הילף איבער טיקעטס

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12644
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 9:18 pm

יאנקל האט געשריבן:עפעס א טיקעט
פייטער האט מיר געזאגט אז עס גייט יא למפרע


NYS DMV שרייבט מפורש אז עס גייט למפרע
your point total is calculated based on the date of the violation, not the date of the conviction
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום דינסטאג אוקטובער 24, 2017 12:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12644
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 9:37 pm

Efroiach האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:
נ.ב. מאך זיכער צו ס'האט טאקע פוינטס, ווייל אין NYS איז א דרייווער'ס סיטבעלט טיקעט נישט קיין פוינטס, נאר טאמער איינער אינטער 18 יאר האט נישט קיין סיעט בעלטס באקומט דער דרייווער פוינטס.


ביסטו זיכער אין דעם?
ס׳מיר נוגע למעשה, איך האב מיט א צייט צוריק באקומען א סיט בעלט טיקעט איך ווייס נאכנישט וואס צו טוהן...

16

Children under the age of 16 must wear seat belts when they are in the front seat or the back seat.

Efroiach
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:59 pm

תגובהדורך Efroiach » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 9:54 pm

קיקיון האט געשריבן:
Efroiach האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:
נ.ב. מאך זיכער צו ס'האט טאקע פוינטס, ווייל אין NYS איז א דרייווער'ס סיטבעלט טיקעט נישט קיין פוינטס, נאר טאמער איינער אינטער 18 יאר האט נישט קיין סיעט בעלטס באקומט דער דרייווער פוינטס.


ביסטו זיכער אין דעם?
ס׳מיר נוגע למעשה, איך האב מיט א צייט צוריק באקומען א סיט בעלט טיקעט איך ווייס נאכנישט וואס צו טוהן...

16

Children under the age of 16 must wear seat belts when they are in the front seat or the back seat.


איך פרעג אלס דרייווער סיט בעלטס.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12644
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 10:16 pm


אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 10:17 pm

דרייווער סיעט בעלטס איז נישט קיין פוינטס

Efroiach
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:59 pm

תגובהדורך Efroiach » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 10:54 pm

איש האשכולות האט געשריבן:דרייווער סיעט בעלטס איז נישט קיין פוינטס

אבער כ׳פארשטיי אז ס׳נאך אלס בעסער עס צו מאכן פאר א פארקינג טיקעט, ווייל ס׳גייט ארויף אויף די דרייווינג רעקארד און די קאר אינשורענס פרימיום ווערט העכער..

אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 5:00 pm

תגובהדורך אוהב שלום » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 11:06 pm

איך האב פאריגע וואך באקומען א טיקעט פאר 15 העכער די ספיד
וואס לוינט זיך ענדערש צו געבן פאר לויער אדער אליינס פייטן?
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 11:11 pm

ביז וויפיל העכער די ספיד מעג מען פארן
פינף?צען??

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 11:15 pm

0

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 11:37 pm

אוהב שלום האט געשריבן:איך האב פאריגע וואך באקומען א טיקעט פאר 15 העכער די ספיד
וואס לוינט זיך ענדערש צו געבן פאר לויער אדער אליינס פייטן?

קום אריין מיט מער דעטאלן, וועלכע געגענט האסטו עס באקומען?

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2165
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 7:37 am

היות כ'זע אז ס'הערשט א אומקלארקייט וועגן 'פוינטס' אויף די לייסענס, וועל איך פראבירן מאכן סענס דערפין בקיצור לויט ווי איך געדענק, און עז עי דיסקלעימער; פארשטייט זיך אז דאס איז נאר צו מאכן א שטיקל קלארקייט, און נישט קיין לעגאלע עדווייס.

1) ס'איז א קאממען טעות וואס מענטשן מאכן אויסמישענדיג די.עם.ווי. פוינטס און טרעפיק ווייאלעישענ'ס מיט אינשורענס עלידזשעביליטי (פוינטס), וואס זענען באמת אפעקטיוו דריי באזונדערע זאכן, איז לאמיר עס צוטיילן.

1. די ערשטע זאך; פוינטס, בקיצור איז דאס א אינטערנעל סקארינג סיסטעם וואס ווערט באנוצט ביי די 'מאטאר וויהיקעל דעפארטמענט' בכל שום וחניכא דאית לי' (אין יעדע סטעיט אנדערש) און איז היינט איינגעשטעלט אין כמעט אלע סטעיטס אין די פאראייניגטע שטאטן‏, און דאס איז בעיקר געמאכט געווארן צו קענען האלטן מאטאר וויהיקעל אפערעיטאר'ס (דרייווער'ס) אין שאך און עלימינירן די מערסט סכנה'דיגע דרייווער'ס פינעם ראוד מיט אן אויטאמאטישע סיסטעם, דהיינו, יעדע סטעיט האט אויסגעשטעלט א פוינט סיסטעם ווי רוב מאווינג ווייאלעישענס קריגן א געוויסע סכום פוינטס לויט ווי הארב זיי האבן אויסגערעכנט אז די צפעציפישע מאווינג ווייאלעישען איז, און ווען מ'עקיומעלעיט א געוויסע סכום פוינטס, וועט די דעפארטמענט אוו מאטאר וויהיקעל'ס קאמפיוטער ארויסשיקן אן אויטאמאטישע סוספענשען לעטטער, וכדו', און אזוי אויך נוצט די פוינט סיסטעם צו געבן א שנעלע פשוט'ערע אינדיקעישען אויף א דרייווער'ס רעקארד אויף די פינגערשפיץ ווען ס'פעלט אויס, אבער באמת ביים טיילן שטראפן קוקט מען זייער אסאך מאל אויף די גאנצע וויאלעישען היסטאריע פין דעם מענטש (ווי דערמאנט שפעטער).  

מיר וועלן נאר רעדן פין ניו יארק און ניו דזשערזי, ווייל דאס איז מערסטנטייל נוגע די היימישע עולם, אבער ווי געשמועסט, ס'איז בעצם זייער ענליך איבעראל.

אין ניו יארק אין ניו דזשערזי, ווערט א דרייווער'ס לייסענס סוספענדירט אויב מ'האט 12 פוינטס אויף די לייסענס (אגב, טשארדזשעס און פי'ס קענען זיין פריער אויך), אבער אנצוקומען צו דעם אמאונט איז שוין אביסל אנדערש 1. ווייל די סקאורינג סיסטעם אין די צוויי סטעיטס איז אביסל אנדערש (דהיינו ווען און וויפיל פוינטס מ'קריגט), 2. ווייל די מהלך וויאזוי די פוינטס גייט אראפ איז אביסל אנדערש (ווי אויסגעשמועסט ווייטער).

אין ניו יארק, גייען אלע פוינטס אראפ ווען ס'ווערט 18 חדשים אלט, רעגארדלעס. ווידער אין ניו דזשערזי, גייט אראפ נאר 3 פוינטס פער יאר (כ'בין נישט זיכער אויב מ'רעכט א קאלענדער יאר למשל יאנואר דעם ערשטן, אדער פשוט ווען די פוינטס ווערן 12 חדשים אלט), און אויך נאר אויב האט איר נישט געהאט קיין אנדערע ווייאלעישענ'ס מיט פוינטס אין די לעצטע 12 חדשים.

ס'דא נאך וועגן צו רעדוסען די פוינטס, דורך פארשידענע דרייווער סעיפטי פראגראמען, און דאס איז אויך אנדערש יעדע סטעיט, גראדע מיין איך אז אין ניו דזשערזי קען מען פטור ווערן פין 8-9 פוינטס צווישן עטליכע פראגראמען, די היט איז אבער, אז די סארט קורסן קען מען נאר נעמען איינמאל אין עטליכע יאר, און דעריבער דארף מען אויך אין אכט נעמען אז נישט אלעמאל לוינט זיך עס אויב מ'האט ווייניג פוינטס (בעסער עס נוצן אויב/ווען מ'האט אסאך, און די רעדאקשען וועט מאכן אן אמת'ע חילוק, און/אדער אפהאלטן דאס פארלירן די לייסענס). און אגב, ביי די סארט דרייווער'ס פראגראמען קריגט מען אויך א אויטא אינשורענס דיסקאונט פין 10-15% פאר ביז א געוויסע תקופה דערנאך, (אין ניו יארק איז עס 3 יאר, אנדערע בין איך נישט זיכער).

עז עי דזשענערעל רול; מאטאר וויהיקעל (לייסענס) פוינטס ווערט אלעמאל בעקדעיטעד צו די דעיט אוו די אפענס (רעטראעקטיוו), סאו אויב ווערט מען למשל קאנוויקטעד און קאורט א יאר נאך די ווייאלעישאן, איז אין ניו יארק שפארט מען זיך 12 חדשים פין די 18 חדשים וואס די פוינטס בלייבט אויף די לייסענס און אין ניו דזשערזי קריגט מען אפעקטיוו 3 פוינטס ווייניגער (פארשטייט זיך אויב האט מען נישט געהאט קיין אנדערע ווייאלעישענס אין די לעצטע יאר), ‏אבער ס'ארבעט פארקערט אויך, למשל אין ניו דזשערזי אז איינער האט געקריגן עטליכע  פוינטס און 11 חדשים שפעטער האט ער געקריגן נאך א ווייאלעישען אבער די קאורט דעיט איז הערשט אין 6 וואכן ארום (ד"ה מער ווי צוועלף חדשים נאך די ערשטע פוינטס), איז ווען ס'ווערט 12 חדשים וועט פין די ערשטע פוינטס אראפגיין 3, ווייל ער האט דאך געהאט 12 חדשים אן קיינע נייע ווייאלעישענ'ס, אבער אויב נאך די קאורט פין די נייע ווייאלעישען וועט מען אים געבן נאך פוינטס, קומט דאך אויס אז ביי עלף חדשים נאכ'ן ערשט האט ער יא געהאט פוינטס, און מ'וועט פאקטיש צוריקלייגן די 3 אראפגענומענע פוינטס, וכו'.

2. מאווינג ווייאלעישענס, דאס איז די עצם חטא פארוואס מ'האט געקריגן דעם ווייאלעישען (טיקעט) און אויב מ'ווערט אנגעקלאגט דערפאר אין געריכט, און מ'ווערט געטראפן שולדיג, ווערט מען 'קאנוויקטעד' פאר דעם קריים, אין דאס גייט ארויף אויפן דרייווער'ס רעקארד פין די טאג פין די קאנוויקשען און ווייטער, נישט אויף למפרע, און אויב ס'איז געווען א פליע-דיעל קען אמאל שטיין אויף די רעקארד סיי די פליע, און סיי וואס די אריגינעלע חטא איז געווען.

ווייאלעישענס, גייען "נישט אראפ" פינעם רעקארד "קיינמאל" פין זיך אליינס, אדער ווערט עס ארויסגעווארפן אין קאורט, אדער קען מען בעטן די 'מאטאר וויהיקעל דעפט' נאך עטליכע יארן (5-10 אדער מער, ווענדט זיך וואס) עס צו עקספאונזדשען (אראפנעמען) פין די רעקארד, אבער פין זיך אליינס בלייבט עס דארט אלעמאל, אויסערדעם וואס געוויסע ווייאלעישענ'ס בלייבן ביי לאו יא אסאך לענגער און צומאל פאר אייביג, און דאס ווענדט זיך אויך ווי א סטעיט.

און דא קומט אריין די צומישעניש. ווייאלעישענ'ס, כאטש ס'האט נישט קיין עקספייערעישען דעיט, האט אבער יא א א סכום יארן וואס מ'מוז דאס האלטן אן רעקארד, והיינו, יעדער פארשטייט אז א מענטש איז נאר מענטש, און קען אמאל מאכן א טעות, און ס'האט דעריבער נישט קיין זין צו שטראפן א מענטש א גאנץ לעבן אויף עפעס אן עבירה וואס ער איז באגאנגען ווייסעך ווי לאנג צוריק, בפרט נאך אז ער איז עלטער געווארן, און האפנטליך מער אחריות'דיג, איז ס'ווענדט זיך אוודאי פין וואס די רעדע איז, אבער בד"כ נאך א תקופה פין עטליכע יאר קען מען אראפנעמען רוב ווייאלעישאנ'ס פין די רעקארד, און היות ס'איז נישט נוגע מער פאר די אינשורענס 'טשארדזשעבל פיריעד' (זע ווייטער), קען מען דאס ע"פ רוב אראפנעמען.

3. און יעצט וועלן מיר בעסער פארשטיין דעם דריטן, אינשורענס. אינשורענס קאמפאני'ס אינטערסירט נישט עכט קיין דרייווער'ס לייסענס פוינטס, זיי ווילן וויסן איין זאך, וואספארא ריסק נעמען זיי דא מיט דעם דרייווער, און וויפיל מ'דארף אים טשארדזשען, אדער אויב זאל מען אים בכלל אננעמען.

