הילף איבער טיקעטס

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

משבק
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 11:13 pm

תגובהדורך משבק » מיטוואך ינואר 17, 2018 1:52 am

א אינטערעסאנטע באמערקונג איו NY איז די פאליציי נישט אזוי שטרענג ווי די קארט אבער אין NJ איז די פאליציי שרענג אין די קארט לייכט

ויש אומרים
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:30 pm

תגובהדורך ויש אומרים » זונטאג ינואר 21, 2018 6:25 pm

איז דא פאוינטס ווען מ'האט ניו יארק לייסענס אין מ'קרוקט א טיקעט אין ניו דשוירסי?

קדוש ונורא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » זונטאג ינואר 21, 2018 6:37 pm

א אינטערעסאנטע באמערקונג איו NY איז די פאליציי נישט אזוי שטרענג ווי די קארט אבער אין NJ איז די פאליציי שרענג אין די קארט לייכט

דאס הייסט און ניו דזשערסי איז שטרענגער לגבי כאפן א טיקעט ווי און ניו יארק?

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » זונטאג ינואר 21, 2018 9:04 pm

ויש אומרים האט געשריבן:איז דא פאוינטס ווען מ'האט ניו יארק לייסענס אין מ'קרוקט א טיקעט אין ניו דשוירסי?

ניין
אויב צאלסטו די טיקעט גייט עס נישט ארויף אויף דיין רעקארד
דרעין דע סוואמפ!!!

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » זונטאג ינואר 21, 2018 11:15 pm

עוד הם מדברים האט געשריבן:געמאכט א ראלינג סטאפ ביי א סטאפ סיין אין מאנסי. באקומען צוויי טיקעטס. איינס פארן דורכפארן די סטאפ סיין, דאס צווייטע פאר דרייוון שנעל אינעם אינטערסעקשן.

מיין שאלה איז, וואס קען איך יעצט עקספעקטן? איז עס שייך צו פייטן? געבן זיי געווענליך א פלי בארגעין דיל אין אזא פאל?

לוינט זיך צו נעמען א טייערע לויער פאר דעם, אדער פרובירן דאס אליין צו פייטן?

עני העלפפול רעקאמענדעישאנס וויל בי עפרישיעיטעד. שכויעך.

געהאט די זעלבע אפאר יאר צוריק, איך בין אליינס אראפגעגאנגען און זיי האבן מיר געמאכט ביידע פאר פארקינג טיקעטס, דא טאטעל אויף ביידע איז געווען בערך $475.

איך ווייס נישט אויב ס'איז די געווענטליכע ערשיינונג אבער דאס איז געווען מיין עקספיריענס.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

ברוינע באנאנע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מאנטאג ינואר 22, 2018 2:16 pm

אויב איך האב פוינטס אויפ מיין NY לייסענס און איך מוף קיין NJ גייט די פוינטס אריבער ווען מען טוישט די לייסענס ?

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3263
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מאנטאג ינואר 22, 2018 3:47 pm

ניין

ברוינע באנאנע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מאנטאג ינואר 22, 2018 4:26 pm

הערליך האט געשריבן:ניין

די אינשורענס וועט ציריק אראפגיין ?

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3263
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מאנטאג ינואר 22, 2018 4:30 pm

איך בין נישט זיכער וויאזוי דאס ארבייט, אבער איינמאל דו האסט א ניו דשערסי לייסענס, קענסטו לכאורה איבערשאפן (מא"פ) פאר אינשורענס, און ווארשיינליך באקומען א רעיט אן די פאוינטס.

Talk to your broker

ראשון לציון
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 20, 2015 1:24 am

תגובהדורך ראשון לציון » מאנטאג ינואר 22, 2018 5:26 pm

ברוינע באנאנע האט געשריבן:אויב איך האב פוינטס אויפ מיין NY לייסענס און איך מוף קיין NJ גייט די פוינטס אריבער ווען מען טוישט די לייסענס ?

אויסדריקלעך יא

ברוינע באנאנע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג ינואר 23, 2018 10:18 am

ראשון לציון האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:אויב איך האב פוינטס אויפ מיין NY לייסענס און איך מוף קיין NJ גייט די פוינטס אריבער ווען מען טוישט די לייסענס ?

אויסדריקלעך יא

לאמיך מיך מסביר'ן כ'האב באקומען א טיקעט און די סיטי אין איך פלאן אי״ה צו מופן צי NJ איז מיין שאלה צו איך זאל אפשטופן די קארט ביז נאכ'ן טוישן די לייסענס אין אויב ח״ו עס ווערט גילטי גייט די פוינטס גיין אויפ די אלטע לייסענס

השמש
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » פרייטאג ינואר 26, 2018 12:36 am

ויש אומרים האט געשריבן:איז דא פאוינטס ווען מ'האט ניו יארק לייסענס אין מ'קרוקט א טיקעט אין ניו דשוירסי?

די עכטע ענטפער איז יא
נאר וואס דען לאמיר אביסל מסביר די ענין פין פוינטס
די גאווערמט האט איינגעשטעלט א סיסטעם פין פוינטס דאס הייסט אז אויב איינער ווערט געכאפט ביי פארלעצן די געזעץ וואס עס קען זיין א סכנה פאר אנדערע דרייווער גייט עס ארויף אויף זיין רעקארד ביז 10 יאר.
דאס קען איעדער זעהן, די אינשורענס פירמע, אָדער סיי ווער עס וועט טשעקן זיין דרייווינג היסטאריע.
נאך א געזעץ איז דא אז אויב איינער האט באקומען מער פין 12 פוינטס אין א אפשניט פון 18 חדשים ווער זיין לייסענס סעספענדירט. דאס איז געמאכט אראפצונעמען די דרייווער וואס זענען א סכנה פאר אנדערע פון די ראודס.
דאס איז נישט קיין שום חילוק אין וועלכע שטאט מען האט באקומען די פוינטס. למעשה איז אבער ניו יארקער די עם ווי האט נישט קיין פארבינדונג מיט די ניו זשערסי די עמ ווי סא די פוינטס קומען זיך נישט צוזאמען.

אבער
די אינשורענס קענען יא טשעקן אויב מיט די ניו זשערסי די עמ ווי אויב ער האסט פוינטס .
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4850
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג ינואר 29, 2018 9:34 am

באקומען צוויי טיקעטס...

איינס פארן נישט ניצן בלינקערס און איינס פאר האבן אפגעלאפענע רעגיסטראַציע

מיינע בלינקערס זענען צובראכן אבער דער פאליציאנט האט געטענהט אז איך האב אים דאס נישט געזאגט (ליגענט!!!) און מיך געגעבן א טיקעט פאר "נישט ניצן"

די רעגיסטראַציע איז אויף א אוט אף סטעיט פלעיטס און איך האב נישט געכאפט אז ס'איז שוין אפגעלאפן...

איך האב באקומען די טיקעטס אין אפסטעיט

עמיצער מיט א עצה, א גוטע טיקעט פייטער פאר אזא סיטואציע?

א דאנק!

איש האשכולות
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג ינואר 29, 2018 9:46 am

מער פרטים, וואו אפסטעיט?

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4850
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג ינואר 29, 2018 9:49 am

Town of liberty

איש האשכולות
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג ינואר 29, 2018 10:06 am

יש ברירה האט געשריבן:Town of liberty

זיי האבן געווענטליך גוטע פליעס, ס'פעלט געווענדליך נישט אויס קיין לויער, אויב ווילסטו דיר פארשפארן א טריפ אהין קענסטו ניצן http://jaydrillings.net ער איז גאר גוט און פארלעסלעך.

איש האשכולות
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג ינואר 29, 2018 10:09 am

יש ברירה האט געשריבן:באקומען צוויי טיקעטס...

איינס פארן נישט ניצן בלינקערס און איינס פאר האבן אפגעלאפענע רעגיסטראַציע

מיינע בלינקערס זענען צובראכן אבער דער פאליציאנט האט געטענהט אז איך האב אים דאס נישט געזאגט (ליגענט!!!) און מיך געגעבן א טיקעט פאר "נישט ניצן"

די רעגיסטראַציע איז אויף א אוט אף סטעיט פלעיטס און איך האב נישט געכאפט אז ס'איז שוין אפגעלאפן...

איך האב באקומען די טיקעטס אין אפסטעיט

עמיצער מיט א עצה, א גוטע טיקעט פייטער פאר אזא סיטואציע?

א דאנק!

שטייצעך אויב דו קענסט ברענגען א צעטל פון א מעכאניקער אז דיין בלינקער איז געווען צובראכן און זיי האבן עס פאראכטן איז נאך בעסער.

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » מאנטאג ינואר 29, 2018 10:15 am

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
עוד הם מדברים האט געשריבן:געמאכט א ראלינג סטאפ ביי א סטאפ סיין אין מאנסי. באקומען צוויי טיקעטס. איינס פארן דורכפארן די סטאפ סיין, דאס צווייטע פאר דרייוון שנעל אינעם אינטערסעקשן.

מיין שאלה איז, וואס קען איך יעצט עקספעקטן? איז עס שייך צו פייטן? געבן זיי געווענליך א פלי בארגעין דיל אין אזא פאל?

לוינט זיך צו נעמען א טייערע לויער פאר דעם, אדער פרובירן דאס אליין צו פייטן?

עני העלפפול רעקאמענדעישאנס וויל בי עפרישיעיטעד. שכויעך.

געהאט די זעלבע אפאר יאר צוריק, איך בין אליינס אראפגעגאנגען און זיי האבן מיר געמאכט ביידע פאר פארקינג טיקעטס, דא טאטעל אויף ביידע איז געווען בערך $475.

איך ווייס נישט אויב ס'איז די געווענטליכע ערשיינונג אבער דאס איז געווען מיין עקספיריענס.

טאון אף רעמעפא דארף געווענטליך נאר די געלט, סא געווענטליך מאכן זיי א פארקינג טיקעט.
איך ווייס פון איינער וואס איז דארט געווען, זאגט ער מיר אז בערך 95% האבן זיי געמאכט פאר א פארקינג טיקעט.

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4850
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג ינואר 29, 2018 10:25 am

איש האשכולות האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:Town of liberty

זיי האבן געווענטליך גוטע פליעס, ס'פעלט געווענדליך נישט אויס קיין לויער, אויב ווילסטו דיר פארשפארן א טריפ אהין קענסטו ניצן http://jaydrillings.net ער איז גאר גוט און פארלעסלעך.

א דאנק פאר די אינפאו

אבער איך האב נאך א פראבלעם...

מיינע פלעיטס וואלט איך שוין געדארפט טוישן צו ניו יארק פלעיטס א לאנגע צייט צוריק. איך וואוין שוין נישט אויף יענע ארט לעגאל פאר א לאנגע צייט

איך האב מורא אז אויב וועט מען אנהייבן פארהאנדלען וועלן זיי דאס באמערקן און מיך נאך גוט אנשמירן..

וואס זאגסטו?

איש האשכולות
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג ינואר 29, 2018 11:37 am

יש ברירה האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:Town of liberty

זיי האבן געווענטליך גוטע פליעס, ס'פעלט געווענדליך נישט אויס קיין לויער, אויב ווילסטו דיר פארשפארן א טריפ אהין קענסטו ניצן http://jaydrillings.net ער איז גאר גוט און פארלעסלעך.

א דאנק פאר די אינפאו

אבער איך האב נאך א פראבלעם...

מיינע פלעיטס וואלט איך שוין געדארפט טוישן צו ניו יארק פלעיטס א לאנגע צייט צוריק. איך וואוין שוין נישט אויף יענע ארט לעגאל פאר א לאנגע צייט

איך האב מורא אז אויב וועט מען אנהייבן פארהאנדלען וועלן זיי דאס באמערקן און מיך נאך גוט אנשמירן..

וואס זאגסטו?

איך בין נישט קיין ליגעל עקספערט סאו כ'קען דיר נישט געבן קיין עדווייס ( הגם איך וואלט דיר סייווי נישט געראטן צו נעמען ליגעל עדווייס פון אן אנליין פאורם) אבער דעי דשעי דריללינגס וועט דיר זיכער קענען העלפן מיט דעם פראבלעם, רבים נוושעו ממנו...
ואין חכם כבעל נסיון...

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4850
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג ינואר 29, 2018 12:10 pm

שכח פאר דיין הילף

א ברכה אויף דיין קאפ!

ברוינע באנאנע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג ינואר 30, 2018 8:53 am

איז דא א וועג צי טרעפען א nyc moving ticket אנליין ? איך האבעס פארלוירן

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3799
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג ינואר 30, 2018 9:43 am

דאס'ז אויף NYSDMV.GOV וועבסייט.
נאט אייך א גרינע...


איש האשכולות
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג ינואר 30, 2018 10:12 am

איך האב אמאל פרובירט זיכען אויף די וועבסייט אין קיין ערגעץ נישט אנגעקומען, כ'האב געמוזט אריינרופען אויף 5184740841 דארטן איז אויכט א צומישטע מעשה אבער סוכ"ס בין איך אנגעקומען...
הקיצור ביוראקראטיע בתפארתו דארט...

מתוקים
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 10:22 am

תגובהדורך מתוקים » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 2:56 pm

אבגדהוזחטי האט געשריבן:
מתוקים האט געשריבן:איינער האט אפשר הילף / עדוויז וואס צו טוהן מיט א ספידינג טיקעט אין village of monroe
וואס איז די הלוך ילך דארט ? זיי מאכן א פליע בארגען ?

they are only want money

אראפ מיט די פוינטס ? וויפיל קען זיין די קנס$ ?
לוינט זיך אליין אראפצוגיין אדער נעמען א לויער ?

יישר כח למפרע


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט