הילף איבער טיקעטס

אינפארמאציע און הילף פארן דרייווער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

יש ברירה האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:Town of liberty

זיי האבן געווענטליך גוטע פליעס, ס'פעלט געווענדליך נישט אויס קיין לויער, אויב ווילסטו דיר פארשפארן א טריפ אהין קענסטו ניצן http://jaydrillings.net ער איז גאר גוט און פארלעסלעך.

א דאנק פאר די אינפאו

אבער איך האב נאך א פראבלעם...

מיינע פלעיטס וואלט איך שוין געדארפט טוישן צו ניו יארק פלעיטס א לאנגע צייט צוריק. איך וואוין שוין נישט אויף יענע ארט לעגאל פאר א לאנגע צייט

איך האב מורא אז אויב וועט מען אנהייבן פארהאנדלען וועלן זיי דאס באמערקן און מיך נאך גוט אנשמירן..

וואס זאגסטו?

איך בין נישט קיין ליגעל עקספערט סאו כ'קען דיר נישט געבן קיין עדווייס ( הגם איך וואלט דיר סייווי נישט געראטן צו נעמען ליגעל עדווייס פון אן אנליין פאורם) אבער דעי דשעי דריללינגס וועט דיר זיכער קענען העלפן מיט דעם פראבלעם, רבים נוושעו ממנו...
ואין חכם כבעל נסיון...
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

שכח פאר דיין הילף

א ברכה אויף דיין קאפ!
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

איז דא א וועג צי טרעפען א nyc moving ticket אנליין ? איך האבעס פארלוירן
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

דאס'ז אויף NYSDMV.GOV וועבסייט.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

איך האב אמאל פרובירט זיכען אויף די וועבסייט אין קיין ערגעץ נישט אנגעקומען, כ'האב געמוזט אריינרופען אויף 5184740841 דארטן איז אויכט א צומישטע מעשה אבער סוכ"ס בין איך אנגעקומען...
הקיצור ביוראקראטיע בתפארתו דארט...
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
מתוקים
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 10:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתוקים »

אבגדהוזחטי האט געשריבן:
מתוקים האט געשריבן:איינער האט אפשר הילף / עדוויז וואס צו טוהן מיט א ספידינג טיקעט אין village of monroe
וואס איז די הלוך ילך דארט ? זיי מאכן א פליע בארגען ?

they are only want money

אראפ מיט די פוינטס ? וויפיל קען זיין די קנס$ ?
לוינט זיך אליין אראפצוגיין אדער נעמען א לויער ?

יישר כח למפרע
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

השמש האט געשריבן:
ויש אומרים האט געשריבן:איז דא פאוינטס ווען מ'האט ניו יארק לייסענס אין מ'קרוקט א טיקעט אין ניו דשוירסי?

די עכטע ענטפער איז יא
נאר וואס דען לאמיר אביסל מסביר די ענין פין פוינטס
די גאווערמט האט איינגעשטעלט א סיסטעם פין פוינטס דאס הייסט אז אויב איינער ווערט געכאפט ביי פארלעצן די געזעץ וואס עס קען זיין א סכנה פאר אנדערע דרייווער גייט עס ארויף אויף זיין רעקארד ביז 10 יאר.
דאס קען איעדער זעהן, די אינשורענס פירמע, אָדער סיי ווער עס וועט טשעקן זיין דרייווינג היסטאריע.
נאך א געזעץ איז דא אז אויב איינער האט באקומען מער פין 12 פוינטס אין א אפשניט פון 18 חדשים ווער זיין לייסענס סעספענדירט. דאס איז געמאכט אראפצונעמען די דרייווער וואס זענען א סכנה פאר אנדערע פון די ראודס.
דאס איז נישט קיין שום חילוק אין וועלכע שטאט מען האט באקומען די פוינטס. למעשה איז אבער ניו יארקער די עם ווי האט נישט קיין פארבינדונג מיט די ניו זשערסי די עמ ווי סא די פוינטס קומען זיך נישט צוזאמען.

אבער
די אינשורענס קענען יא טשעקן אויב מיט די ניו זשערסי די עמ ווי אויב ער האסט פוינטס .

