Advertisement

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך ינואר 13, 2010 7:42 pm

רעג דיך נישט, עס קען קאסטן מער ווי 115.

וואו ביסטו געווען געפארקט, דאבל אדער ביים קורב סטריט קלינינג?

Advertisement

מיטוואך ינואר 13, 2010 8:02 pm

ביים קורב. דאס רעגט מיך!

מיטוואך ינואר 13, 2010 10:07 pm

"איך" גלייב דיר, אבער קענסט עס נישט אויפווייזן און קיין איין זשאזש וועט דיר נישט גלייבן.
פארפאלן דאס מיינט לא רואה סימן ברכה, רעקוועסט א הירינג אונליין וועט אוטאמאטיש אראפגיין 20% צו 90 דאלער.

מיטוואך ינואר 13, 2010 10:18 pm

ווייסט איינער וועגן א לויער אין מאנסי, טאון אף רעמעפאו פאליציי? נעכטן האט א חבר מיינער באקומען דארט א ספידינג טיקעט אויף א שטילע, טונקעלע גאס, ער אי געפארן אויף 45, בו בעת וואס מען מעג נאר אויף 30, און ער האט א קלין רעקארד, א פירסט אפענס, און דער "רשע" [נישט אזוי], האט אים פארט דערלאנגט איינס, צו וועם ווענד ער זיך איצט?

דאנערשטאג ינואר 14, 2010 2:52 am

ר' זאב גאלדשטיין איז דארט אין די געגנט. פרעג דיר נאך ביי די וואס האבן אים גענוצט צו ער איז גוט.

דאנערשטאג ינואר 14, 2010 8:19 am

שוועמל, פארוואס איז עס טאקע אזוי?
ער רופט מיר אין קאורט, דארף ער האבן באווייזן, נישט אזוי?

דאנערשטאג ינואר 14, 2010 11:28 am

קראצער: עס איז א געשריבענע אדער א געפרינטע?

דאנערשטאג ינואר 14, 2010 11:37 am

פליגעל: ס'איז א געפרינטע! לנפק"מ?

דאנערשטאג ינואר 14, 2010 11:52 am

סתם_אזוי האט געשריבן:שוועמל, פארוואס איז עס טאקע אזוי?
ער רופט מיר אין קאורט, דארף ער האבן באווייזן, נישט אזוי?


ער איז מער באגלייבט ווי דיר (ביים שופט, נישט ביי מיר)

דאנערשטאג ינואר 14, 2010 12:06 pm

געשריבענע עפ"רוב קען מען זיך ארויפכאפן אויף עפעס א טעות, משא"כ ביי געפרינטע איז שוין אביסל שווערער.
אלנספאל קענסטו מעגליך נעמען איינער וואס האט געזען ווי די ביזט נישט דאבל פארקט און עס נאטערייזן אפשר וועט דיר עס העלפן
אדער נעם אן שוועמלס עצה.

זונטאג פבואר 14, 2010 10:44 am

רבותי! ס'דרייען זיך אנטיסעמיטן אויפ'ן ראוד!!!

די מעשה גייט אזוי:

עס איז געוועהן א אינגערמאן וואס הייסט ד. (מיך) אין די שטאט א. וואס איז אויפ'ן פאליסעידס פארקוועי.

ער איז געוועהן אויפ'ן וועג קיין מאנסי און ער איז געפארן אביסל שנעלער ווי ערלויבט דורך די רשעים (85 אויף א 50 זאון) און איינער פון די באקאנטע גרופע אנטיסעמיטן וואס רופן זיך סטעיט טרופערס האט אים אפגעשטעלט.

אנטיסעמיט: קען איי פליז העוו יאר לייסענס?
ד: איי עם סטילל שאבעסדיג, סאו איי לעפט איט עט האום.
א: קען איי סי יאר רעדזשיסטרעישען?
ד: איי דאונט העוו איט יעט, איי עם אן די וועי טא פיק איט אפ נאו פראם די דילער אין מאנסי.
א: דא יא העוו עניטינג וויט יאר נעים אן איט?
ד: יעס, מיי סעל פאון.
א: דעטס נאט גוד פאר מי.

