אן עקסידענט מיט א געדונגענע קאר

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

טשאקלאד טשיפ
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 3:12 pm

אן עקסידענט מיט א געדונגענע קאר

תגובהדורך טשאקלאד טשיפ » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 12:18 am

איז מיין אומבאטעמ'טע מצב איז אזוי, שוין די צווייטע מאל דעם זימער וואס איך האב א עקסידענט מיט א רענטל קאר פון הערץ, דאס מאל איז עס געשען ווען איך האב אריינגעקראכט אין א קאר וואס איז געווען געפארקט אויפן שוילדער, איך האב נישט קיין אינשורענס, דארף איך צאלן יענעם'ס שאדן? וועט מיר נאך הערץ פארדינגען א קאר?

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 12:22 am

אוטש, המקום ימלא חסרונך
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

טשאקלאד טשיפ
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 3:12 pm

תגובהדורך טשאקלאד טשיפ » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 12:24 am

just happened so i really need advice how to handle it

אוועטאר
זינגער
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 12:31 am

וועלעכע קרעדיט קארד האסטו גענוצט? אפיציעל איז מען אינשורד ביי די קרעדיט קארד.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 2:02 am

אדם מיעוד לעולם, אז א איד מאכט שאדען פאר א צװייטען איד דארף ער אװדאי באצאלען!
(אויב דער צװייטער האט נישט געהאט רעכט דארט צו שטיין און צוליב דעם איז געשען דער עקסידענט דארף מען פרעגען א שאלה)

עס איז ליידער א זייער א שלעכטער געפיל
דער אויבשטער זאל דיר לייכט מאכען דיין הארץ!

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 10:03 am

זינגער האט געשריבן:וועלעכע קרעדיט קארד האסטו גענוצט? אפיציעל איז מען אינשורד ביי די קרעדיט קארד.

יא, אסאך מאל איז מען געקאווערד דורך די קרעדיט קארד
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 10:45 am

טשאקלאד טשיפ האט געשריבן:איז מיין אומבאטעמ'טע מצב איז אזוי, שוין די צווייטע מאל דעם זימער וואס איך האב א עקסידענט מיט א רענטל קאר פון הערץ, דאס מאל איז עס געשען ווען איך האב אריינגעקראכט אין א קאר וואס איז געווען געפארקט אויפן שוילדער, איך האב נישט קיין אינשורענס, דארף איך צאלן יענעם'ס שאדן? וועט מיר נאך הערץ פארדינגען א קאר?


ר' איד נישט געזארגט!
אויב האט איר א פאליס ריפארט דאן וועט די קאר רענטאל באצאלן פאר יענעם' ס דעמעידזש אויב ס'איז געדינגען געווארן אין נוי יארק און נאך אסאך סטעיטס ווי די געזעץ פארלאנגט אז די רענטאל מוז געבן מינימום לייבילעטי,
דאכציך אז אין דעלעוואר און אין נאך אסאך סטעיטס איז נישטא אזא געזעץ,
לגבי די דעמעידזש פאר דיין קאר וועט די קרעדיט קארד עס דעקן אויב ס'איז געדינגען לויט די terms & conditions

ביטע מאך צוויי טעלעפאן קאל'ס איינס צום קאר רענטאל און נאכאיינס צו דיין קרעדיט קארד קאמפאני, קום צוריק מיט די אינפאו און מ'וועט עס ווייטער נעמען פון דארט.

טשאקלאד טשיפ
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 3:12 pm

תגובהדורך טשאקלאד טשיפ » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 9:10 pm

איך האב גערעדט מיטן קרעדיט קארד קאמפעני און זיי קאווערן נאר מיין קאר, די אנדערע קאר האט געהאט טויזענטער דאלער שאדן און ער מאנט עס פון מיר פערזענליך. וואס קען איך טוען? איינער האט אן עצה?

