בלאט 5 פון 41
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2009 10:58 pm
דורך איך_הער
שוועמל, כ'מיין אז ס'איז נישט ריכטיג, (חוץ אויב ס'איז דא אפאר מיני קעמערעס.) ביי אסאך פלעצער קעמען זען, ווי די גאנצע צייט וואס ס'איז רויט איז דא א ליין אויף די ברייט פונעם לאמפ, וואס האלט אין איין בליצן, די לעצטע בליץ געטעס ווען ס'איז שוין גרין.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 10:27 am
דורך געדענק
יא! ס'איז שוין א שטיק צייט וואס כ'בין שוין נישט געווען אין קאורט פייטען א ספידינג טיקעט און יעצט דארף איך דאס טון אבער מיט פראצענט,
(וואס מיינט איר מיינט 'א שטיק צייט'? 2 חדשים)
כ'האב א טרייעל די וואך אין Ausable Town Court
איר ווייסט ווי דאס איז?
איך אויך נישט...
ס'איז ערגעץ נעבן מאנטרעאל, 4 שעה אוועק פון קרית יואל,
ס'איז גערופען אויף 10:00 AM
וואס טוט מען?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 10:50 am
דורך סאדע_באטל
איך_הער האט געשריבן:שוועמל, כ'מיין אז ס'איז נישט ריכטיג, (חוץ אויב ס'איז דא אפאר מיני קעמערעס.) ביי אסאך פלעצער קעמען זען, ווי די גאנצע צייט וואס ס'איז רויט איז דא א ליין אויף די ברייט פונעם לאמפ, וואס האלט אין איין בליצן, די לעצטע בליץ געטעס ווען ס'איז שוין גרין.
איך הער, דאס וואס דו זעהסט א גאנצן צייט בליצן האט נישט קיין שייכות מיט א קעמרע ! ! !
דו וועסט עס נאר זעהן ביי גאר ביזי ראוד'ס, נעבן א הייוועי, ווען מען קומט אראפ פון א הייוועי, וכדומה.
די סיבה פאר די בליצער'ס איז, אז ווען א דרייווער קומט צו פארן מיט א שנעלקייט פון דערווייטנס, זאל ער זעהן אז דאס איז א טרעפיק לייט, און נישט סתם א קאר וואס האט די ברעיק לייטס אנגעצונדן. און פארדעם בליצט עס א גאנצן צייט וואס די לייט איז רויט.
א רעד לייט קעמרע, ליגט נישט אין די רויט לייט זעלבסט, עס ליגט אדער אויף א ספעצילע פאול אין די זייט, אזוי איז אין די סיטי, אדער אויף די פאול פון די טרעפיק לייט.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 10:53 am
דורך שוועמל
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 11:21 am
דורך געדענק
נא... ווער איז א גוטע לויער??
בעסער געפרעגט, ווי אזוי ווייס איך ווער ס'איז א גוטע לויער?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 11:45 am
דורך געדענק
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 12:23 pm
דורך געדענק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 6:47 pm
דורך פארצייטישע
איז דא ערגעץ א ליסטע פון אלע קעמערע'ס ביי די רויט לייטס אין די היימישע געגענטער, אדער קען מען עפענען א נייע אשכול וואס יעדע זאל קענען אריינלייגן די פלעצער וואס ער ווייסט און אזוי צאם שטעלן א ליסטע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 10:57 pm
דורך געלעגער
א טיקעט וואס איך האב געכאפט 5/25/09 אין איך האב היינט געטשעקט אין ס'איז נאך אלס נישט אין די סיסטעם, וואס קען עס מיינען, אז ס'איז פאלוירען געווארען אין איך קען זאגען ברוך שפטרנו? אדער ס'האט נאך אלס א טשענס ארויפציפאפען עני דעי?
ס'איז געוועהן א געסקענטע פארקינג טיקעט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 11:45 pm
דורך איך_הער
סינישט אזוי לאנג צוריק, ס'איז אוודאי נאך דא א טשענס.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 22, 2009 1:05 pm
דורך קאלטס און ווארעמס
איז דאס א געשריבענע טיקעט ???????????????????????????
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 25, 2009 9:46 am
דורך געלעגער
מיין טיקעט איז נאך אלץ נישט אין די סיסטעם, ווען איך לייג אריין די טיקעט קימט ארויף אז איך זאל אריילייגן די אמאונט פין די טיקעט,
א טיקעט וואס איך האב באקימען סאך שפעטער קימט יא ארויף,
וואס איז די פשט?