און דער אנטיסעמיט פרעגט אים אויס א באנטש מיט אינפאו און שרייבט אלעס אראפ.
ער גייט צו זיין קאר און קוקט נאך אלע אינפאו אויף זיין סיסטעם.
ער שרייט אויף זיין לאוד ספיקער "ד. קאם טא מיי קאר אן די פעסענדזשער סייד"
דארט פרעגט ער נאך אינפאו און זאגט אז מען גייט טויען (tow) די קאר ווייל עס איז אנרעדזשיסטערד, און מען דארף רופן איינער זאל אונז אויפפיקן. (פון דא גיי איך רעדן אין פירסט פערסאן).

ער קומט צוריק צו מיין ווינדאו און געבט מיר דריי טיקעטס, 1. ספידינג. 2. דרייוון א אנרעדזשיסטערד וויהיקל. 3. נישט געטוישט די אדרעס אויפ'ן לייסענס נאכ'ן מופן.
מען האט געטויד מיין קאר און איינער האט מיך אויפגעפיקט און איך בין אנגעקומען קיין מאנסי. און מיין דילער האט מיר געברענגט מיין פלעיטס און רעדזשיסטרעישען (וואס איז אנגעקומען צו אים פרייטאג נאכמיטאג) און ער האט מיר גענומען אויפצופיקן מיין קאר.

ווען איך בין אנגעקומען אהיים קיין בארא פארק (ביי מאשקע'ס עלעוועיטער...) און באטראכט מיינע טיקעט'ס, האב איך באמערקט צוויי מיסטעיקס אויף יעדע טיקעט. 1. ראנג זיפ. 2. ראנג עקספיירעישען דעיט.

יעצט איז די שאלה, וואס טוה איך ווייטער? (איך בין אין די ערשטע זעקס חדשים וואס איך האב באקומען מיין לייסענס... דאכצעמער ס'הייסט 6 מאנט פראובעישען, און איך בין נישט אינטרעסירט צו פארלירן מיין לייסענס.)

דאנקע שיין פאר די העלפ!!

זונטאג פבואר 14, 2010 7:50 pm

אוי! דאס איז דיך געווען אויף די פאלעסעידס?! יוש איך האב אזוי רחמנות געהאט אויף דיר.

עניוועי, לפע"ד דארפסט דו פייטן די טיקעט'ס מיט ציין און נעגל אויב דו ווילסט נישט פארלירן דיין לייסענס.

די צוויי טעותים וואס זענען אויף די טיקעט'ס זעט אויס גאנץ גוטע, אבער איך מיין אז דו זאלסט נעמען א לאיוער, און נישט נעמען קיין טשאנסעס מיט'ן פארלירן דעם קעיס.

הצלחה רבה

זונטאג פבואר 14, 2010 10:36 pm

טייערער פריינט ד.
נעם א לויער וואס וועט דיר בעז"ה אפווישן די אלע טיקעטס, דו וועסט נישט קענען אליינס אפילו ס'האט טעותים.

פרעג מיר אין אישית כ'על דיר געבן איינעם א גוטן.

מיטוואך פבואר 17, 2010 1:23 pm

א חבר מיינער האט באקומען א טיקעט ניו יארק סיטי, פארן זיך איינדרייען א רעכטס וואו מען טאר נישט צווישן 7 און 7, וואס איז א געלט שטראף מיט צוויי פוינטס אויף די לייסענס.

די טיקעט האט אבער א גוטע מיסטעיק. דער פאליס האט אריינגעלייגט די עקספרעישן דעיט ביי די דעיט אף בוירט, קען די טיקעט ווערן ארויסגעווארפן? אויב יא ווי אזוי טוט מען עס?

ישר כח, מיין חבר וועט אייך דאנקבאר זיין פאר די הילף.

מיטוואך פבואר 17, 2010 3:50 pm

אויב זיין "קלייענט איי די" איז יא גוט דאן איז די טיקעט פעסט שטארק.
אויב איז ער דער לעגאלער איינגעטומער פונעם קאר האבן זיי די אינפארמעישאן פון דארט.
אויב נישט (מסתמא) דאן אויב זיין אדרעס שטייט אקוראט ווי אויפן לייסענס דאן האבן זיי ווייטער די אינפארמאציע פון דארט, אלנספאלס איז דא זייער מעגליך אז עפעס פון די זאכן זענען גוט,

עכ"פ די "אלע" זאכן דארפן זיין ראנג:
*קלייענט איי די#
*אדרעסס
*דעיט אף בוירט
*און נישט די אייגענע קאר.