אוועטאר
יענקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 9:17 pm

טשאקלאד טשיפ האט געשריבן:איך האב גערעדט מיטן קרעדיט קארד קאמפעני
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:אויב האט איר א פאליס ריפארט דאן וועט די קאר רענטאל באצאלן פאר יענעם' ס דעמעידזש אויב ס'איז געדינגען געווארן אין נוי יארק און נאך אסאך סטעיטס ווי די געזעץ פארלאנגט אז די רענטאל מוז געבן מינימום לייבילעטי,
דאכציך אז אין דעלעוואר און אין נאך אסאך סטעיטס איז נישטא אזא געזעץ.

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 9:39 pm

נישט אזוי זיכער מיין ברודער האט געדארפט בייצאלן 3000$ פאר א אנדערע קארס שאדן, הערץ איז געגאנגען ביזן קארט און מיין ברודער האט פארלוירן. אבער די זאלסט קאלן איבערפרעגן ווייל יעדע סיטאאציע איז אנדערש.

המקום ימלא חסרונך.

און יעדן פאל מאך זיכער דו נעמסט עס צו א קאלישן קאמפעני און נישט יענער. וד״ל

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 9:42 pm

נאך א עצה. קאל א היימישע קאלישן. (אין קרית יואל ווייסעך פון יואל פעקעטע) שמועס עס אריבער מיט איהם. וועט דיך בייהילפיג זיין. גאנץ מעגליך לוינט זיך צו קלעימען יענעמס אינשארענס, און די בייצאל איהם נאר די אינקריעס. וועט עס אויסקומען ביליגער.

הצלחה

ליבעריל קויבעק
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 08, 2014 2:43 pm

תגובהדורך ליבעריל קויבעק » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 9:52 pm

אין ניו יארק דארף די קאר רענטל באצאלען די דעמידזש פאר די אנדערע קאר (משא"כ אין קויבעק וואס די קאר רענטעל דארף נישט באצאלען), אין חוץ מזה האט יעדע קאר אונשורענס זיך אליינס צו באצאלען אלע דעמידזש וואס געשעהט ממילא קען זיך יענער אליין באצאלען פון זיין אונשורענס.
ובדידי הוה עובדא איך האב אריינגעבעקט אין א צווייטענס קאר אין יענעמס אונשורענס האט איהם געצאלט.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 6:50 am

ס'איז דא 3 פארטיס דא,
דער דרייווער,
די רענטל קאמפאני,
דער ניזוק,

דאס וואס מאנכע שרייבן אז די רענטל קאמפאני דארף באצאלען אין ניו יורק, איז נאר כלפי דעם ניזוק. ד.ה. דער ניזוק אדער זיין אינשורנס קאמפאני קען איינמאנען אלע קאסטען פון הערץ'ס אינשורנס קאמפאני,

אבער כלפי דעם דרייווער-רענטער האט הערץ נישט קיין שום התחייבות אויב האסטו דיקליינט זייער אינשורנס (אויב האסטו נישט געצאלט די עקסטרע טעגליכע פי).
און זיי קענען איינמאנען פון דיר יעדע דולר וואס זיי האבן געדארפט באצאלען.
(יעדע מציאות איז אנדערש, אבער די התחייבות הנ"ל איז נאר פאר דעם ניזוק, נישט פאר די רענטער).
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 6:55 am

ליבעריל קויבעק האט געשריבן:אין ניו יארק דארף די קאר רענטל באצאלען די דעמידזש פאר די אנדערע קאר (משא"כ אין קויבעק וואס די קאר רענטעל דארף נישט באצאלען), אין חוץ מזה האט יעדע קאר אונשורענס זיך אליינס צו באצאלען אלע דעמידזש וואס געשעהט ממילא קען זיך יענער אליין באצאלען פון זיין אונשורענס.
ובדידי הוה עובדא איך האב אריינגעבעקט אין א צווייטענס קאר אין יענעמס אונשורענס האט איהם געצאלט.

