בלאט 1 פון 1

האלטן די תפילין אין קאר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2015 9:54 am
דורך פאטאקי08
איז דא אפשר א ספעציעלע תפילין בייטל וואו מען קען האלטן דערמיט די תפילין אין קאר און עס זאל נישט קאליע ווערן דורך די טעמפראטור טוישונגען זומער אדער ווינטער?
(אפשר די לעדערנע וואס די שיינע אידן ניצן?)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2015 10:03 am
דורך farshlufen
אפשר אין אן אייז באקס - קאאלער וכדו'

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2015 10:05 am
דורך שוועמל
עס איז דא אזא טערמוס ספעציעל פאר תפילין וואס מען נוצט אין צה"ל. כווייס נישט צי מקען עס דא באקומען אפשר אייכלערס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2015 12:46 pm
דורך באגעבו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2015 1:33 pm
דורך לייב ירק
דאכטציך אז אויף דעם איז געווען אמאהל א מדובר וויאזווי לייגט מען די של יד אונטן פון די בייטל און אויפדעם די של ראש די פראבלעם ווערט די אנדערע מאהל טרעפט מען זיך גראד אן מיט די של ראש דארף מען מעביר זיין אויפ די של ראש

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2015 2:41 pm
דורך פאטאקי08
farshlufen האט געשריבן:אפשר אין אן אייז באקס - קאאלער וכדו'

דאס איז גוט פאר ווינטער אויך?
די תפילין קען ווערן געשעדיגט אויב עס קומט אריין אין א ווארימע ביהמד פון א אייז קאלטע פלאץ, די טויש אין טעמפראטור מאכט עס שוויצן

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 02, 2015 9:39 am
דורך יום אחד
פאטאקי08 האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אפשר אין אן אייז באקס - קאאלער וכדו'

דאס איז גוט פאר ווינטער אויך?
די תפילין קען ווערן געשעדיגט אויב עס קומט אריין אין א ווארימע ביהמד פון א אייז קאלטע פלאץ, די טויש אין טעמפראטור מאכט עס שוויצן


אן אייז באקס וואס האט נישט קיין אייז איז נישט קיין אייז קאלטע פלאץ, סך הכל האלט עס די טעמפראטור נארמאל, די שווערע היצן פון די זין דרינגען נישט אריין דארט.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 02, 2015 10:50 am
דורך פאטאקי08
ישר כחכם, גיימער פרובירן