ע"כ אזויווי עס איז למעשה דא עפעס א געזונטע טעות און עס איז פוינטס לוינט זיך יא צי נעמען א לויער מיט עקספיריענס אין די ענינים (נישט די אלע וואס אדווערטייזן אין די טעגליכע צעטליך-די זענען גנ...) און מיט סייעתא דשמיא דארף ער עס קענען געוואונען.

מיט גרויס הצלחה.

מיטוואך פבואר 17, 2010 4:11 pm

איך האב באקומען א פארקינג טיקעט פאר "אימפראפער רעזשיסטרעשאן", די סטיקער איז מיר אראפגעפאלן פון די ווינדאו און געליגן אויפן דעשבארד.
ווייזט אויס די קעלט האט עס אויפגעלאזט (כאב עס איינמאל גהאט אראפגענומען קען זיין ס'האט פארלוירן די קלעב).

פאלט מיר ביי צו זאגן א ליגנט אז כ'אב יעצט געטוישט גלאז, און דער גלאז מעען האט עס נישט גוט צוריקגעלייגט סא איז נישט מיין שולד.

ווער איז א קאר מעקעניק דא און קען מיר געבן אזא רעסיט??

מיטוואך פבואר 17, 2010 4:31 pm

עס איז געווען אין די נייעס אפאר חדשים צוריק אז 2 מיליאן רעג. קלעבן נישט געהעריג און מען קען קומען אויפפיקען א נייע אימזינסט, אבער ציקעטס טיילן זיי אינגרויסען, ועמו אנכי בצרה 3 טיקעטס פאר נישט געהעריגט רעג. סטיקער'ס ביז איך בין געגאנגען קויפען סקאטש טעיפ

מיטוואך פבואר 17, 2010 5:19 pm

שיק א לינק צו די נייעס ביטע, איך קען דאך עס נוצן אין קאורט.

דאנערשטאג פבואר 18, 2010 9:12 am

http://www.nytimes.com/2009/10/13/nyreg ... spect.html

דאנערשטאג מרץ 04, 2010 5:48 pm

אין מאנרא קארט הויז איז געווען אן דינער ווי איך בין געווען פין די ספעשל געלאדענטע געסט
סאיז געווען דארט גרויס מנין צי אונזער מזל זעמער כמעט אלע געריפען געווארן פינעם זעלבן עסקן אין ב'ה איז זי נישט אנגעקימען דער גבאי האט אויס געריפען איינעם נאכען צווייטען מהאט אונז אלע אהיים געשיקט פריי סאיז געווען א רחמנות אויף ווער סאיז נישט געקימען

פרייטאג מרץ 05, 2010 12:13 pm

מר. I FOLLOW:
הלוואי עט מיין פאליס FOLLOWEN דיינס.

מאנטאג מרץ 08, 2010 12:50 pm

צום ערשט שלום עליך רבי ומורי בסדר והלכות טיקעטס ר' שוועמל, איך זעה אז די ביסט גוט באקאנט אין די פעלד.
און אזוי אויך צו אלע אנדערע אחים לצרה,
איך האב יעצט אדורכגעליינט אלע 11 בלעטער, און זיך אנגעשעפט מיט פיל פרישע ידיעות אין דעם נושא.
קיפ איט אפ!

עטליכע הערות און תגובות.

שוועמל האט געשריבן: אפדעיט איבער פייטן פארקינג טיקעטס
ליהוי ידוע אז די אינסטאנצן האבן עטוואס געטוישט די רולס איבער דער צוגאנג פון פייטן טיקעטס.
ביז איצט, האט מען אריינגעשיקט א נאן-גילטי דעפענס, און האסט באקומען א בריוו מיט א אפפער "אויב נעמסטו אן דעם רעדוקציע פון 20% דאן צאל ביז 30 טאג. אויב נישט צאל נישט, און ס'וועט גיין צו א זשאזש". דאן האט דער זשאזש געקענט באשליסן אויב לויטן געזעץ קען מען דיר עפעס אראפלאזן, עפעס צוליייגן, אדער אינגאנצן דיסמיסן.