פין וואו נעמט איר אייער אינפארמאציע?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
קנעטענע קיגעל
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 1:22 pm
לאקאציע: אין טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנעטענע קיגעל »

עני עקספיריענס א ספידינג טיקעט אין Clifton Park לעבן Albany?
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

השמש האט געשריבן:
ויש אומרים האט געשריבן:איז דא פאוינטס ווען מ'האט ניו יארק לייסענס אין מ'קרוקט א טיקעט אין ניו דשוירסי?

די עכטע ענטפער איז יא
נאר וואס דען לאמיר אביסל מסביר די ענין פין פוינטס
די גאווערמט האט איינגעשטעלט א סיסטעם פין פוינטס דאס הייסט אז אויב איינער ווערט געכאפט ביי פארלעצן די געזעץ וואס עס קען זיין א סכנה פאר אנדערע דרייווער גייט עס ארויף אויף זיין רעקארד ביז 10 יאר.
דאס קען איעדער זעהן, די אינשורענס פירמע, אָדער סיי ווער עס וועט טשעקן זיין דרייווינג היסטאריע.
נאך א געזעץ איז דא אז אויב איינער האט באקומען מער פין 12 פוינטס אין א אפשניט פון 18 חדשים ווער זיין לייסענס סעספענדירט. דאס איז געמאכט אראפצונעמען די דרייווער וואס זענען א סכנה פאר אנדערע פון די ראודס.
דאס איז נישט קיין שום חילוק אין וועלכע שטאט מען האט באקומען די פוינטס. למעשה איז אבער ניו יארקער די עם ווי האט נישט קיין פארבינדונג מיט די ניו זשערסי די עמ ווי סא די פוינטס קומען זיך נישט צוזאמען.

אבער
די אינשורענס קענען יא טשעקן אויב מיט די ניו זשערסי די עמ ווי אויב ער האסט פוינטס .

דאס וואס דו זאגסט וועגען די אינשורענס קאמפעני, מיין איך אז דו ביסט דיך טועה.

דו אינשורענס קאמפעני מאכט א סערטש געווענדליך נאר אין דיין סטעיט. די איינציגסטע מאל וואס פוינטס כאפט זיך אריבער פון איין סטעיט צום צווייטן איז אויב מ׳באצאלט נישט, וואס דאן וועט די סטעיט שיקן די גאנצע טיקעט מיט די פוינטס צו דיין היים סטיעט, זיי זאלן דאס איינקאסירן.

כך מונך בזכרוני ביים באקומען א טיקעט הונדערטע מייל אוועק פון מיין גרויסן עפל.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
רץ כצבי
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רץ כצבי »

אלזא, פאר די אלע וואס ווילן וויסען ווי אזוי עס גייט צי די פראסעס אין פאלסבורג קארט פאר א מאווינג טיקעט, וועל איך דאס יעצט אראפ לייגען מיט אלע פרטים, אזוי ווי איך האב דאס היינט מיטגעלעבט.
עס האט זיך אנגעהויבן אין די לעצטע שעות אין די דיפרעסטע אין אנגעווייטאגטע טאג פין תשעה באב, האט מיך דער פאליציאנט אפגעשטעלט אויפן 52 אין מוסיף געווען על צערי מיט די טענה אז איך האב געספיד 35/59 ( לידיעה בעלמא, אויפן 52 איז דא נאר 30 אין 40 זאנע, נישט 35 אבער עס איז נישטא מיט וועם צי טענענן זייט איך בין געפארן אויף 59) , האבענדיג דעם קוויטעל אין האנט, בין איך אריין אין פאלסבורג קארט, געפליט נאט גילטי, אין איך האב באקימען אויפן פלאץ א בריוו אז נאכמיטאג די ערשטע נאכט חנוכה, קען איך אראפ קימען אין קארט אין מאכן א פלי בארגען מיט די פראסיקיאטער אין אויס ארבעטען א דיעל, דאס גייט אזוי לכתחילה, אויך קען איך שיקן א לויער, אין אויב איך קים נישט מאכען א דיעל,  וועט מען מיר שיקען א טרייעל דעיט,  אזוי ווי דאס איז געווען די ערשטע נאכט חנוכה, אין איך קים פין שטאט, אין די זמן איז פרי, בין איך ציריק געגאנגען א טאג נאכדעם אין קארט, אין געזאגט אז איך קען נישט קימען די טאג, האט מען מיר געגעבן אויפן פלאץ א נייע טאג, אין מען האט מיר געזאגט אז איך קען עס מער נישט אפשטיפן, מען קען אפשטיפן א פלי בארגען דעיט נאר איינמאל, אויב מיז מען עס אפשטיפען, דארף מען גיין אויף א טרייעל. ארלעדיגט.
געקימען איז ציגיין די נייע דעיט, אין מען שמיסט אז עס קימט א שניי שטורם, אין ווי אזוי קימט מען אן אין פאלסבורג? ריף איך אהן אין קארט, אין די קלורק זאגט מיר אז יא, מען וועט מיר שיקען א נייע דעיט, ב"ה, האב איך אבער באקימען א דעיט אויף די טאג וואס מען פארט אויף פלארידע, ריף איך אהן אין קארט, זאגען זיי מיר אז אויב איך וועל שיקען די רעסיט פין די עירליין טיקעט אז איך האב געבאקט פאר די טאג נאך פארן אפשטיפן צי די נייע דעיט, וועלן זיי עס אפשטיפן נאכאמאל, למעשה האב איך געקענט ארויף ריקען פלארידע פאר א וואך פריער, איך האב עס נישט אפגעריקט נאך אמאל ווייל איך האב מורא געהאט אז עס וועט פינקט אויס געפאלן אין פורים, אין ציריק גייט א קאזע.
שוין, דער היינטיגער גליקליכער טאג איז דא, 4 אזייגער איז די אפוינטמענט,  מיין בעה"ב טיט מיר א גאנצע טובה, אין ער לאזט מיך גיין, ער האט טענות פארוואס איך האב נישט גענימען א לויער, כאילו ער ווייסט נישט אז איך מאך ברויט אויף הויזען, אין די איבעריגע 300 דאלער לויער געלט קען איך ניצען פאר מצות, אין ווי איך וועל באלד דערציילען אז אויסער לויער געלט צאלט מען אויכעט טיקעט געלט. אין די לויערס באקימען בכלל נישט קיין בעסערע דיעלס, קים איך אהן אין קארט אין עס ווארטען שוין קרוב צי 50 מענטשען מער ווי א מנין היימישע אידן, מען שמיסט שוין פין מאכען א מנין מנחה, מען עפענט די טיר אין מען גייט דורך א מעטעל דיטעקטאר אזוי ווי אין עירפארט, דאס האט גענימען א גאנצע שעה, די היצען אין קארט איז געווען אימדערטרעגליך, אינדרויסען אין גאס איז געווען 75 דיגרי, איןמען האט א טובה געטין אין אנגעצינדען א סילינג פען, ווייל די עירקאנדישען איז נאך אראפגעטעפט וועגען די קעלט, 5 אזייגער, נאך א שעה זיצען מיט אלע מינע מענטשען, אידען אין להבדיל אפסטעיט low class people, האט זיך די פראסעס אנגעהויבן. די קלורק ריפט אויס נעמען, אררין צי גיין צי די פראסיקיאטער, מען האט אויס געריפען מיין נאמען בין איך אריין צים פראסיקיאטער אין זיין אפיס, פאר מיר האט מען אויסגעריפן מן הסתם 20 מענטשען, די דזאדש איז ערשט אנגעקימען ממש פאר איך בין אריין צים פראסיקיאטער, איך וועל מפסיק זיין פאר א מיניט מיטן בשרייבן די דזאדש, קימט אריין א פעך שווארצע אפריקאנע גויטע, ריזיגע ציקריבעלטע האר, זי האט זיכער געוואינט אין קאלעמענטי,  זיכער נישט עלטער פין 25 יאר, א ראצערטע,  גיי ווייס וויאזוי זי איז געווארן א דזאדש, אין זי ריפט אויס אירע ראלס, דא רעדט מען נישט א ווארט, דא קלינגט נישט קיין סעללפוין, דא גייט מען אנגעטין בצניעות, no short sleeves and open neck, גיי פארשטיי, אין היינט קען מען נישט באצאלען די פיינס אויפן פלאץ, מען וועט דארפן עס אריין שיקען ביי מעיל, אין ווער עס וועט ווייעלעטן די ראלס וועט מען גראד ארויסשיקען פין קארט, אין וועט גיין פאר א טרייעל, אפאר גויטעס זענען ארויס צי נעמען דזעקעטס.. ציריק צי מיין פראסיקיאטער באגעגעניש, קים איך אריין צי די פראסיקיאטער, האט ער שוין געהאט זיינע נאטס אויף מיין פייל, אין ער זאגט מיר, אזוי ווי איך האב געספיד 24 העכער די לימיט וועט ער מיר געבען 2 פוינטס אנשטאט 6 פוינטס, אין דאס גייט זיך נישט טוישן, דאס איז די דיעל, איך קען דאס אהנעמען, אדער גיין פאר א טרייעל, אין ער לייגט צי, אז דא האט נאך קיינער נישט געווינען א טרייעל, אויך זאגט ער מיר, אז ווען איך וואלט ווען געספיד אויף א ראויד מיט א קאנקריט דיוויידער, וואלט ער נישט געגאנגען אזוי הארב, ממילא, פרעגט ער מיך צי איך וויל אהנעמען די פלי, האב איך אים אהנגעהויבען זאגען אז איך וויל אים דערציילן וואס די מעשה איז געווען אין ער זאל מיך אויסהערן, זאגט ער מיר, אז איך קען אים דערציילן וואס איך וויל, אבער די דיעל וועט זיך נישט טוישען, אין אויב איך וועל אים מאכן mad, קען זיך עס טוישן צי 3 פוינטס, האב איך אים געזאגט אז ער זאל מיך דאך אויסהערען א מיניט, פארצייל איך אים אז איך ספיד קיינמאל נישט, מיין לעצטע מאווינג ווייעלעשן איז געווען 9 יאר ציריק, אין אזוי ווי עס איז געווען א פעסט דעי בלע"ז איז מיין קאפ נישט געווען אויפן פלאץ, זאגט ער מיר, אז איים דזואיש טא, אין תשעה באב טאר מען נישט דרייווען אזויווי יום כיפור, האב איך געזען מיט ווע איך האב ציטין דא, האב איך אים געזאגט אז איך נעם די דיעל, איך האב מורא געהאט פין א עבר ופרושניק, עס קען נאר ערגער ווערן, פרעג איך אים אויב עס קימט צי א געלט שטראף, זאגט ער מיר אז דאס וועט די דזאדש זאגען, אין ער לייגט מיר צי אז אזוי ווי עס איז נאר 2 פוינטס קען עס אראפ גיין דורך די דעפענסיוו דרייוונג קורס 6 hour class, צימזל האט מיין לעצטע קורס עקספייערט פאריגע וואך, סאוי האפענטליך וועט די פאוינטס אראפ גיין. ער געט מיר צי סיינען מיין פלי, ער גיט מיר עס איך זאל עס געבען פאר די קארט קלורק 