דעריבער בויען זיי זייער דעסיזשען אויף די אינפארמאציע פין א 'מאטאר וויהיקעל רעפארט', וואס דארט זעט מען אלע ווייאלעישענ'ס און עקסידענט'ס וכדו', און נישט (נאר) די פוינטס! און דערנאך האבן זיי זייער אייגענע סיסטעם מיט א 'טשארדזשעבל פיריעד' (געווענליך 3 יאר) און 'סקאורינג סיסטעם' וואס לויט דעם מאכן זיי זייער דעסיזשען.

די אינשורענס 'סקאורינג סיסטעם', רופט זיך אויך אמאל אן 'פוינטס', וואס דאס איז די אנדערע חלק פין די צעמישעניש, אז אינשורענס קוקט יא אויף די 'פוינטס'... אבער ווי געשמועסט ס'האט קיין שייכות נישט מיט 'לייסענס פוינטס'.

2) וועגן 'אוט אוו סטעיט ווייאלעישאנ'ס און פוינטס', איז ‏די בילד בערך אזוי;

1. 'מאווינג ווייאלעישאנס" גייען "יא" אריבער! אונטער די 'קאמפעקט'ס' אפמאכ'ן (DLC, NRVC) וואס די סטעיטס האבן צווישן זיך, ווערן מאווינג ווייאלעישאנ'ס גע'שעירד צווישן סטעיטס (חוץ א האנדפול סטעיטס וואס נעמען נישט אנטייל, ס'איז אויך דא די NDR, און AAMVA וואס האבן זיך זייערע וועגן וויאזוי זיי אפעקטירן די ווייאלעישענס אינטערסטעיט, ס'איז אויך דא די DLA וואס אוט אוו סטעיט איז יא כמעט די זעלבע ווי אין סטעיט, און ס'אזי אפי' דא וואס ווילן דאס איינפירן אינטערנעשינעלי, אבער אויף די מינוט ארבעט דאס מער ווייניגער ווי מיר שרייבן דא, חוץ אין געציילטע סטעיטס - גראדע מעססעטשוסעטס און קאנעטיקוט צווישן זיי), אמת, אז נישט אלע מאווינג ווייאלעישאנס ווערן "רעקארדעד" אין אייער סטעיט (נאר געוויסע גאר הארבע) און אייער אינשורענס וועט דאס דעריבער לאוו דוקא אויפפיקען, אבער זיי קענען בעצם אויב זיי ווילען.

נאכמער, אויב איר ענטפערט נישט די טיקעט, אדער איר צאלט נישט די 'פיינ'ס' וואס מ'האט אייך מחייב געווען אין די אנדערע סטעיט פאר די ווייאלעישענ'ס, קען/וועט אייער היים סטעיט סוספענדירן אדער נישט לאזן רינוען אייער לייסענס, ביז איר נעמט קעיר דערפין.‏ ווי אויך, קען די באטרעפנדע סטעיט צונעמען אייערע רעכטן פין דרייווען אין יענע סטעיט.

2. 'לייסענס פוינטס' פין אן אנדערע סטעיט ווי די פין וואו אייער לייסענס גייען געווענליך 'נישט' אריבער, (חוץ די פראווינצן 'קוויבעק' און 'אנטעריא' אין קענעדע, וואס לכאו' צוליב זייער גרעניץ מיט ניו יארק האבן זיי עפעס אן אפמאך אז ס'גייט "יא" אריבער קיין ניו יארק (פארקערט ווייסעך נישט), לעצטנס האב איך ערגעץ געזען אז ס'דא געוויסע סטעיט'ס וואו ס'גייט יא אריבער, און דאן קריגט מען די פוינטס לויט אייער היים סטעיט רול פאר די צפעציפישע ווייאלעישאן, נישט ווי די רול אין די סטעיט וואו ס'איז פארגעקומען) עכ"פ אין ניו יארק און ניו דזשערזי כהיום גייט עס נישט אריבער.

ניו דזשערזי גיבט אבער "יא" 2 (אייגענע) פוינטס פאר 'אוט אוו סטעיט ווייאלעישענס', נישט קיין חילוק וויפיל די פוינטס באטרעפט אין די סטעיט ווי די ווייאלעישאן איז פארגעקומען (ניו יארק טוט דאס נישט), און היות די עצם ווייאלעישען רעקארד קריגן זיי דאך פין די אנדערע סטעיט, דארף מען זיין גערעכנט דערויף.

