בלאט 1 פון 1

די פראנט פענסטער ווערט פארהויכט

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2015 5:24 pm
דורך זיי געזונט
ביי מיין קאר ארבעט נישט די פראנט סטים, [און די קאמפני וועט עס ערשט קענען פיקסן קומנדיגע וואך] און דאס מאכט אז די פראנט פענסטער זאל ווערן פארהויכט, איז דא א עצה אויפדערווייל ביז מ'פיקסט עס?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2015 8:58 pm
דורך פאטאקי08
קאלטע לופט העלפט פונקט ווי הייסע

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2015 9:02 pm
דורך גערעכטער
פאטאקי08 האט געשריבן:קאלטע לופט העלפט פונקט ווי הייסע

נישט אמת. (לענ''ד)
עס ווערט פארהויכט ווייל איין זייט איז קאלט און איין זייט איז ווארעם, ווייל ווארעמע לופט איז מער קאמפרעסט ואכ''מ, סא ס'דארף זיין דווקא די זעלבע ווי אינדרויסן.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2015 9:43 pm
דורך לכתחילה אריבער
געדענק איך גירסא דינקותא, אז ווען די ברילן ווערן פארהויכט למשל ביים אריין גיין אין א פארהויכטע מקוה פון די קאלטע גאס, אז מען וואשט אפ די ברילן מיט "גילא", העלפט עס. ווייסעך נישט צו עס איז טאקע אזוי, אבער וואס קען שאדן צו טרייען.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2015 9:45 pm
דורך elter-zeide
געניג אז עס בלאסט א ליפט, ווייל אויב עס בלאסט א ווינט קען נישט ציקימען קיין יומידעטי וואס יומידעטי פארהויכט דע פענטסטער, נישט דע קעלט אדער היטץ, למשל זימער ווען אינרויסען איז 95 דעגריז אין דע ערקאנדישען בלאסט קאלטע ליפט בערך 45 געגרי, וואס אינדרויסען איז זייער הייס אין אינעווייניג איז קאלט, וואלט דאך דע פענסטער געדארפט ווערען פארהויכט, אבער עס קען נישט פארהויכט ווערען ווייל דע ווינט וואס דע פען בלאסט שטארק אויפן פענסטער לאסט נישט צי קיין יומידעטי, אין דע פענסטער בלייבט טריקען, דאס איז פין אינעווייניג, ווייטער אינדרויסען איז גאר אנדערש, אינדרויסען ניצט מען ווייפערס ווייל דע פען בלאסט נישט נאר אינעווייניג, י

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2015 10:07 am
דורך כאפצעם
גערעכטער האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:קאלטע לופט העלפט פונקט ווי הייסע

נישט אמת. (לענ''ד)
עס ווערט פארהויכט ווייל איין זייט איז קאלט און איין זייט איז ווארעם, ווייל ווארעמע לופט איז מער קאמפרעסט ואכ''מ, סא ס'דארף זיין דווקא די זעלבע ווי אינדרויסן.

סאו ווען מ'צינדט אן די פראנט סטיעם (אוועקצונעמען די פארהויכקייט פונעם פאדערשטן פענסטער) גיבט עס היץ אויפן דרויסענדיגן חלק פונעם פענסטער?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2015 3:17 pm
דורך פאטאקי08
elter-zeide האט געשריבן:געניג אז עס בלאסט א ליפט

דאס איז מיין עקספיריענס און אז די סטים ארבעט נישט קען מען ניצן קאלטע לופט

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2015 9:15 pm
דורך זיי געזונט
פאטאקי08 האט געשריבן:
elter-zeide האט געשריבן:געניג אז עס בלאסט א ליפט

דאס איז מיין עקספיריענס און אז די סטים ארבעט נישט קען מען ניצן קאלטע לופט

אזוי פראבירט אין ב"ה ס'איז געווען גוט.
א גרויסן ישר כח פאר אלע וואס האבן זיך אנגעשטרענגט אין ארויס געהאלפן. תודה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 29, 2015 11:34 pm
דורך בן יועזר
ק/פ. ווער סקען ביטע איבערטייטשן אויף מאמע לשון


חברים יקרים
שלום וברכה! - הודעה שקיבלתי:
לקראת הסערה הצפויה, כידוע אחד הבעיות הגדולות בזמן נהיגה במזג אויר גשום וסוער הוא האדים שמצטברים על חלונות הרכב, יש פתרון פשוט מאד, והוא
למרוח סבון כלים על החלונות מתוך הרכב ולאחר מכן לנגב טוב טוב עם מטלית (מומלץ מטלית מיקרופייבר) שלא ישאר סימנים, וגמרתם אחת ולתמיד עם האדים, ואין צורך להפעיל מפשיר אדים ברכב כלל וכלל,
מנסיון, בדוק זה עובד.!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 29, 2015 11:41 pm
דורך derech eretz
בן יועזר האט געשריבן:ק/פ. ווער סקען ביטע איבערטייטשן אויף מאמע לשון


חברים יקרים
שלום וברכה! - הודעה שקיבלתי:
לקראת הסערה הצפויה, כידוע אחד הבעיות הגדולות בזמן נהיגה במזג אויר גשום וסוער הוא האדים שמצטברים על חלונות הרכב, יש פתרון פשוט מאד, והוא
למרוח סבון כלים על החלונות מתוך הרכב ולאחר מכן לנגב טוב טוב עם מטלית (מומלץ מטלית מיקרופייבר) שלא ישאר סימנים, וגמרתם אחת ולתמיד עם האדים, ואין צורך להפעיל מפשיר אדים ברכב כלל וכלל,
מנסיון, בדוק זה עובד.!!!

אנשמירן די קאר ווינדאוס (פון אינעווייניג?) מיט זייף וואס מ'נוצט פאר כלים אין קאך, און דערנאך גוט אפווישן מיט א שמאטע (נד"נ) מייקראפייבער שמאטע איז רעקאמאנדירט, מאכט אז די פענסטער זאל מער קיינמאל נישט ווערן פארהויכט.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 30, 2015 12:59 am
דורך ווישוואש
אונזער 'וויקיפידיע' האט עס שוין געברענגט פריער..

לכתחילה אריבער האט געשריבן:געדענק איך גירסא דינקותא, אז ווען די ברילן ווערן פארהויכט למשל ביים אריין גיין אין א פארהויכטע מקוה פון די קאלטע גאס, אז מען וואשט אפ די ברילן מיט "גילא", העלפט עס. ווייסעך נישט צו עס איז טאקע אזוי, אבער וואס קען שאדן צו טרייען.