גענדיגט מיטן פראסיקיאטער,
בשעת איך בין געווען ביי די פראסיקיאטער איז די דזאדש געווען ביזי מיט די לויערס וואס מענטשען האבען געדינגען, די לויערס האבען באקימען פאר אלע זייערע קלייענטס די זעלבע דיעלס ווי די מנין אידען וועס זענען געקימען אליינס, ווער עס האט געספיד אינטער 24 העכער די ספיד לימיט, סטאפ סיין טיקעט, בלינקער טיקעטס אדג האט באקימען א פארקינג טיקעט, פלאס עקסטערע קארט סארטשארדזש, וואס איך האב נישט קיין אהנונג וואס דאס מיינט, עס איז א שאד די לויער געלט, חוץ אויב מען וויל נישט פארברענגען א האלבע טאג מיט דעם.
איך האב געווארט אז די דזאדש זאל מיך ריפען בערך 15 מיניט, זי ריפט מיך ארויף, אין זי פרעגט מיך, אז זי זעט ווי איך האב גערעדט מיט די פראסיקיאטער אין איך בין שילדיג "פארן האלטען א דיווייס בשעתן דרייווען" אין אויב איך האלט מיך שילדיג אדער נישט שילדיג, די ערשטע סקונדע האב איך נישט געכפט פין ווסערע דיווייס זי רעדט, אין איך האב מיך גראדט געכאפט אז די פראסיקיאטער האט געטוישט מיין חטא, וואס די חטא איז גארנישט אזוי פשוט, ווייל אויב שטעלט מען מיך שפעטער טאקע אפ פארן האלטען א דיווייס וועט עס מיר גאר טייער קאסטען, ווייל די צווייטע מאל איז עס אסאך הארבער. שוין, האב איך געזאגט אז איך פלי גילטי, אויף דעים ארויף זאגט זי אז עס קימט צי $93 פיין פלאס $75 קארט סארטשאדזש.
עד כאן המעשה
למעשה בערך 9 יאר ציריק האב איך באקימען א ספידינג טיקעט אין עלענוויל, אין די פראסעס איז געווען גאר אנדערש, ווייס איך נישט אויב עס איז ווייל עעלענוויל איז אנדערש אדער עס האט זיך געטוישט זייט 9 יאר ציריק, אין עלינוויל האב איך באקימען א געהעריגע טרייעל דעיט, איך האב עס געקנעט ריקען אפאר מאל, איך בין אנגעקומען 9 ציפרי, איך האב געוראפו די פאליס, ער האט מיר געגעבען די דיעל, אין 9:03 בין איך געווען אינדרויסען, איך האב נישט געהט קיין שייכות מיט די דזדש אין מיט קיין פראסיקיאטער, אין פאלסבורג איז עס געווען א גאנצע געשעפט.......
רץ כצבי
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רץ כצבי »

צים שליסען, איך מיין אז אויב וויל איינער באקימען א טיקעט, זאל ער ענדערש דאס נעמען אין עלענוויל ווי אין פאלסבורג, עס האט מיר געקאסט אין קארט גאנצע צוויי שעה, פין 4 ביז 6,
ביי דע וועי, עס איז געווען א הערליכע וועטער אין די קאנטרי, איך האב דאס אינדזשויט
אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תן חיוך »

ישר כח פארן מיט טיילן.. זאלסט נישט וויסען פון קיין ארגערס.
הכל לטובה!
השמש
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2015 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השמש »

אַבּערוואַס האט געשריבן:
השמש האט געשריבן:
ויש אומרים האט געשריבן:איז דא פאוינטס ווען מ'האט ניו יארק לייסענס אין מ'קרוקט א טיקעט אין ניו דשוירסי?

די עכטע ענטפער איז יא
נאר וואס דען לאמיר אביסל מסביר די ענין פין פוינטס
די גאווערמט האט איינגעשטעלט א סיסטעם פין פוינטס דאס הייסט אז אויב איינער ווערט געכאפט ביי פארלעצן די געזעץ וואס עס קען זיין א סכנה פאר אנדערע דרייווער גייט עס ארויף אויף זיין רעקארד ביז 10 יאר.
דאס קען איעדער זעהן, די אינשורענס פירמע, אָדער סיי ווער עס וועט טשעקן זיין דרייווינג היסטאריע.
נאך א געזעץ איז דא אז אויב איינער האט באקומען מער פין 12 פוינטס אין א אפשניט פון 18 חדשים ווער זיין לייסענס סעספענדירט. דאס איז געמאכט אראפצונעמען די דרייווער וואס זענען א סכנה פאר אנדערע פון די ראודס.
דאס איז נישט קיין שום חילוק אין וועלכע שטאט מען האט באקומען די פוינטס. למעשה איז אבער ניו יארקער די עם ווי האט נישט קיין פארבינדונג מיט די ניו זשערסי די עמ ווי סא די פוינטס קומען זיך נישט צוזאמען.

אבער
די אינשורענס קענען יא טשעקן אויב מיט די ניו זשערסי די עמ ווי אויב ער האסט פוינטס .

פין וואו נעמט איר אייער אינפארמאציע?

אינשורענס בראקער
לא יהיה לך עוד השמש לאור יומם ולנגה הירח לא יאיר לך והיה לך ד' לאור עולם ואלקיך לתפארתך.
אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תן חיוך »

השמש, עס דארף מאכן סענס.. אויב איז עס נישט אויף די לייסענס ווי איז עס יא?
ווילסט מיר זאגן אז די אינשארענס קאמפעני רופט אן 49 סטעיטס פרעגן?
הכל לטובה!
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

איז שייך צו פייטן א קעמרא ספיד טיקעט?

איז שייך צו טון עפעס פאר א מיטער טיקעט באקומען עטליכע מינוט נאכדעם וואס די צייט פון די צעטל איז אפגעלאפן?
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

ספיעדינג קעמערא טיקעט, לכאורה נישט. אז דו קוקסט אויף די נאטיץ פון די ווייאלעישאן ברויך זיין א לינק מיט א פעססווארד צו א שטיקל קליפ פון די געשעעניש.

בנוגע די מיטער; די מיטערס זענען אונטער א "5 מינוט גרעיס פיריעד" געזעץ. דאס הייסט אז ביז 5 מינוט פון די עקספייערד טיקעט ברויך מען נישט באקומען א טיקעט.

מען קען ריקוועסטען א היערינג אן-ליין און אפילו ארויפלייגן עווידענס דערצו. סקען אריין דיין מיטער טיקעט און שרייב אריין ביים היערינג אז ס'יז נאך נישט געווען 5 מינוט פונעם עקספייערעישאן טיים. נאכדעם וואס מען דרוקט "סאבמיט" קענסטו אטטעטשען די עווידענס.

הצלחה
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

איז למעשה דא איינער וואס האט גוטע עקספיריענסענד מיט פייטן פארקינג טיקעטס???

קען מען פייטן אדער נישט? איך האב לעצטע 2 יאר נישט מצליח געווען מיט די קאמפאניעס??
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

איך פייט אליינס מיין פארקינג טיקעטס, מיין סוקסעס רעיט איז בערך 30%, ד.ה. 3 פון 10 ווערן געפייט סוקסעספול.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

איש האשכולות האט געשריבן:איך פייט אליינס מיין פארקינג טיקעטס, מיין סוקסעס רעיט איז בערך 30%, ד.ה. 3 פון 10 ווערן געפייט סוקסעספול.

ביסט דאך א איש האשכולות..אבער איך רעד נישט פון קיין METER TICKET איך רעד פון א נאו סטענדינג אדער נאו פארקינג אהן קיין לייטישע תירוץ
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

קאכעדיגע האט געשריבן:

א לייטישע תירוץ וואס קען זיין אמת איז אויך לייטיש.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

ואגב אסאך מאל וועלן זיי דיר גלייבן אפילו די האסט נישט קיין הארטע באווייזן ואכמ"ל
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

איש האשכולות האט געשריבן:ואגב אסאך מאל וועלן זיי דיר גלייבן אפילו די האסט נישט קיין הארטע באווייזן ואכמ"ל

איך גלייב אז די גייסט אראפ אין PERSON נישט דורך מעיל, ריכטיג?
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

קאכעדיגע האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:ואגב אסאך מאל וועלן זיי דיר גלייבן אפילו די האסט נישט קיין הארטע באווייזן ואכמ"ל

איך גלייב אז די גייסט אראפ אין PERSON נישט דורך מעיל, ריכטיג?

ניין, אייביג טוה איך עס אנליין.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעף מיך »

איך האב באקומען א וואך צוריק א טיקעט פון א פאליציאנט מיט א קאפל פארן מאכן דא א לינקס, מ'דארף ריספאנדן ביז 15 טעג, וואס טוה איך דא?
https://www.google.com/maps/@40.71381,- ... 312!8i6656
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

וואס זעסטו דא...? שטייט זיך נאר א וויץ...

Sketch (9).jpg
Sketch (9).jpg (201.57 KiB) געזען 2534 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”