אודאי קען יענער גיין צו זיין אייגענע אינשורנס קאמפאני,
אבער ראשית כל, פארוואס אין די וועלט זאך עס יענער וועלן טוהן? זיין אינשורנס פרימיום קען ארויפגיין.
און שנית, אויב וועט ער יא גיין צו זיין אייגענע קאמפאני, וועט זיין אינשורנס קאמפאני דערנאך איינמאנען פון הערץ'ס קאמפאני, (אויב איז דא א פאליס רעפארט), און כנ"ל קען עס צוריק אנקומען צו דיר.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:58 am

משיח האט געשריבן:ס'איז דא 3 פארטיס דא,
דער דרייווער,
די רענטל קאמפאני,
דער ניזוק,

דאס וואס מאנכע שרייבן אז די רענטל קאמפאני דארף באצאלען אין ניו יורק, איז נאר כלפי דעם ניזוק. ד.ה. דער ניזוק אדער זיין אינשורנס קאמפאני קען איינמאנען אלע קאסטען פון הערץ'ס אינשורנס קאמפאני,

אבער כלפי דעם דרייווער-רענטער האט הערץ נישט קיין שום התחייבות אויב האסטו דיקליינט זייער אינשורנס (אויב האסטו נישט געצאלט די עקסטרע טעגליכע פי).
און זיי קענען איינמאנען פון דיר יעדע דולר וואס זיי האבן געדארפט באצאלען.
(יעדע מציאות איז אנדערש, אבער די התחייבות הנ"ל איז נאר פאר דעם ניזוק, נישט פאר די רענטער).


אין נוי יארק דארף די רענטאל באצאלן דערפאר חוץ טאמער זיי טרעפן אז דו האסט נישט געפאלגט די רולס ערגעץ ווי למשל איינער אנדערש האט געדרייוו'ד די קאר א.ד.ג.

צדקה קאסע
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 4:46 pm

תגובהדורך צדקה קאסע » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 12:23 pm

איך זעה אז עס הערשט א שטיקל צעמישעניש דא, עליכעס פראבירן צו צונעמען אויף קליינע שטיקלעך,
די היזק אויף דיין קאר ווערט על פי רוב געדעקט ביי דיין ק"ק אינשורענס (טאמער האסטו דיקליינט די רענטעל אינשורענס),

די היזק פון יענעמס קאר דארף לויטען ניו יארק סטעיט געזעץ די רענטעל באצאלן,

אחוץ טאמער עס איז אינוואלווד א THIRD PARTY דהיינו דו האסט אריינגעשטופט א קאר אין א דריטען קען יענער מאנען פון דיר דאס געלט - טאמער האסטו נישט צוגעקויפט בשעת'ן רענטען די קאר ,THIRD PARTY INSURANCE

אלעס קלאר?

טשאקלאד טשיפ
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 3:12 pm

תגובהדורך טשאקלאד טשיפ » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:05 pm

מיין קאר ווערט באצאלט דורכן קרעדיט קארד. די צרה איז מיט יענעם'ס, לויט ווי איך פארשטיי גייט הערץ מיר איינמאנען יעדע דאלער וואס איך האב זיי געקאסט. למעשה האבן מיר נישט געמאכט א פאליס ריפארט און די עקסידענט איז געשען ווען יענער האט זיך אפגעשטעלט אויפן שוילדער באנאכט, וואס איז אין אזא פאל?


א גרויסען ישר כח פאר אלע גוטהארציגע מענטשן וואס האבן פראבירט צו העלפן.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 2:26 pm

אן א פאליס ריפארט איז ידך על העליונה
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 2:50 pm

איין זאך וואס מ'דארף דא זיכער אויסקלארן, דאס איז זיכער אז לייעבילעטיס (ביי א קאר וואס מ'האט געדינגן אין נ"י סטעיט) דארף די קאר רענטל באצאלן

שרייבן דא עטליכע אז נאכדעם קען עס די רענטל קאמפאני אפמאנען פונעם רענטער, דאס איז א גרויסע חידוש וואס מאכט בכלל נישט קיין סענס, אויב איז דאס טאקע אזוי, א"כ מה הועילו חכמים בתקנתם? וואס איז אין נ"י אנדערש ווי ערגעץ אנדערש?

איינער קען עס קונפירמען?

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 2:51 pm

משיח האט געשריבן:אן א פאליס ריפארט איז ידך על העליונה

פארוואס? דוכט זיך אז דער כלל איז אז דער וואס קלאפט אריין פון די בעק איז אייביג שולדיג
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

תגובהדורך חכם ממה נשתנה » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 6:39 am

איך האב א חבר וואס האט געמאכט א קלעים ביי הערטץ פאר זעקס טויזענט דאללער און שוין
חכם מה הוא אומר מה ה.... וה..... "האלו" ואת אמר לו אין מפטירין אחר ה..... (הגדה של פסח)

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 1:37 pm

טשאקלאד טשיפ האט געשריבן:מיין קאר ווערט באצאלט דורכן קרעדיט קארד. די צרה איז מיט יענעם'ס, לויט ווי איך פארשטיי גייט הערץ מיר איינמאנען יעדע דאלער וואס איך האב זיי געקאסט. למעשה האבן מיר נישט געמאכט א פאליס ריפארט און די עקסידענט איז געשען ווען יענער האט זיך אפגעשטעלט אויפן שוילדער באנאכט, וואס איז אין אזא פאל?


א גרויסען ישר כח פאר אלע גוטהארציגע מענטשן וואס האבן פראבירט צו העלפן.

אויב האט יענער נישט געמאכט קיין פאליס ריפארט קען ער עס נישט איינמאנען נישט פון דיר אין נישט פון הערץ
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
זינגער
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 1:47 pm

טשאקלאד טשיפ האט געשריבן:איז מיין אומבאטעמ'טע מצב איז אזוי, שוין די צווייטע מאל דעם זימער וואס איך האב א עקסידענט מיט א רענטל קאר פון הערץ, דאס מאל איז עס געשען ווען איך האב אריינגעקראכט אין א קאר וואס איז געווען געפארקט אויפן שוילדער, איך האב נישט קיין אינשורענס, דארף איך צאלן יענעם'ס שאדן? וועט מיר נאך הערץ פארדינגען א קאר?

וואס איז געבליבן?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אפשר טאקע
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2016 11:26 am

תגובהדורך אפשר טאקע » דינסטאג פאברואר 28, 2017 1:59 pm

ביטע פאר ווער ס'קען זיך אויס זאל ביטע ענטפערן
אויב ניצט מען די קלעים פון אנשורענס צו צאלן פאר א עקסידענט גייט דאס ארויף אויף די רעקארד
1) מאכט עס א חילוק אויף די קרעדיט קארד בענעפיטס למשל אויב כ'מאך נעקסטע וואך נאך א עקסידענט גייען זיי עס נישט באצאלען ?
2) גייט עס ארויף אויף די לייסענס אז אויב כ'וויל מיר מאכן קאר אנשורענס לאזט עס איבער א איפעקט ?
א גרויסן דאנק

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דינסטאג פאברואר 28, 2017 3:07 pm

אפשר טאקע האט געשריבן:ביטע פאר ווער ס'קען זיך אויס זאל ביטע ענטפערן
אויב ניצט מען די קלעים פון אנשורענס צו צאלן פאר א עקסידענט גייט דאס ארויף אויף די רעקארד
יא!
1) מאכט עס א חילוק אויף די קרעדיט קארד בענעפיטס למשל אויב כ'מאך נעקסטע וואך נאך א עקסידענט גייען זיי עס נישט באצאלען ?
ניין! זיי גייען נאכאמאל באצאלען
2) גייט עס ארויף אויף די לייסענס אז אויב כ'וויל מיר מאכן קאר אנשורענס לאזט עס איבער א איפעקט ?
יא!
א גרויסן דאנק


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט