מיזן אויפווייזן אז די טרענזעקשאן איז טאקע אדורך)

סאונד גוט. וויאזוי ארבעט דאס? איז עס פשוט אדער יענע קאפ דריי?

פאסיבעל אז עס נעמט אביסל צייט עס צוריק צי באקומען אבער עס איז א זיכערע זאך אז אויב איז די טיקעט דיסמיסט באקומט מען צירוק די געלט, בדידי הוה עובדא אז א טיקעט איז געווארן דיסמיסט (נאך אן אפיעל) און זיי האבן מיר צירוק געשיקט א טשעק, אבער געדענק זיי גייען דיר דרייען א קאפ אז זאלסט זיי איבערווייזן אז דעי טרענזעקשאן איז אדורך. סא פון א קרעדיט קארד איז דא א רעסיט וואס זיי גיבן אן-ליין און פון א פערסאנעל טשעק דארף מען זיי גיבן א קאפי פונעם קענסעלד טשעק פראנט און בעק.
הצלחה.

מיטוואך מרץ 10, 2010 9:57 am

לויט ווי איך פארשטיי, אויב צאל איך יעצט די טיקעט, וועט עס נישט אנקומען צו א ריכטער.
נו אויב אזוי וויאזוי וועט עס ווערן דיסמיסט?

מיטוואך מרץ 10, 2010 12:34 pm

א גיטן אייך אלע
איך האב לעצטענס באקימען א ספידינג טיקעט דער אפיסער האט
געניצט א slalker dual radar מר שוועמל האט שיין באשריבען אינעם
ערשטן פעידזש ווי אזוי צי פייטען אזא טיקעט וויל איך וויסען אויב
ארבעט עס מיט דעי radar אין נאך אזאך איך בין געגאנען צי די
וועבסייט פין די מענעפעקטשור פין די רעדאר אין די ספעק שיעט
שטייט אז די רעדאר
קען זיין פלאס איינס אדדער מיינס צוויי מייל א שעה ווייסט איינער צי
מען קען פייטען די טיקעט מיטן זאגען אז איך בין נישט געפארן אויפן
ספיד וואס שטייט אויפן טיקעט והא ראיה אז אויפן מענעפעקטשורס
ספעקשיעט שטייט אז עס קען זיין אפגעריקט מיט צוויי צוויי מייל

א שכח פין פראנויס

מיטוואך מרץ 10, 2010 3:44 pm

משיח האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי, אויב צאל איך יעצט די טיקעט, וועט עס נישט אנקומען צו א ריכטער.
נו אויב אזוי וויאזוי וועט עס ווערן דיסמיסט?

קודם שיק'ס אריין פאר א היערינג און ווען דו זעסט אז עס שטייט HEARING PENDING דעמאלס הערש באצאל עס, און אזוי ווי עס איז אויפן רייע פאר א היערינג וועט עס נאכאלס אנקומען צו א דזשאדזש.

מיטוואך מרץ 10, 2010 4:09 pm

פליגל האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי, אויב צאל איך יעצט די טיקעט, וועט עס נישט אנקומען צו א ריכטער.
נו אויב אזוי וויאזוי וועט עס ווערן דיסמיסט?

קודם שיק'ס אריין פאר א היערינג און ווען דו זעסט אז עס שטייט HEARING PENDING דעמאלס הערש באצאל עס, און אזוי ווי עס איז אויפן רייע פאר א היערינג וועט עס נאכאלס אנקומען צו א דזשאדזש.

פון ווען זיי האבן באקומען מיין בריוו און זיי האבן מיר געשיקט א בארגן שטייט שוין הערינג פענדינג,
און אין די בריוו שטייט קלאר: אדער נעם אהן די ביליגע פרייז, אדער גייט עס צו א שופט, ס'איז אדער אדער,
דעריבער פארשטיי איך אז אויב נעם איך אהן די אפפער און באצאל די ביליגע פרייז (אדער אפילו די געהעריגע פרייז) וועט עס נישט גיין צו א שופט.
מאך איך א טעות?

דאנערשטאג מרץ 11, 2010 10:33 am

משיח האט געשריבן:און אין די בריוו שטייט קלאר: אדער נעם אהן די ביליגע פרייז, אדער גייט עס צו א שופט, ס'איז אדער אדער,
דעריבער פארשטיי איך אז אויב נעם איך אהן די אפפער און באצאל די ביליגע פרייז (אדער אפילו די געהעריגע פרייז) וועט עס נישט גיין צו א שופט.
מאך איך א טעות?

אויב נעמסטו אהן די בארגין ברויכסטו מיטשיקן דעי סטאב ווואסיז מיטגעקומען מיטן צעטיל און די פארהאנדעלטע פרייז, ווייל אזוי נעמען זיי עס ארויס פון היערינג סיסטעם, און דו פארלירסט דיין רעכט פון א היערינג.
אויב ווילסטו זיין זיכער אז זיי נעמען דאס נישט אן אלס א "וועיווער" אויפן היערינג נאדיר 2 ברירות (עכ"פ לפענ"ד העני'):
1. ווארט אז די דאטום פינעם בארגן זאל אפלויפן דעמאלס בלייבט עס אין פראסעס און א דזשאדזש גייט זעין דעם טיקעט, (עס פאסירט אמאל אזא זאך אז איינער ברויך באצאלן נאך בעפאר א היערינג-דעמאלס הייסט'ס "אווערפעיד")
2. (אויב האסטו נישט קיין צייט ביזן דאטום, דאן) שיק נישט אריין דיין בארגין סטאב און שיק אריין דיין פולער פרייז נישט די פארהאנדעלטע מילא וועלן זיי פארשטיין (?) אז די באצאלסטעס און עס בלייבט אין פראסעס פאר א היערינג.
כ'האף אז עס זאל זיך אויסארבייטן (אני לעצמי האב נאך נישט געהאט עקספיריענס מיט אזא מעשה כ'שטעל נאר ציזאם לויט וויזוי די סיסטעם לויפט ברויך עס אזוי צי זיין).
עניוועי כ'וואונטש דיר גרויס הצלחה, סיי מיט דעם און סיי מיט די סיבה פ"וו דו ווילסט אזוי שנעל לויז ווערן פון דעם טיקעט.

דאנערשטאג מרץ 11, 2010 12:54 pm

ן פאלוי האט געשריבן
i follow האט געשריבן:א גיטן אייך אלע
איך האב לעצטענס באקימען א ספידינג טיקעט דער אפיסער האט
געניצט א slalker dual radar מר שוועמל האט שיין באשריבען אינעם
ערשטן פעידזש ווי אזוי צי פייטען אזא טיקעט וויל איך וויסען אויב
ארבעט עס מיט דעי radar אין נאך אזאך איך בין געגאנען צי די
וועבסייט פין די מענעפעקטשור פין די רעדאר אין די ספעק שיעט
שטייט אז די רעדאר
קען זיין פלאס איינס אדדער מיינס צוויי מייל א שעה ווייסט איינער צי
מען קען פייטען די טיקעט מיטן זאגען אז איך בין נישט געפארן אויפן
ספיד וואס שטייט אויפן טיקעט והא ראיה אז אויפן מענעפעקטשורס
ספעקשיעט שטייט אז עס קען זיין אפגעריקט מיט צוויי צוויי מייל

א שכח פין פראנויס



כ'שטעל זיך פאר אז וויבאלד אפי' 2 MPH ווינציגער וואו ווי וואס ס'שטייט אויף'ן טיקעט איז אויך העכער דו ספיד-לימיד, און דו מעניופעקטשורער שרייבט אז ס'קען פאלן ביז בלויז 2 פונקטן, האט ער פרוף אויף ביז 2 פונקטן אראפצו.
אבער אויב צוויי פונקטן נידריגער איז שוין א שוואכערע טיקעט, מיט ווייניגער פוינטס, האסטו כאטש עפעס אויסזיכטן.

דאנערשטאג מרץ 11, 2010 1:38 pm

איך בין באשאנקן געווארן מיט 5 פינעף קוויטלעך אויף איינמאל פאר 6 מאנאטן צוריק, היינט איז געווען מיין טרייעל טאג, אזוי ווי כ'האב נישט געוואלט באצולן דו פדיונות אין צוגאב צו דו 15 פינטליך, בינעך שטייטצעך אנגעקומען, אבער מיט 5 צענדליג מינוט שפעיט.

דער נבילה בצורת אדם איז שוין נישט דארט געווען, אבער זיינע "חברים לאותו דבר" האבן געזאגט פארן ריכטער אז ער איז נאך יא דארט נאר ער איז אויף א פאנקאל. דער ריכטער ווארט בערך 10 מינוט אבער אין כלב ואין חמור, רופט ער צוריק דעם ערשטן פאליציימאן אז היתכן דער נבילה איז נאך נישט דא! ענטפערט ער אז ער איז אין בהכ"ס (ווי גלייך נבילות גייען אמאל...)
ער ווארט נאך 5 מינוט, והנה ס'שפאצירט אריין א ווייס הינטל ענדלט צו א צורת אדם יוניפארמירט ווי א אפיסער (העי דער שופט מאכט זיך כלל נישט וויסענדיג אז NO PETS ALOWEDׂ ) דער שופט פרעגט מיר צו כ'בין גרייט, כ'ווייס נישט וואס צו ענטפערן שאקל'ך מיט קאפ, אבער ער נעמט עס שוין אן ווי ער וויל.

ער שווערט איין דעם אפיסער, אין פרעגט אים זיין סאפארטינג דעפאזישאן, (אין יא.. ס'האט דערווייל געהאלפן דו טעגליכע פרק שירה) אין בלעם'ס אייזל ענטפערט גלייך אז ער האט נישט זיינע פאפירן ווייל אני הקטן בין געקומען שפעיט.
(האפענטליך וועט מען אים נישט קענען מאכן קיין אפגאט ווי דער אויבישטער האט שוין איינמאל אויסגעמיטן בלעם'ס אייזן פון צו ווערן אזעלעכעס)
דער ריכטער נעמט עס אן אין וויל מיר געבן נאך א date ,
איך נעם זיך טענה'ן אז כ'האב א עדות צעטל אין מיין לעדל כ'מיין קעשענע,
אבער ער וויל ניטאמאל הערן מיטן תירץ אז ער מוז קודם הערן פון דו פאליסמאן זיין מעשה, ער וויל נישט זעין דעם נאטאריזירטן צעטל.
איך בעיט זיך ווייטער אז כ'קום פון אפסטעיט אין ס'אינקלאדעט אסאך הוצאות אין עגמת נפש,
ער טענהט אז אסאך מענטשן קומען פון אפסטעט אין ס'איגארנישט,
אין איך ענטפער, זיכער קימען מענטשן, אין בין דאך היינט געקומען! מ'קען עס נישט אוועק מאכן.
ער ענטפערט אז ס'איז צו א שטארקע טיקעט אין ער קען עס נישט סתם אזוי דיסמיסן,
איך טענה אז כ'בין געקומען פון אפסטעיט כ'האב מיטגעברענגט א טאשן-עדות ס'האט מיר געקאסט געז מיט טאל אין ער האט נישט קיין פאפירן, דער אפפיסער האט יא זייער גוט געוויסט אז יעצט איז דו טרייעל דעיט, כאטש 1-2 טיקעטס ווארף אוועק ביטע.
ער ענטפערט ניין, דו וועסט קומען נאכאמאל, אויב וועט דער אפיסער נישט קומען דאמאלט, אדער אויב טאמער וועט ער נישט האבן זיינע סעפארט פאפירן מיט זיין מעשה'לע דערינען, וועט ער עס דאמאלט דיסמיסן.

השופט גיט מיר א זוממעריגן נייע טאג, איך בעיט זיך פאר נאך זיממער ווייל זימער איז מיר זייער שווער צו קומען, דער שופט וויל נישט, אין דער יוניפאר[ש]מירטער שמייכלט.


זעיט אויס אז ס'איז נאך נישט אריבער דו גאנצע 40 טאג וואס כ'זאג פרק שירה.

דאנערשטאג מרץ 11, 2010 1:49 pm

כהא מיך אויכעט מזכיר געווען ביי ר' מאיר'ן בעפאר, אין געצונדן ליכט לעי"נ רבי ר' מענדעלע מרומנוב, ס'האט זיכער געהאלפן.

דאנערשטאג מרץ 11, 2010 2:03 pm

סאלאדס דו שטייסט גוט בעזהשי"ת.
דער שגץ האט נישט די פאפירן, און ער וועט נישט אזוי שנעל מוליד זיין פרישע סחורה.
אבער זיי מוחל דו רייס ווייטער איין ביים בוכ"ע אז דער זאל טאקע נישט טרעפן זיינע פאפירן (אין סומכין על הנס).
כאטשיג ביסטע אפגעקומען מיטן דארפן אריינפארן נאכאמאל. נאכאלץ ביליגער וואו דעיס וואס ער דארף פון דיר.
כ'וואונטש דיר גרויס הצלחה.

דאנערשטאג מרץ 11, 2010 2:36 pm

פליגל האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:ומענין לענין, ביי א פעילד (fail) מיטער מען מען על פי געזעץ פארקן נאר פאר א האלבע שעה, (היינט 20 מינוט?),


דוכציך מיר אז מ'קען דארט שטיין אזוי לאנג ווי די מאקסימום וואס די קענסט פיעדן די מיטער, וויפיל ס'שטייט אויפן סיין, 1 אדער 2 שעה.

משיח האט געשריבן:אבער מ'קען שטיין רואיג, ווייל זיי קענען נישט געבן קיין טיקעט, היות זיי ווייסן נישט ווען די ביסט אנגעקומען דארט.


להוי ידוע אז זיי ווייסן שוין גאר! קוק אויף א פארקינג טיקעט עסטו זעין די ווערטער: TIME FIRST OBSERVED דאס איז געצילט פאר אזאנע סחורה. זיי צייכענען זיך עס אן אויף א פאפיר און קומען שפעטער צוריק.


אדער קענען זיי עס פארעכטן אינצווישן און דיר געבן א טיקעט. אזוי איז געווען ביי מיר, כ'האב געפארקט ביי א פעילד (fail) מיטער, כ'קום צוריק שפעטער זעאיך א טיקעט, און ס'שוין געווען פאראכטען די מיטער.

דאנערשטאג מרץ 11, 2010 3:24 pm

1x1 האט געשריבן:אדער קענען זיי עס פארעכטן אינצווישן און דיר געבן א טיקעט. אזוי איז געווען ביי מיר, כ'האב געפארקט ביי א פעילד (fail) מיטער, כ'קום צוריק שפעטער זעאיך א טיקעט, און ס'שוין געווען פאראכטען די מיטער.

כ'אב געהערט אמאל זאגן אז ווען מ'פארריכט א מיטער בשעת איינער שטייט דארט לייגן זיי אריין געלט אינעם מיטער (דוכציך מיר אויף אזוי לאנג ווי די מאקסימום ערלויבטע צייט).
אבער אין דיין פאל קען מען נאך אפשר עפעס טוהן דערוועגן:
1) ווי לאנג צוריק איז געווען דיין מעשה?
2) האסטעס געפייט אדער באצאלט?

דאנערשטאג מרץ 11, 2010 3:33 pm

1) ווי לאנג צוריק איז געווען דיין מעשה?

a long time ago, about a year

2) האסטעס געפייט אדער באצאלט?

באצאלט

דאנערשטאג מרץ 11, 2010 4:11 pm

1x1 האט געשריבן:
1) ווי לאנג צוריק איז געווען דיין מעשה?

a long time ago, about a year

2) האסטעס געפייט אדער באצאלט?

באצאלט

נו שוין והוא רחום...

פרייטאג מרץ 26, 2010 6:44 am

10/30/2008 האט מיר א פאליס אפגעשטעלטע קעגן איבער מאמבאשא פייער גאראדזש אין מאנרא, און מיר געשריבן 2 טיקעטס:

1 א צובראכענע באלב

2 דרייוון אן אינשורענס צעטל, (די קאר איז געווען א געדינגענע מיט פענסעלוועניא פלעיטס), איך האב נישט געוויסט ווי די אינשורענס ליגט,

למעשה אזוי ווי ביידע דערפון זענען נישט קיין פוינטס האב איך עס געלאזט לויפן, לעצטענס האב איך געהערט אז אויב מען מאכט זיך נישט וויסענדיג קען די לייסענס ווערן סוספענדירט,

סא איך וויל יעצט טשעקן אנליין די סטאטוס פון די טיקעטס ווייסט איינער וויאזוי?

פרייטאג מרץ 26, 2010 8:19 am

יא, לייסענס ווערט סוספענדירט אויב מען ענטפערט נישט אויף א טיקעט.
קענסט דא טשעקן צי דיין לייסענס איז וועליד אדער סוספענדירט, איך ווייס נישט אויב ס'קאסט געלט.
http://www.intelius.com/instant-driving ... form=cmvr&

פרייטאג מרץ 26, 2010 8:40 am

לגבי פעילד מיטער, קענסטו אייביג אריינשיקן אז ס'יז געווען פעילד.
זיי טשעקן אין די מעינטענענס רעקארדס און באשטעטיגן עס טאקע, לרוב איז די טיקעט דיסמיסט.

זונטאג אפריל 11, 2010 9:14 am

גוטע נייעס לגבי פארקינג

אום מערץ 21 איז אריין אין קראפט די 5 מינוט אפשטופ וואס די לעגיסלאטורן האבן אזוי געפייט דערפאר.
מהיום והלאה וועט מען נישט שרייבן קיין טיקעט אין די ערשטע פינף מינוט פון די זמן וואס איז פאוסטעד אויפן סיין.


נאך א גוטער נייעס איז, אז די אונליין רעדוקציע ביים פייטן א טיקעט איז ארויף צו 33% אנשטאט די ביז היצטיגע 20%.
דאס הייסט ווען איינער נעמט אן די רעדוקציע סעטטלמענט וועט ער גלייך אויפן ארט קריגן די 33% פראצענט הנחה, דאס וועט מוטיגן מענטשן מער איינצוגיין אויפן סעטטלמענט ווי איידער דורכגיין א זשאזש, אזוי וועט די סיטי זיך שפארן געלט אויכעט.

זונטאג אפריל 11, 2010 9:28 am

שכח שועמעל פאר די אפדעיט

מאנטאג מאי 17, 2010 6:23 am

אויף א פארקינג טיקעט וואס כ'האב באקומען שטייט אויפגעשריבן אז איך בין געשטאנען קעגן 200 MAIN ST, למשל, די מעשה איז אבער אז די אדרעס איז א בנין וואס זיצט אויף א גאנצע בלאק, און א קעגן איבער איז די פארקינג רעגולעישאנס צוטיילט, האלבע בלאק איז נא פארקינג 7-7 , און די אנדערע העלפט שטייט גארנישט.
איז שייך עפעס צו טוהן?

בד''וו די רשעים האבן עס געטוי'ט (מסתמא ווייל זיי האבן געזען מיין הוט), איך פרעג זיי זייט ווען טוי'ט מען אויף א פשוט'ע פארלעצונג, זאגט זי אויב די טוי טראק באמערקט דיך טוי'ט ער, אויב א אפיסער זעהט דיך באקומסט נאר א טיקעט.

נ.ב. אויב איך פייט די טיקעט באקום איך צוריק די טויאינג קאסטן.

מאנטאג מאי 17, 2010 8:35 am

bailout האט געשריבן:אויף א פארקינג טיקעט וואס כ'האב באקומען שטייט אויפגעשריבן אז איך בין געשטאנען קעגן 200 MAIN ST, למשל, די מעשה איז אבער אז די אדרעס איז א בנין וואס זיצט אויף א גאנצע בלאק, און א קעגן איבער איז די פארקינג רעגולעישאנס צוטיילט, האלבע בלאק איז נא פארקינג 7-7 , און די אנדערע העלפט שטייט גארנישט.
איז שייך עפעס צו טוהן?.

בעילאוט: עס איז דא בכלל נאך א סיין אויף דעי בלאק? ווייל ס'נישטא אזא זאך אין ניו יארק סיטי ווי "גארנישט".
נ.ב. אויב איך פייט די טיקעט באקום איך צוריק די טויאינג קאסטן
אויב עס וווערט דיסמיסט ברויכסטו יא צירוק באקומען דיין טאואינג קאסטן, זעי נאר צי סעיווען איעדע שטיקל פאפיר, רעסיט און כ'ווייס וואס נאך אפילו דו טראכסט אז ס'זגארניש ווערט, אבער קודם טשעק צי ס'ז דא נאך א סיין אויף דעי בלאק אדער אויב דעי סיין פונעם אנגעבליכן ווייאלעישאן איז געווען מיט א סינגל עראו אוועק פון דיין קאר.

מאנטאג מאי 17, 2010 8:51 am

ס'איז דא איין סיין מיט א עראו צו יענע זייט, איך בין געשטאנען אויף די שעדליכע זייט, מיין פראגע איז נאר צו איך קען האבן א קעיס וויבאלד די 'אקראס' איז צוטיילט, און ער זאגט נישט קלאר וויאזוי איך האב פארלעצט.
שרייב א תגובה

Advertisement