היינט גייט שוין אנדערש.
ביים פליען נאן-גילטי קומסטו אן אימעיל מיט א אפפער פאר א רעדוקציע, מוזט ריפלייען ביז 5 טאג צו דו ווילסט אננעמען דעם אנבאט צי נישט. אויב נישט גייט עס צו א זשאזש.
דער זשאזש האט ליטערעלי נישט קיין שום רעכט צו אראפנעמען פענעלטיס, רעדוצירן די פיין, אדער טוישן עפעס אינעם טיקעט. סיידן אויב דער טיקעט איז דעפעקטיוו דאן ווערט עס נול. און דאס פאסירט זייער זייער זעלטן.
דאס הייסט די זשאזשעס האבן פארלוירן זייער פאטענציעלע רעכטן און מ'הט זיי צוגענומען די רעכטן אריינצוקוקן אינעם געזעץ צי מען קען עפעס טאן מיט דעם טיקעט צי נישט. ער קען בלויז זאגן יא אדער ניין. איין זשאזש האט געזאגט "איך האב שוין באלד נישט וואס צו טאן דא, אלעס איז גילטי. מען האט אונז צוגענומען אלע רעכטן אלס זשאזש".


וואס האט זיך געטוישט?
איך האב לעצטענס (ענדע יאנוואר) געקריגן א פארקינג טיקעט, געשיקט מיין בריוו, און איך האב באקומען א בריוו אז אדער נעם איך אהן די רעדאקשן, אדער זאל איך איגנארען די בריוו, און אין 30 טעג וועט עס גיין צו א ריכטער.
וואס איך וויל יא וויסן איז, פון ווען די 30 טעג ענדיגט זיך, ווי לאנג געדוירט געווענטליך ביז איך הער צוריק פונעם שופט? 311 זאגט מיר איך זאל ווארטן 75 טעג... איך האב נישט צופיל חשק, ווייל צוליב א געוויסע ענין איז מיר וויכטיג אז ס'זאל נישט זיין קיין טיקעט אויף די קאר.

---

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווען מ'באקומט א פארקינג טיקעט, אויף דעים חטא הידיעה, אז די פארקינג מיטער איז שוין אפגעלאפן, דארף מען א קוק טון אויף די מיטער, און אויפזיכן די מיטער נאמבער, (געווענדליך שטייטעס אויך אויפן טיקעט),

שרייבט אפ די נאמבער, רופט אריין 311 און זאגט זיי אז די מיטער איז צובראכן, דהיינו, כ'האב אריינגעלייגט א קוואדער און נאך 10 מינוט איזעס שוין אויסגעלאפן, ח"ו נישט זאגן אז מ'האט באקומען א טיקעט!

ווען די טיקעט קומט ארויף אויפן סיסטעם, שרייבט אריין א אימעיל צום דזשאדזש, (דארט אויפן סיסטעם איז דא א אפשען צו פייטן דורך אימעיל,) אז די מיטער איז צובראכן, און ווען דו האסט אריינגעלייגט קוואדערס גענוג אויף א שעה, און דו ביסט צוריקגעקומען נאך 45 מינוט האסטע שוין געזעהן א טיקעט, געווענליך טשעקן זיי צו ס'איז דא א קאמפלעין אויף די מיטער, און אז ס'איז דא, איז די טיקעט דיסמיס'ד,


זיי קענען זעהן ווען מ'האט געפיילט די קאמפלעינט. איז אויב די טיקעט איז 10:30, און די קאמפלעינט איז 12:00, וועלן זיי עס דיסמיסן? חוץ דעם, ווען זיי קומען קוקען און זעהן אז ס'איז נישטא קיין שום פראבלעם, ריפארטן זיי דאך עס אויף די קלעי"ם, סאו וויאזוי ארבעט דאס?

ומענין לענין, ביי א פעילד (fail) מיטער מען מען על פי געזעץ פארקן נאר פאר א האלבע שעה, (היינט 20 מינוט?), אבער מ'קען שטיין רואיג, ווייל זיי קענען נישט געבן קיין טיקעט, היות זיי ווייסן נישט ווען די ביסט אנגעקומען דארט.

---

פונקט ווי מ'קען פליען נאט גילטי אן ליין קענסטו עס טוהן אין די מעיל. דו דארפסט נישט בעטן פאר א רידאקשן וכדומה, נאר אז די שיקסט אריין א בריוו וואס שטייט סיי וואס, וועלן זיי דיר באלד שיקן א בריוו מיט א רידאקשען. און פון דארט גייט די פראצעדור אזויווי שוועמל האט שוין געשריבען, אז דו קענסט אנעמען די גענידערטע פרייז, אדער קענסטו ווארטן און ס'וועט גיין צו א דזודז, און ער וועט קענען אדער דיסמיסען אינגאנצן (אויב ער האלט אז דיין תירוץ איז א גוטע), אדער וועסטו ברויכען צאלן די גאנצע.

---

היינט ווען זיי סקענען די קאוד אויף די רעגעסטרעישן, און אלע אינפארמאציע פון די קאר שווימט ארויף, איז דא אן עצה אז מ'מאכט א שטריך מיט א בליי אויף די באר קאוד, אדער מיט א מארקער אויף די גלאז העכער די באר קאוד, אדער מ'קלעבט ארויף א פיצי שטיקל פאפיר אויף די קאוד, וואס דאס אלעס איז גורם אז די מאשין כאפט נישט אויף די קאוד נאר זיי דארפן אלעס אריינטייפן מעניולי, ממילא איז שוין גרינגער זיי צו כאפן מיט א טעות אין די ווין נומער, יער, מעיק וכדומה, וואס ווי שוין געשמועסט, א טיקעט מיט א טעות איז קיין טיקעט נישט.

מאנטאג מרץ 08, 2010 2:41 pm

משיח האט געשריבן:צום ערשט שלום עליך רבי ומורי בסדר והלכות טיקעטס ר' שוועמל,
כ'אף אז איך מעג זיך אריינשטעקן מיין נאז דא.
משיח האט געשריבן:וואס איך וויל יא וויסן איז, פון ווען די 30 טעג ענדיגט זיך,
עס שטייט א דאטום אויפן בריוו ביז ווען מ'מוז ענטפערן.
משיח האט געשריבן:ומענין לענין, ביי א פעילד (fail) מיטער מען מען על פי געזעץ פארקן נאר פאר א האלבע שעה, (היינט 20 מינוט?),
דוכציך מיר אז מ'קען דארט שטיין אזוי לאנג ווי די מאקסימום וואס די קענסט פיעדן די מיטער, וויפיל ס'שטייט אויפן סיין, 1 אדער 2 שעה.
משיח האט געשריבן:אבער מ'קען שטיין רואיג, ווייל זיי קענען נישט געבן קיין טיקעט, היות זיי ווייסן נישט ווען די ביסט אנגעקומען דארט.
להוי ידוע אז זיי ווייסן שוין גאר! קוק אויף א פארקינג טיקעט עסטו זעין די ווערטער: TIME FIRST OBSERVED דאס איז געצילט פאר אזאנע סחורה. זיי צייכענען זיך עס אן אויף א פאפיר און קומען שפעטער צוריק.

---
שוועמל נאו בעק טא יא.

מאנטאג מרץ 08, 2010 4:12 pm

פליגל האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:וואס איך וויל יא וויסן איז, פון ווען די 30 טעג ענדיגט זיך,

עס שטייט א דאטום אויפן בריוו ביז ווען מ'מוז ענטפערן.


איך זעה האסט נישט פארשטאנען וואס איך שרייב,
דאס שטייט ווען די 30 טאג ענדיגט זיך, מארטש דעם זיבעטן, און אויב איך וויל אנעמען דעם פארשלאג דארף איך זיי צו וויסן טוהן ביז דאן,
מיין שאלה איז: פון ווען דעם דאטום לויפט אפ, ד.ה. איך האב נישט צוטוהן געמאכט, נאר איך וויל ס'זאל גיין צו א ריכטער, ווילאנג ס'וועט יעצט נעמען פון מארטש 7 ביז ???, ווען וועל איך הערן דעם שופט'ס באשלוס.

מאנטאג מרץ 08, 2010 4:24 pm

משיח;
געטוישט האט זיך אינעם סיסטעם אז א זשאזש קען שוין נישט געבן קיינע רעדוקציעס (אויב ביסטו גילטי איז עס עד הסוף), ער קען נישט דיסמיסן א פעילער אינעם ווייאלעשאן (חפצא) נאר א באגנוגנדע פעילער אין די קאר דיטעילס (גברא) , און דאכט זיך אז איינער אליינס קען נישט דיסמיסן נאר אויב א צווייטער AJL שטימט מיט.

אגב, די וואך האב איך באמערקט אז די רעדוקציעס ביים פלי-בארגען אונליין האט זיך געהעכערט צו 33%!
ד"ה ביז היצט איז אראפגעגאנגען $20 פון 100, יעצט גייט אראפ $33 פון 100.


דער שופט ענטפערט געווענליך אין די דרייסיג טעג. טיילמאל די ערשטע וואך, ווענדט זיך ווי ביזי ער איז מיט אנדערע טיקעטס..
שרייב א תגובה

Advertisement