בלאט 1 פון 1

רענט א קאר שדכן

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 10:56 am
דורך אלץ ווייזער
איך באצו זיך צו דעם וואס איך האב די לעצטע פאר וואכן געהאט
עס איז מיר אויסגעקומען די פארגאנגענע פאר וואכן ארויספארן צו די מרחקים לכבוד שבת און איך בין אונטערעסירט געווען צו דינגען א קאר צוויי מאל א מיני ווען און צווויי מאל אפי' א קאר צוליב'ן זיין יונגער פאר 25 איז צומאל אפי' שווערער צו דינגען און עס איז מיר נישט געווען אזוי גרינג, אבער צום סוף האב איך געטראפן איינמאל מיט מער קאפ וויי און איינמאל מיט ווייניגער איינמאל מיט מער געלט און איינמאל מיט ווייניגער,
אבער איך בין דאך נישט געקומען אראפשרייבן מיין היסטאריע איבער קארס וועל איך גיין למעשה:
די פארגאנגענע צוויי וואכן ווען איך האב מיך געפלאגט צו טרעפן א מיני ווען ווי פארגאנגענע וואך האב איך נישט געטראפן און געמוזט נעמען א קאר האב איך די וואך און פארגאנגענע זונטאג געטראפן א באקאנטער וואס פרעגט מיך מיט ווינדער האסט דאך געקענט בארגן מיין נאך דערצו פאר אפאר דאללער וואלט איך דיר עס ווען גערן געבארגט איך האב עס ממילא נישט גענוצט איך האב מיך האב מיך נאר ס"ה געפלאגט מיט פארקינג וכדו'
קלער איך אז עס קען זיין פאסיג אז א יוד מעלדט דא אז ער דארף א קאר פאר שב"ק אדער ער איז גרייט צו פארדינגן וכו' אסאך וואלטן געקענט באשטיין צו מאכן נאך א $75 צו מער די וואך
פארשטייט זיך אז יעדער זיכט איינער וואס האט שוין א שטיק צייט לייסענס איז שוין באזעסן וכדומה
איך קלער אבער אז עס קען זיין זייער א גוטע זאך פאר אלע
עס קען זיין זה נהנה וזה נהנה
[איך האב געזוכט אויב עס איז שוין עפעס אן אשכול און איך האב נישט געפונען]

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 11:26 am
דורך אט אזוי
וואס איז מיט גילו?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 12:49 pm
דורך אלץ ווייזער
גרעכט טאקע!
נו העלפטס ארויס אפשר קען מען מאכן עפעס אויסארבעטן

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 3:47 pm
דורך אפטימיסט
אט אזוי האט געשריבן:וואס איז מיט גילו?

וועט זיין א שליש.

קאר די שבת

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 4:16 pm
דורך אלץ ווייזער
זיך גראדע פאר די וואך אויך א קאר פון פרייטאג ביז זונטאג נ.מ. גרייט צו צאלן

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 4:25 pm
דורך וויכטיג מאכער
אויב איינער וויל קען איך זיין פארמיטלער.