בלאט 6 פון 41
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 2:18 pm
דורך שוועמל
וועסט נישט טרעפן ביליגער.
אויב נעמסטו נישט קיין לויער וועסטו ווארשיינליך זיין גילטי מיט פאוינטס, מיט אישורענס אינקריס פאר דריי יאר, אזוי אז דו וועסט עווענטועל צאלן מער ווי 500 דאלער.
טשעק דיין אישית
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 2:32 pm
דורך סתם_אזוי
איך האב באקומען דיין אישית. א דאנק!
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 3:33 pm
דורך ראמני 08
שוועמל האט געשריבן:וועסט נישט טרעפן ביליגער.
אויב נעמסטו נישט קיין לויער וועסטו ווארשיינליך זיין גילטי מיט פאוינטס, מיט אישורענס אינקריס פאר דריי יאר, אזוי אז דו וועסט עווענטועל צאלן מער ווי 500 דאלער.
טשעק דיין אישית
סאיז בכלל נישט מוכרח
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 11:33 am
דורך צווענגל
קען מיר איינער געבן דעם נומ' פון זאב גאלדשטיין?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 10:04 pm
דורך סאדע_באטל
845-356-7770
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 9:43 am
דורך פאטאקי08
איך האב באקומען א טיקעט אום ינואר 08 און מאנסי אויפן עירמאנט ראוד פארן אריינגיין צום טרואוועי
שטייצעך איך האב אריינגעשיקט נאט גילטי
אבער איך האב נאך אלץ נישט באקומען קיין ענטפער פון זיי איבער א קארט דעיט אדער עפעס
וואס איז פשט?
נעמט עס טאקע אזוי לאנג?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 11:45 am
דורך איך_הער
ס'מאכט נישט קיין סענס. ווער געוואר צו דיין לייסענס איז נאך פעליג.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 12:19 pm
דורך פאטאקי08
שוין געצאלט 10 דאללער און די לייסענס איז פעליג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 03, 2009 9:00 am
דורך 1x1
כ'האב באקומען אפאר טעג צוריק אין די מאונטענס א טיקעט פאר'ן נוצן א סעל בשעת'ן דרייווען.
(אגב, ס'איז די ערשטע מאל איך באקום א טיקעט - כ'דרייוו שוין צוויי יאר.)
איז מיין פראגע, איזעס פוינטס?
וויפיל געלט איז די טיקעט (ס'שטייט נישט)?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 03, 2009 11:25 am
דורך לאז געמאכט
קיינמאל שטייט נישט אויף א טיקעט וויפיל ס'קאסט, ניין ס'איניש קיין פוינט'ס.
נארמאל קאסט עס 95 דאלער מייניך
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 04, 2009 10:42 am
דורך 1x1
ייש"כ
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 1:55 pm
דורך 1x1
1x1 האט געשריבן:כ'האב באקומען אפאר טעג צוריק אין די מאונטענס א טיקעט פאר'ן נוצן א סעל בשעת'ן דרייווען.
(אגב, ס'איז די ערשטע מאל איך באקום א טיקעט - כ'דרייוו שוין צוויי יאר.)
איז מיין פראגע, איזעס פוינטס?
וויפיל געלט איז די טיקעט (ס'שטייט נישט)?
לאז געמאכט האט געשריבן:קיינמאל שטייט נישט אויף א טיקעט וויפיל ס'קאסט, ניין ס'איניש קיין פוינט'ס.
נארמאל קאסט עס 95 דאלער מייניך
לאז געמאכט, גערעכט, יוה"ק איז אנגעקומען א בריוו פון קארט (נאכ'ן פליען גילטי) אז כ'דארף צאלן 95 דאלער, ס'ווערט גארנישט דערמאנט וועגן פוינטס (משם ראי'?).
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 2:29 pm
דורך הערשי קניהויז
איך האב באקומען א טיקעט פאר טעילגעט, איז עס פוינטס?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 3:10 pm
דורך ברוך
טעילגעיט איז פוינטס.
אגב האט איינער עקספיריענס מיט א קעמרע רעד לייט טיקעט? איצט אנגעקומען מיט קלארע בילדער.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 6:14 pm
דורך פנים חדשות
yes, i got such a ticket already, i think it was $50, it's not points
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 7:01 pm
דורך שוועמל
1X1.
איך מיין אז די קאורט דערמאנט נישט קיין פאוינטס קיינמאל אין די זשאזשמענט.
די פאוינטס קומען אוטאמאטיש אן עטוואס שפעטער. אדער וועסטו עס באמערקן ביים באנייען דיין אינשורענס פאליסי אז ס'יז ארויף מיט עטליכע הונדערט דאלער צוליב די פאוינטס. נאך צוויי אדער דריי יאר גייט עס אראפ אויב ביסטו קליען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 10:18 am
דורך 1x1
א דאנק שוועמל פאר די אינפא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 10:27 am
דורך ברוך
פנים חדשות, דאס ווייס איך אז עס א פופציגער, איך האב דאך באקומען טיקעט.
מיין שאלה איז אויב איינער האט עפעס עקפיריענס, וויזוי זיך ארויסצודרייען דערפון? איך האב בעסערס וואס צו טאן מיט פופציג טאלער.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 02, 2009 12:23 pm
דורך פנים חדשות
דאכצעך אז מ'קען זיך נישט ארויסדרייען, א בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער, קענסט נישט אפפרעגן דאס בילד.
נאר פאונטס איזעס נישט, ווייל ס'קען דאך זיין אז א צווייטער האטעס געדרייווט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:35 am
דורך איך_הער
אויב האט מען באקומען אן אינספעקשען טיקעט, ווען די קאר איז געווען געפארקט, (סאו איזעס נישט קיין מאווינג ווייעלעישן.) איז דא א טשענס דאס צו פייטן בכלל אדער מינימייזן די 65 דאלער וואס זיי בעטן?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:40 am
דורך Yes_or_no
איך האב בייקומען א אינספעקשאן טיקעט יעצט און סיטי שמחת תורה אין איך פלאן נאך היינט אראפצוגיין העלמיר געוואיאר ווערן דארט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 13, 2009 4:38 pm
דורך salads
אינספעקשאן טיקעט'ס קען מען נאר אפשלאגן, אזויווי פארקינג טיקעטס.
דהיינו
פארן נאר ווילן זעין דעם ריכטער, שלאגן זיי פאר א געוויסע רידוקציע.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 13, 2009 10:35 pm
דורך לוסטיג
ןןיפיל פוינטס איז "קערלעס דרייווינג"? איז עס געלט אויך?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 13, 2009 11:19 pm
דורך שוועמל
דו מיינסט אודאי "רעקלעס דרייווינג".
דאס איז פו די ארגסטע טיקעטס, ווייל ס'שטייט נישטאמאל וואס פונקטליך דער דרייווער האט געטון. איך מיין 4 פוינטס מיט געלט.
רעקלעס דרייווינג האט נישט קיין פונקטליכע ביאור, יעדער פאליציאנט קען געבן אזא טיקעט לויט וויאזוי ס'דאכט זיך אים אז דער דרייווער פארנאכלעסיגט יעדע מינדעסטע רול.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 13, 2009 11:26 pm
דורך לוסטיג
איז דאס מעגליך צו פייטן? אין גראדע ביי יענעם שטייט יא קערלעס נישט רעקלעסס..
עניוועי שקויעך.