געווענליך ביי א קאממערשעל דרייווער'ס לייסענס (CDL), צוליב זייער הויכע שטאפל פין זיכערהייט פאר'ן פאבליק וואס זיי שטעלן פאר, איז דא געוויסע הארבערע רולס לגבי סטעיט טו סטעיט אויך, אויב איז דאס אייך נוגע, דאן טשעקט עס אויס.

3) ‏סיט בעלטס; אין ניו יארק קריגט מען פאר א 'מיינער' פאסאזשיר (אונטער 16 יאר) אנע סיטבעלטס א וויאלעישען מיט 3 פוינטס, און ביי אן אדאלט (דרייווער קריגט פאר זיך, און א פאסאזשיר קריגט אליינס), איז דאס נאר א געלט שטראף, אבער אין ניו דזשערזי איז לכתחילה נישטא קיין פוינטס בכלל אויף א סיטבעלט, נאר א געלט שטראף.

אויב איינער ווייסט אנדערש, אדער מער צפעציפיש, אדרבה לאזט אייך הערן לתועלת הציבור.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 9:50 am

זייער קלאר! ייש"כ.

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 12:07 pm

יש״כ @אבערוואס פאר די קלארע באריכט!
הכל לטובה!

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 12:48 pm

ישר כוח @אבערוואס פאר די קלארע באריכט!!!
לויט דעם אז פאר די אינשורענס מאכט נישט אויס די DMV פאוינט, איז פארוואס לוינט זיך צו פייטען א טיקעט פון בערך 100 פאר 300-400 ? ווייל קען זיין אז עס גייט ווען נאט גילטי לוינט זיך דאס ?

קען מען מסביר זיין ווען עס לוינט זיך יא אין ווען נישט ?

ווי קען מען נאכקוקן די DMV פוינטס אין ווי קוקט די אינשורענס קאמפעני דאס ?

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2165
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 5:53 pm

יאנקל האט געשריבן:לויט דעם אז פאר די אינשורענס מאכט נישט אויס די DMV פאוינט, איז פארוואס לוינט זיך צו פייטען א טיקעט פון בערך 100 פאר 300-400 ? ווייל קען זיין אז עס גייט ווען נאט גילטי לוינט זיך דאס ?

קען מען מסביר זיין ווען עס לוינט זיך יא אין ווען נישט ?

ווי קען מען נאכקוקן די DMV פוינטס אין ווי קוקט די אינשורענס קאמפעני דאס ?

אויף אייער ערשטע שאלה איז די תי' נומער איינס, קען טאקע זיין אז ס'לוינט נישט, און טעארעטיש דארף מען טאקע ביי יעדע ווייאלעישען דן זיין אויב ס'לוינט אדער נישט, והשנית, אין פאקט וואוינען מיר אין א מלכות של חסד און די פוינטס סיסטעם איז אזוי אויסגעשטעלט, אז רוב מאל ווען מ'קריגט א ווייאלעישען רעדט מען פין 2-6 פוינטס מינימום (און ווער רעדט נאך ווען מ'קריגט עטליכע אויפאמאל, כדרכם), און היות די מאקסימום וואס מ'קען האבן ביז די לייסענס ווערט סוספענדירט איז 11, איז ריאליסטיש זייער שווער מוותר צו זיין אויף א געלעגנהייט צו פייטן די פוינטס, ווייל אויב ח"ו מארגן קריגט איר נאך א טיקעט, און דענסמאל קען מען נישט פייטן מחמש איזה סיבה שיהי' דאן זענט איר אויף צרות, און דריטנס, ווייל - ווי איר דערמאנט אליינס צווישן אייערע ווערטער - ווען מ'מאכט א פליע און מ'טוישט צו א נאן מאווינג ווייאלעישען גייט עס אויטאמאטיש אויך נישט זיין קיין ווייאלעישען אויפן דרייווינג רעקארד (עכ"פ זיכער נישט אין די זעלבע דרגא), וואס דאס האמיר דאך געשמועסט קוקט די אינשורענס יא נאך.

אויף אייער צווייטע שאלה איז די תשובה, ס'איז אייער דרייווינג רעקארד ריפארט און איר קענט עס באקומען ביי די 'דעפארטמענט אוו מאטאר וויהיקעל' (דוכט זיך מ'קען עס היינט באשטעלן אנליין אויך), ווידער די אינשורענס פירמעס, האבן אן אויטאמאטיש סיסטעם וואס פולט די ריפארט פין א דעיטעבעיס וואס איז דירעקטלי אדער אינדערעקטלי פארבינדן מיט די די. עם. ווי., אין אנדערע ווערטער די זעלבע זאך נאר מער סאפיסטיקירט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך MUTCHE » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 10:34 pm

ספידינג טיקעט דואך ראדאר 85 אין 65 זאנע, געפליעט נאט גילטי.
טאקסידא קארט.

עני עקספיריענס / עדווייס?

אפשטופן? לויער? א תירוץ? לייקענען?

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 9:20 pm

האט איינער א גוטן תירוץ (וואס האט א טשענס) פאר א פארקינג טיקעט?
עס האט זיך אביסל אנגעזאמלט...
אן ענטפער אין אישי איז אויך גוט...

תודה רבה למפרע!
הכל לטובה!

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 11:15 pm

תן חיוך האט געשריבן:האט איינער א גוטן תירוץ (וואס האט א טשענס) פאר א פארקינג טיקעט?
עס האט זיך אביסל אנגעזאמלט...
אן ענטפער אין אישי איז אויך גוט...

תודה רבה למפרע!

וועלכע סארט? קום אריין אביסל קלארער.

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 11:20 pm

רוב איז פון alternate side parking...
הכל לטובה!

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 1:34 am

האב איך באקומען א following too closely טיקעט נאך א שטיקל עקסידענט און פאליציי מיט זיין רשעות האט געשאצט אזוי ווייל ווען נישט וואלט נישט פאסירט די עקסידענט.
האט מיר די קארט געשיקט דורך פאסט א דיעל ס'וועט ווערן א 1110 disobeying tfc device טיקעט וואס איז 2 פוינטס און א נישטיגע 250 $ צו באצאלן.
מיין שאלה יעצט איז, צו זאל איך איינגיין דערויף אדער פייטן דעם טו קלאסלי, האב איך א טשאנס ארויס צו גיין בעסער ווי דעם?
ווען זיי מיר געבן א פארקינג טיקעט?
אדער אפילו איגאנצן בארעכטיגן דעם פאליצייאישע רשע?
און בכלל זיך אראפ שלעפן קיין אפסטעיט?

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » מוצ"ש נובעמבער 04, 2017 8:56 pm

די געזעץ זאגט אז מדארף פארן גענוג אפגערוקט אז אויב יענער איז געצווינגן צו מאכן א שארט סטאפ זאלסטו נישט אריינקראכן.
אויב דו האסט אריינגעקראכט געט ער דיך א טיקעט אויפן סמך אז דו ביזט זיכער געפארן צו נאנט.

די ערשטע מאל וואס איך הער מזאל שיקן א פלי בארגן אויף די פאסט, די שאלה איז צו אין קארט קענסטו באקומען א בעסערע דיעל
אינגאנצן פייטן גייסטו עס לכאורה נישט קענען אליין, חוץ אויב דו נעמסט א לויער וואס וועט דיר קאסטן מער ווי דעם, אדער דו האסט פראאף אז דו האסט נישט געפאלאוט
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

No Parking Anytime

תגובהדורך פריילעך אידל » זונטאג נובעמבער 05, 2017 2:12 pm

מיר האבן היינט געכאפט א טיקעט פארנט פון א ביהמ"ד ווי עס איז דא א 'נאו פארקינג עניטיים' סיין, איך האב מיך אביסל גע'חידוש'ט ווייל איך האב געמיינט ביז היינט אז מען אינפארסירט נישט פארנט פון בתי מדרשים, זינט עס גייט נישט אזוי ווייט אן פאר די שולן אז מפארקט פארנט פונעם שול.

פון היינט מאל אן וועל איך שוין וויסן...

ס'שייך צו פייטן?
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » זונטאג נובעמבער 05, 2017 3:57 pm

MUTCHE האט געשריבן:ספידינג טיקעט דואך ראדאר 85 אין 65 זאנע, געפליעט נאט גילטי.
טאקסידא קארט.

עני עקספיריענס / עדווייס?

אפשטופן? לויער? א תירוץ? לייקענען?

געהאט אמאל א 92 דארט איך האב גענוצען דעם דרילינגס און ער האט מיר עס געמאכט פאר א 0 פוינטס

אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך MUTCHE » זונטאג נובעמבער 05, 2017 4:37 pm

דרילינגס?

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג נובעמבער 05, 2017 4:40 pm



צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט