בלאט 7 פון 41
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 10:00 am
דורך DONE
לוסטיג האט געשריבן:ןןיפיל פוינטס איז "קערלעס דרייווינג"? איז עס געלט אויך?
http://www.nydmv.state.ny.us/license.htm#pointsscroll אראפ ביז Driver Violation Point System
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 25, 2009 9:42 am
דורך איך_הער
יונה, וואסיז געווארן מיט דיין טיקעט? הא?
וואס דארפעך טון אויב איך ווילעס פייטן? ס'ריקן זיך די טעג.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 25, 2009 10:44 am
דורך מקוה נייעס
איך האב מיך איינגעדרייט פון 4 עוועניא צו 39 אויפ'ן וועג קיין ב.פ. בין איך געווארן אפגעשטעלט און באקומען א טיקעט ווייל ס'איז דא א סיין אז יענע שעה'ן (איך געדענק נישט פינקטליך וועלכע שעה'ן אבער ס'איז געווען אינמיטן טאג) מעג'ן נאר טראקס זיך איינדרייען
ווייסט איינער א מהלך דאס צו פייטן
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 26, 2009 2:10 pm
דורך הערשי קניהויז
קען מען טשעקן די סטעטוס פון א טיקעט אנליין?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 26, 2009 2:25 pm
דורך סתם_אזוי
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 26, 2009 2:40 pm
דורך 1x1
NOTICE: The toll violation fee for Port Authority crossings is $50 effective November 15, 2009. Click here
for more info.
http://www.e-zpassny.com/en/home/index.shtml
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 26, 2009 5:37 pm
דורך הערשי קניהויז
סתם_אזוי האט געשריבן:http://nycserv.nyc.gov/NYCServWeb/NYCSERVMain
סתם, שכוח. איך וויל טשעקן א טעלגעיט טיקעט אין אפסטעיט, קען איך עס נישט זעהן דא, רייט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 05, 2009 8:21 am
דורך farshlufen
ר' הערשל, דאס איז נאר פאר דומבערגס סיטי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 05, 2009 9:44 am
דורך סתם_אזוי
איך האב געטראפן די לינק. קען זיין אז עס וועט זיין אינטערעסאנט און עס וועט ארויסהעלפן אפאר אידן. איך האב עס נאכנישט דורכגעליינט.
http://ticket.vovvar.net/
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 05, 2009 11:57 am
דורך שוועמל
ברוך האט געשריבן:אגב האט איינער עקספיריענס מיט א קעמרע רעד לייט טיקעט? איצט אנגעקומען מיט קלארע בילדער.
געהערט אמאל אז עס מוז זיין א נאטיס ביים רעד לייט אז ס'יז פארהאן א קעמערע, אויב נישט קען מען דיסמיסן די טיקעט.
קען איינער קאנפירמירן?
איך האב אויך יעצט באקומען א רעד-לייט טיקעט אראפקומענדיג פון BQE אויף פלאשינג.
$50 די רויבערס. נעם עס פון מיין פוד סטעמפס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 05, 2009 4:51 pm
דורך לאז געמאכט
שוועמי האסט נישט באקומען די טעקסט מעסעטשעס אז ס'דא דארט א קאמרא?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 05, 2009 5:36 pm
דורך שוועמל
כאב יא באקומען און עס אפילו געשיקט ווייטער, אבער מה יעשה הבן שלא יחטא?..
קען איך דען האלטן קאפ אויף אלעם? כעל מוזן אנשפריצן מיין פלעיט מיט א רעפלעקשאן מ'זאל נישט קענען מער ליינען.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 22, 2009 7:21 pm
דורך הערשי קניהויז
כ'הער אז עס איז שוין נישט דא היינט אזא זאך ווי א פאליס קומט נישט אן אין קאורט, אדער איז דא די פאליס אדער איז דא דארט א צווייטער אנשטאט אים (פארגעסן וויזוי ער הייסט)
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 22, 2009 7:32 pm
דורך פאטאקי08
הערשי קניהויז האט געשריבן:כ'הער אז עס איז שוין נישט דא היינט אזא זאך ווי א פאליס קומט נישט אן אין קאורט, אדער איז דא די פאליס אדער איז דא דארט א צווייטער אנשטאט אים (פארגעסן וויזוי ער הייסט)
וועלכע קארט?
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 23, 2009 7:07 am
דורך הערשי קניהויז
איך האב עס געהערט אויף טאון אף מאנראו.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 23, 2009 7:19 am
דורך שוועמל
אויב דער פאליס ערשיינט נישט איז דא א פראסעקיוטער.
אבער ער זעלבסט האט דאך נישט קיין באווייזן קעגן דיר דעריבער איז גרינגער אים צו פייטן.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 24, 2009 11:51 am
דורך הויכער
יוש!!!!
יעצט באקומען א ספידינג טיקעט 51/25 אין MONTVALE NJ אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפן וואס צו טוהן?
יא נעמען א לויער אדער אראפגיין אליינס פייטן?
עס שטייט נישט וויפיל געלט עס איז, ווייל עס שטייט נאר ביז 25 העכער די ספיט לימיט, און איך אויבער חכם בין געווען 26 העכער!
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 24, 2009 12:33 pm
דורך הויכער
הוא מותיב והוא מפרק!
יעצט אראפ געלייגט די טעלעפאון מיט זאב גאלדסטין, זאגט ער מיר אז אויב די ספידינג איז איבער 24 מער פונעם ספיט לימיט פארלאנגן זיי געווענליך אז די דרייוער זאל פערזענליך אראפקומען צום קארט ממילא זאגט ער מיר אז טאמער וויל איך מיר דאס שפארן האב איך גארנישט אויפגעטוהן
און לגבי פוינטס זאגט ער אז פוינטס פון ניו דזשערסי רעכנט זיך נישט לגבי נ.י. ממילא איז עס נאר א פראבלעם אין נ.דזש. אז טאמער באקומט מען נאך פוינטס דארט אין נ. דזש. קען מען פארלירן די רעכט צו דרייון און נ.דזש.
און לגבי אינשורענס זאגט ער איז געווענליך קוקן זיי נאר אין די סטעיט פון ווי דיין לייסענס איז. (ער זאגט אז איינמאל האט ער געהאט איינער וואס האט געהאט אינשורענס פראבלעמען מיט א צווייטע שטאט פוינטס)
ממילא זאגט ער האבעך נישט פארוואס אים צו נעמען (ער נעמט $500)
נאכער האבעך געזאגט פאר זאב גולדסטין אז די עולם אויף IVELT איז זייער צופרידן פון אים, און איך אויכעד אנשטאט מיר באראבעווען 500 דאלאר האט ער מיר קלאר געזאגט אז איך האב נישט פארוואס אים צו נעמען און באצאלן, שיין פון אים, שכויעך
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 09, 2009 8:10 am
דורך מקוה נייעס
איך האב באקומען א 95 דאלער'דיגן געשריבענע טיקעט ביים פארקן ביי א נאו סטענדינג סיין
אבער דער פאליציי האט פארגעסן אריינצישרייבן דער דאטום ווען ס'איז געווען,
איז דאס גענוג א תירוץ צי פייטן דעם טיקעט
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 09, 2009 8:19 am
דורך שוועמל
זיכער אז יא
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 09, 2009 8:46 am
דורך מקוה נייעס
יישר כח שוועמל, אבער ביזט זיכער דערין?
קען איך אויף דעם סמך בעטן א הערינג אן-ליין
אויב יא, זאל איך שרייבן, אז איך פליד נאן גילטי ווייל ער האט אויסגעלאזט דעם דאטום?, אדער שרייבן איך געדענק נישט ווען איך זאל זיין ביי יענע פלאץ, והא ראי' אז ס'שטייט נישט קיין דעיט?
אגב כ'האב פארגעסן צי שרייבן אז ס'איז געווען ביי א נאו סטענדינג חוץ פון אהסערייזד וויהעקילס, אבער סתם א נאו סטענדינג איז א טייערערע טיקעט
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 09, 2009 11:50 am
דורך שוועמל
To whom it may concern.
Ref: Summons Number xxxxxxxxxxx
This summons has no issuance date indicated.
Defendant motions for dismissal.
Sincerely
Mikva Nies
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 09, 2009 2:44 pm
דורך מקוה נייעס
Wow
Shvemil your the best
Thank you very much
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 15, 2009 1:34 pm
דורך יאסל
יאנאש האט געשריבן:אבער כדי דער עולם זאל הנאה האבן, פאוסט איך דא מיין אנפראגע און ענטפער (אויך מיר אן ענטפער) וואס איך האב געקריגן פון די ט.וו.ב. (זייער שנעל גענומען איים שאקט איי מייט עדד):
Customer (Yanush) 01/23/2008 10:01 AM
Good morning.
To whom it may concern;
I got a speeding ticket on the FDR, its a 72/40 MPH violation, I have 15 days from the date of the offence to plea, but I don't see my ticket listed online.
I asked the system to notify me when the ticket comes online, so my question is, if the ticket does not come online within my 15 days plea window, will this result in a suspension or default conviction?
My 15 days runs out the 25th of January, so if possible please let me know as soon as possible.
Thanks in advance.
Response (Bob M.) 01/23/2008 02:58 PM
Until we enter your ticket data in the system you will not be able to answer this ticket. Since the summons was issued for 31+ mph greater than the listed zone, you will be required to appear in person. You may enter a Not Guilty plea on the Web.
When this summons data is entered in our system a ' Notice of Required Appearance' will be sent to the address listed on the summons. If you HAVE changed your address recently it is suggested you mail the summons to us and enter a Not Guilty plea with your new address listed.
ער ענטפערט נישט קלאר, אבער עס זעהט אויס פון זיינע רייד אז ביז עס קומט נישט ארויף אנליין בין איך אף די הוק, אבער פארשטייט זיך אז ארויסזאגן קלאר ווילער נישט, סאו בין איך צוריק ביי סקווער איינס.
עניוועי האבעך שוין גענומען א לויער, איך ברענג עס נאר אז אויב איינער האט אן ענליכע מאנסע זאלער וויסן וואס טוט.
מר' שוועמל וואס איז למעשה געבליבן מיט דיין פראגע
איז דא א פראבלעים אויב זיי האבן נאך נישט דעם טיקעט אינעם סיסטעים ביי 15 טעג איז דאן געניג אז כשטעל אריין אז דיי זאלן שיקען אן אימעיל , אדער גייט דאס צי דיפאלט?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 16, 2009 11:15 pm
דורך שוועמל
לויט ווי איך פארשטיי, איז טיילמאל דער טיקעט נאכנישט אינעם סיסטעם אין די פופצן טעג, פשוט ווייל מען האט נאכנישט מעניועלי אריינגעלייגט.
אבער די זאך איז אז ווען מ'לייגט עס עווענטועלי יא אריין שטעלן זיי דאך דעם דאטום פונעם טיקעט, דאס הייסט בעקדעיטעד מיט פופצן טעג און אלע פענעלטיס וכו' הויבן אן צו אקרוען פונעם דאטום פונעם טיקעט און נישט פון ווען מ'אט עס אריינגעלייגט.