פטור?
קאלטס און ווארעמס האט געשריבן:איז דאס א געשריבענע טיקעט ???????????????????????????
איך האב קלאר געשריבען אז ס'איז געוועהן א געסקענטע פארקינג טיקעט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 11:54 am
דורך לאז געמאכט
עמיציר ווייסט ווי מען קען אפשטיפט א קארט דאטום?
מען רעדט פון א זיץ-פאסיג (סיט בעלט) טיקעט באקומען אין ברוקלין ניו יארק.
יישר כח למפרע
פארעפענטליכט: שבת יולי 04, 2009 11:01 pm
דורך לאז געמאכט
נו?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 06, 2009 9:30 am
דורך געדענק
וואס 'נו'קעסטע?
אז איך ווייס נישט דארף איך מיך אויך אנרופען????
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 06, 2009 9:59 am
דורך הערשי קניהויז
רוף אן די קאורט, אויף דיין טיקעט דארף צו זיין זייער נומבער, און זאג אז דו ווילסט עס אפשטיפן.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 06, 2009 1:12 pm
דורך לאז געמאכט
כ'וויל ווייסן אויב מען קען עס טאן אנליין.
איך האב גע'נו'קט ווייל כ'ברויך עס דרינגענט האבן און קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 12:38 pm
דורך בן יועזר
כאבקומען א פראקינג טיקעט אויף טעמפארערי פלעטס
דרעולם שמיסט אז מדארפעס נישט באצאלן ווייל סגייט נישט ארויף אויף קיין רעקארד בכלל
האט איינער עפעס א ידיעה למעשה דערווגען - כמיין צי זאגן טאמער האסטו שוין געזעהן עפעס ריזאלטס לטוב או לרעה
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 13, 2009 12:01 pm
דורך פאטאקי08
וואס טוט מען מיט א ספידינג טיקעט אין נוי העמפשיער מיט א קארCDL לייסענס?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 13, 2009 2:02 pm
דורך קאר אינשורענס
is there a way to fight a ticket for exp inspection sticker? 1
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 13, 2009 6:17 pm
דורך געלעגער
איך_הער האט געשריבן:סינישט אזוי לאנג צוריק, ס'איז אוודאי נאך דא א טשענס.
יאפ!
היינט האט מיין טיקעט ארויפגעפאפט ברוב פאר אויפן אינטערנעט אין שטייצעך מיט א פענעלטי.
ימח שמם די אפקורסים...
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 11:47 am
דורך שיכור
גם אני מצטרף איך האב שוין באקומען 2 טיקעטס פאר
expired inspection
למעשה האב איך איבערגעמאכט די רעיגסטרעישן אפאר טעג פארדעם, איך האב נאך נישט געהאט קיין צייט צו מאכן די אינספעקשן,
איך האב נישט באקומען פון די DMV א טעמפערערי סטיקער פאר אינספעקשן איך ווייס נישט פארוואס
איז נאך דא עפעס צו טיען אויסער באצאלן ווי א טאטעלע ???
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 1:29 pm
דורך סתם_אזוי
מיין חבר זוכט א גוטע לויער וואס זאל אים פייטן 2 טיקעטס. די לויער זאל אים נישט קאסטן די הויזן.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 1:36 pm
דורך שוועמל
שיכור;
א רעגיסטרעשאן מיט אינספעקשאן איז צוויי באזונדערע זאכן, ס'האט גארנישט איינס מיטן צווייטן. מעגסט האבן א גוטע רעגיסטרעשאן אבער אויב די אינספעקשאן אין אפגעלאפן דאן 'האסטו נישט קיין אינספעקשאן'.
געווענליך אויב קויפסטו א נייע קאר באקומסטו די אינספעקשאן פונעם דיעלער מיין איך, כדי דו זאלסט קענען דרייוון דיין קאר.
איך ווייס נישט דיינע פרטים.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 1:47 pm
דורך סתם_אזוי
יענער האט באקומען א טיקעט פארן נישט מאכן א פול סטאפ ביי א סטאפ לייט, און פאר טינטעט ווינדאוס. (ער זאגט אז די פאליס זאגט די מאקסימום איז 15%. פאני, ניין?). איך האב אים אנדעשדכנ'ט זאב גאלדסטין, אבער ער זאגט 500$ איז צו טייער. איינער האט ביליגערס?