בלאט 1 פון 2
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 8:43 pm
דורך שאהן הענניטי
געהאט ב"ה ניסים יעצט, איך בין געפארן אראפ א בארג, אין א באס איז מיר אנטקעגען געקומען, הייב איך אהן צו ברעיקען, אבער כאילו לא היה, ער האלט נישט ביים סטאפן. זענען געווען קארס געפארקט אויף ביידע זייטן פונעם ראוד, (ע"ע פארקינג רעפערענדום אין קרית יואל), מיינע אפשענס זענען געווען, אריינצופארן אינעם באס, אדער א רעכטס אריין אין א געפארקטע קאר.
צו מיין גרויס שרעק האבן זיך קינדער געשפילט נעבן דעם, וואס וואלט זיך זייער נישט גוט געענדיגט.
פאר ווי וואס ווען, האב איך געמאכט א שארפן רעכטס אויפן סייד וואלק אריין אין א מעיל באקס, און אפגעקומען מיט מילדע שאדענס צום קאר.
קוקענדיג וואס האט געשאפן דעם פראבלעם האב איך באמערקט אז מיין שיפט איז בטעות געווען אויף נוטראל, זעהט אויס אז די ברעיק ווערט נייטראליזירט. נישט געוואוסט פון דעם.
אינטערסאנט ווי אזוי דער באשעפער געט אריין די ריכטיגע מחשבה אין אזאלכע גורל'דיגע פארפאניקטע סעקונדעס, ראטעווענדיג דערביי אפאר אומשילדיגע קינדער.
ברוך השם פאר דעם...
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 8:45 pm
דורך ניק ניק
ובתוך רבים אהללנו, זאלסט האבן אפגעקומען אלעס בייז.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 8:53 pm
דורך ענדע צדיק!
ניק ניק האט געשריבן: וואףף! ובתוך רבים אהללנו, זאלסט האבן אפגעקומען אלעס בייז.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 9:23 pm
דורך מי יודע
שאהן הענניטי האט געשריבן:קוקענדיג וואס האט געשאפן דעם פראבלעם האב איך באמערקט אז מיין שיפט איז בטעות געווען אויף נוטראל, זעהט אויס אז די ברעיק ווערט נייטראליזירט. נישט געוואוסט פון דעם.
ב"ה פאר דעם
דערמאנסט מיר ווען איך האב מיך געלערנט דרייוון (נישט מער געדאכט...) איינמאל האלטנדיג אינמיטן ארויסבעקן פון א דרייוו וועי איז א קאר געקומען צו פליען, האב איך מיר אפגעשטעלט יענעם דורכצולאזן, און יענער האט אראפגעסלאוט זעט אויס צוליב די שמאלע פלאץ וואס איז געבליבן, האב איך געוואלט זיין א גוטער און מאכן מער פלאץ פאר יענעם, האב איך געגעבן א גוטן ברעיק אראפ באותו מעמד וואס יענער איז געווען פונקט אונטער מיר, פארגעסנדיג צו ריקן דעם שיפט פון R צו D, און די רעשט איז געווען היסטאריע
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 10:03 pm
דורך fiena nieas
שאהן הענניטי האט געשריבן:
קוקענדיג וואס האט געשאפן דעם פראבלעם האב איך באמערקט אז מיין שיפט איז בטעות געווען אויף נוטראל, זעהט אויס אז די ברעיק ווערט נייטראליזירט. נישט געוואוסט פון דעם.
קענסט עס פליעז מסביר זיין, ווייל ביסט געווען אויף נאטראל ארבעט נישט די ברעיק??
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 10:14 pm
דורך א מוח
fiena nieas האט געשריבן:שאהן הענניטי האט געשריבן:
קוקענדיג וואס האט געשאפן דעם פראבלעם האב איך באמערקט אז מיין שיפט איז בטעות געווען אויף נוטראל, זעהט אויס אז די ברעיק ווערט נייטראליזירט. נישט געוואוסט פון דעם.
קענסט עס פליעז מסביר זיין, ווייל ביסט געווען אויף נאטראל ארבעט נישט די ברעיק??
רוב קארס היינט ארבעטן אז א גרויס חילק פין די קאנטראל פין די קאר קימט פין די מוטאר למשל אויב די וועסט פארן אויפן ראוד אויך 75 אין וועסט טרייען ארפ צי פילען א בארג אין די וועסט נישט ברעקן אין אויך נישט געבן מער געז וועט די קאר זיף נישט נעמען פליען פין זיך אליין אויף 100 ווייל די מוטאר קאנטרלט עס אבער אויב די וועסט זיין אויף נאטרעל קען עס יא געשעהן ניישט פין 75 צי הינדערט אבער מען ווי ווען מאיז אויף דרייוו ווען מסטאפט בדרך כלל וועט די מוטאר העלפן סטאפן דורך שטאטער מאכן די מוטאר אזוי אויף פארקערט ווען מאיז אויף נאטרעל וועט עס די מוטאר נישט טיען
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 10:26 pm
דורך זאכליך
ברוך שעשה לך נס!
וויאזוי טרעפט מען זיך אויף N אינמיטן דרייווען? וואס האט עס מיט די שניי?
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 10:59 pm
דורך פאטאקי08
איך וועל פרובירן מסביר זיין אביסל... ווען די קאר איז אויף נוטראל טוט דאס גארנישט אפעקטירן די ברעיק עס טוט נאר אפעקטירן די מאטאר
ווען עס איז אויף דרייוו אין היי גיער לויפט די קאר פאראויס אפילו אן געבן געז די זעלבע אויף רעווערס
נוטראל טוט נישט גארנישט עס גייט לויט די גראוויטי אויב ביסטו אויף בארג פליסטו אראפ
יעצט עס איז דא אן עצה ווען מען איז אויף היי גיער און מען וויל פארשטאטערען די קאר און די ברעיקס אליין איז נישט גענוג פאר וואטעווער ריזן צו ווייל מען איז אויף א בארג אראפ און מען וויל נישט אויסרייבן די ברעיקס צו ווייל מען האט נישט קיין געלט צו קויפן נייע ברעיקס וואס איז שוין לאנג געגאנען... רוקט מען אראפ צו לאוי גיער און די קאר פארשטאטערט זיך (שטייצעך אז אנשטאט ברעיקס פארלירסטו א טראנסמישען... נאר אויף דעם האסטו נאך א גאראנטיע...)
די סיבה פארוואס דיינע ברעיקס האבן נישט געארבעט איז צוליב די אנטי לאק ברעיקינג סיסטעם וואס איז טאקע ספעציעל געמאכט פאר די דאזיגע אומשטענדן אבער מען דארף וויסן וויאזוי עס ארבעט ווייל אז נישט העלפט עס נישט נאר פארקערט ח"ו
די סיבה פארוואס א קאר גליטשט אין די שניי איז צוליב ווען ער ברעיקט טוט זיך די רעדל לאקן דאס הייסט די רעדל קען זיך מער נישט דרייען צוליב מיין ברעיק וואס איך האב ארויף געלייגט, יעצט ביי א טרוקענע ראוד איז עס קיין פראבלעם מען סטאפט די רעדל און אוטאמאטיש אזוי ווי די רעדל קען זיך נישט דרייען סטאפט די קאר
אויב אבער די ראוד איז גליטשיג דאן וואס געשעהט די רעדל לאקט זיך אריין אין די שניי אבער די שניי לאזט אים ווייטער גיין אפילו מיט א געסטאפט רעדל... איז מען אויפגקומען מיט אן איידיע ABS) ANTI LOCK BRAKING SYSTEM) וואס אויב שפירט די קאר קאמפיוטער אז די רעדל איז לאקד און די קאר האט זיך נישט אפגעשטעלט דאן טוט ער צוריק ריליסן די ברעיקס אז די קאר זאל ווייטער פארן!! איי פארוואס? איך וויל דאך סטאפן די קאר ניין? איך פאר באלד אריין אינעם באס!!!
פאוואליע פאוואליע דו ברעיק ווייטער די מערסטע וויפיל דו קענסט אפילו דו פילסט אז די ברעיקס פייפן אריין אין דיר און זיי ריליסן זיך, זייט וויסן אז זיי מיינען אייער טובה אבער דו מוזט ווייטער דריקן די מערסטע וואס דו קעסנט און לאזן דעם קאמפיוטער טוהן דעם דזשאב
דאס איז די סיבה פארוואס די קאר האט זיך נישט אפגעשטעלט (גארנישט מיט נוטראל.. עס מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות..) אז אזוי ווי מען פילט די ABS ארבעטן זאגט דער געפיהל אז מען זאל מער נישט דריקן די ברעיקס ווייל מען ווייסט נישט וואס דא טוט זיך..
אבער די אמת איז אז נישט מען דארף זיך שלאגן מיטן ABS מען דארף ברעיקן און לאזן דעם ABS אויסרעכענען וויאזוי צו ברעיקן רואיג אז די קאר זאל נישט פליען אויף די שניי און אזוי ווי די קאמפיוטער ווייסט בעסער וויאזוי עס צו טוהן ווי א מענטשס מח בשעת מען דערזעהט זיך .... דעריבער דארפסטו דריקן די מערסטע און לאזן די קאמפיוטער ריליסן און טוהן זיין דזשאב
כאף איינער וועט עס בעסער מסביר זיין.. (פונקטליך פארוואס דאס געשעהט און די ווידענשאפט חלק דערפון און פארוואס די ABS איז די ישועה פון אן אינדזשענירונג שטאנדפונקט ביטע בעטן חילי צו מסביר זיין)
נאך אזאך וואס דרייווער ספעציעל אין קרית יואל דארפן וויסן
עס איז דא אז זאך ווי טרעקשען דאס מיינט ווען מען פארט ארויף א בארג און עס איז שנייאיג דאן קען זיך די רעדל דרייען און דרייען אבער צוליב די גליטש בלייבט די קאר אינמיטן בארג... און מען ווייסט נישט פארוואס
אבער אז מען וועט ארויסקוקן אינדרויסן וועט מען זען אז דער דרייווער גיבט געז אגאנצען צייט אבער די רעדל גיט זיך א דריי פאר א סקונדע און ער סטאפט!!! די סיבה איז ווייל די מאטאר פילט אז די דרייסט די רעדל אין די וועלט אריין סמיינט דו קומסט נישט אן אין ערגעץ דעריבער סטאפט ער און נאך אפאר סקונדען דרייט ער נאך א סקונדע און ער סטאפט ווייטער און אינצווישן ווערט א ליין אונטער דיר ביז אונטען די בארג און דו בלייבסט ווי א חולם אינמיטן בארג און דו ווארטס אויף א יוקאן זאל דיך פאשן...
עצה דערצו איז צו דריקן די באטטאן "טרעקשען אףף" צו אויסלעשן דאס און דאן וועט זיך די רעדל דרייען און דרייען עס לאנג די גיבסט געז און ביני לביני וועסטו זיך ארויסדערזען פונעם גליטש בעזר הוי"ה ב"ה דארפסט נאר וואטשן נישט צו איבערשטרענגן די מאטאר עס זאל ח"ו נישט ווערן אויווערהיטעד
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 11:54 pm
דורך שאהן הענניטי
פאטאקי, ס'קען זיין אז די ABS system דארף צו זיין פאר מיין טובה הגם איך כאפ נאכנישט פארוואס, אבער אין דיס קעיס האט עס מיר געפירט אין באד אריין, און ווען נישט דעם מעיל באקס פליה איך נאך יעצט.
פאר דער וואס האט געפרעגט וויזוי פלוצלינג ווערט מען נוטראל? כ'האב געהאלטן נאך א קעי טוירן, מסתם נישט צוריק געריקט דעם שיפט עד הסוף.
יישר כח פאר די וואונטשערס, זאל עס האבן געווען דאס ארגסטע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 12:02 am
דורך זאכליך
שכוח פאטאקי פאר די אינטערסאנטע שיעור. איך האב נישט פינקטליך פארשטאנען וואס די טרעיקינג איז געמאכט פאר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 12:12 am
דורך פאטאקי08
שאהן
די סיבה פארוואס ביי דיר האט עס נישט געארבעט איז צוליב א פשוטע סיבה
עס ארבעט נאר פאר ווער עס ווייסט וויאזוי דאס ארבעט... ביי מיר אויך ווילאנג איך האב נישט געוואוסט וויאזוי עס צו ניצן האט עס נאר געמאכט ערגער
יעצט אז דו ווייסט שוין אז מען טאר נישט לאקן די רעדל ביי א שניי ווייסטו שוין אז די סיסטעם גייט אז דו ברעיקס די מערסטע און דו לאזט דעם ABS טוהן זיין דזשאב
וועסט זעהן ווי עס צינד זיך אן אזא לייט ABS אדער א פיקטשער פון א גליטשעדיג קאר און דו וועסט פילן ווי די ברעיקס טאנצען אבער אז דו ווייסט וואס ער טוט קען מען עס ניצן ווי עס באדארף צו זיין
זאכליך
די טרעקשען איז געמאכט אז די רעדל זאל נישט פליען ווען מען דריקט געז פאר גארנישט עס איז פשוט דענדזשארעס און עס קען אויווערהיטן די מאטאר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 12:16 am
דורך שאהן הענניטי
לויט ווי איך פארשטיי דיר דארף מען בסך הכל דרוקען ביזן גרונד און נישט נאכלאזן, נו דאס קענסטו זיין זיכער אז כ'האב געטוהן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 12:23 am
דורך פאטאקי08
שאהן הענניטי האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי דיר דארף מען בסך הכל דרוקען ביזן גרונד און נישט נאכלאזן, נו דאס קענסטו זיין זיכער אז כ'האב געטוהן
סקען אויך זיין אז די ABS סיסטעם איז נישט געווען אין קראפט בכלל צו ווייל עס איז געווען אויסגעלאשן צו ווייל די סענסער איז אויסגעברענט צו ווייל די קאר האט עס נישט
וואס דאן איז דריקן די ברעיקס ביזן גרונט די ערגסטע.. ווייל מען דארף אליין טוהן וואס דער ABS וואלט געטוהן אין אזא פאל און דאס איז ברעיקן אביסל און נאכלאזן און ברעיקן ווייטער און נאכלאזן און אזוי ווייטער
פארשטייט זיך נאר אז א קאמפיוטער קען בעסער די סיסטעם דעריבער דארף מען אים לאזן עס טוהן
נאר וואס עס געשעהט אסאך מאל אז מענשטען ווילן העלפן דעם ABS און מען טוט די זעלבע מען ברעיקט און מען ריליסט און מען ברעיקט און מען ריליסט און די ABS איז אנגעצינדן און די סיסטעם ווערט צו מישט און עס ווערט נאר ערגער
דעריבער איז די וועג ווען מען האט ABS צו לאזן דעם ABS טוהן די דזשאב און דו דריק די ברעיק און עס לאנג דו דריקסט די ברעיק ווייסט דער ABS אז דו ווילסט ברעיקן און ער לאזט נישט לאקן די רעדל
קען זיין איך בין עס נישט גוט מסביר אדרבה חילי וכת דיליה ווערן געבעטן אריינצוקומען קלארער דאנק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 3:02 am
דורך געוואלדיק
כווייס נישט פארוואס דער עולם קויפט נישט קיין סנאו טייערס אין דער צייט וואס פאר בלויז 150 א רעדל קען מען ראטעווען לעבנס
און בכלל רוב וואס האבן נישט ווייסן נישט אז מקען כמעט אין יעדע שניי פארן כאילו לא הי'
מדארף בעטן די רעפלעקטאר דרייוו חברה פון חברים צו מאכן א סנאו טייער דרייוו
א קאר אין די ווינטער - סעיף דרייווינג,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 7:55 am
דורך מחותן
לוינט זיך צו קויפן סנאו טייערס? - דארף מען קויפן סנאו טייערס? - ווי איז עס די בילגסטע?
איז די ספציעלע ווינטער ווינשילד פלאויד עפעס ווערט?
ווי אזוי ארבייט די ABS סיסטעם?
איז גוט צו קויפן די ווינטער ווייפערס?
וואס טוט אז מען גלישט אויף די שניי ח״ו?
די אשכול איז פאר עצות טיפס און אינפערמאציע, און אלעס וואס איר ווילט וויסען ווי אזוי צו מענטענעין די קאר אין די ווינטער חדשים.
--------------
מנהלים, ביטע אהער ברענגן די תגובות פון
דא און ווייטער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 8:00 am
דורך אורייתא
געוואלדיק האט געשריבן:כווייס נישט פארוואס דער עולם קויפט נישט קיין סנאו טייערס אין דער צייט וואס פאר בלויז 150 א רעדל קען מען ראטעווען לעבנס
און בכלל רוב וואס האבן נישט ווייסן נישט אז מקען כמעט אין יעדע שניי פארן כאילו לא הי'
מדארף בעטן די רעפלעקטאר דרייוו חברה פון חברים צו מאכן א סנאו טייער דרייוו
Rt.
איך האב פאריאר דאס אויספראבירט די סנאו טייערס ארבייטען מורדיג ווערט אלע געלטער. דאס יאר האבעך מיר דערמאנט אביסעל שפעט און די טייער שאפף האט שוין נישט געהאט פאר דעים שניי. וכן האב איך אפילו נישט פראבירט צו ניצען מיין אוטא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 8:16 am
דורך שאהן הענניטי
מה בין זה לפאהר וויל דרייוו?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 8:44 am
דורך מיסטעריעז
מנהלים, ביטע
אהין גליטשן די אשכול
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 8:50 am
דורך שוועמל
פאר גליטשן אין די שניי אדער רעגן, געווענליך וועט די דרייווערס אינסטינק דרוקן די ברעיקס די שטערקסטע ס'מעגליך.
אבער דאס העלפט נישט אויפהערן גליטשן.
אנשטאט נעמט אראפ די פוס פונעם ברעיק פעדל און לייגט צוריק, נעם אראפ און לייג צוריק, אזוי עטליכע מאל ביז דו האסט צוריק קאנטראל. דער מעטאד ווערט גערופן "פאמפן".
אויב זענט איר צו נאנט צו אן אביעקט און איר האט נישט גענוג צייט, קענט איר פאמפן מיט א שנעלערע אימפעט און גלייכצייטיג זיך פארקירעווען אוועק פונעם אביעקט.
פארשטייט זיך מען ברויך נוצן זשאזשמענט וועלכער זייט וועט ברענגען די ווייניגסטע שאדן. און אודאי וואס ווייטער פון מענטשן.
#פון אייגענע עקספיריענס
הצלחה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 9:07 am
דורך aperlscript
שוועמל האט געשריבן:פאר גליטשן אין די שניי אדער רעגן, געווענליך וועט די דרייווערס אינסטינק דרוקן די ברעיקס די שטערקסטע ס'מעגליך.
אבער דאס העלפט נישט אויפהערן גליטשן.
אנשטאט נעמט אראפ די פוס פונעם ברעיק פעדל און לייגט צוריק, נעם אראפ און לייג צוריק, אזוי עטליכע מאל ביז דו האסט צוריק קאנטראל. דער מעטאד ווערט גערופן "פאמפן".
אויב זענט איר צו נאנט צו אן אביעקט און איר האט נישט גענוג צייט, קענט איר פאמפן מיט א שנעלערע אימפעט און גלייכצייטיג זיך פארקירעווען אוועק פונעם אביעקט.
פארשטייט זיך מען ברויך נוצן זשאזשמענט וועלכער זייט וועט ברענגען די ווייניגסטע שאדן. און אודאי וואס ווייטער פון מענטשן.
#פון אייגענע עקספיריענס
הצלחה
דאס איז ריכטיג , ברעיקן שטארק וועט צוברעכן די ברעיקס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 9:37 am
דורך אויסערן מיניסטער
שאהן הענניטי האט געשריבן:מה בין זה לפאהר וויל דרייוו?
סנאו טייערס האט אזעלכע שפיצן וואס שטעקן זיך ארויס פון אלע זייטן, זיי קלאמערן זיך אן ווי אימער זיי קענען, סא 4 וויל דרייו איז נוצבאר פשוט, ווייל יעדע רעדל העלפט ארויס דעם צווייטן, אויב איינער פארט אריין טיף שלעפט אים דער צווייטער ארויס, סנאו טייערס, רוב מאל אפילו מען פארט אריין אין א טיפער בערגל קריכט ער אליין ארויס דורך די שפיצן וואס קומען ארויס דערפון, און אפילו א קליינע נישט פאר וויל דרייוו קען פארן דערמיט אין שניי
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 9:49 am
דורך AHA
Thanks מחותן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 10:06 am
דורך א גראם מיט טעם
א דאנק אייך אלע עספעשעלי מחותן פאר די גוטע אדווייס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 11:31 am
דורך פאטאקי08
שוועמל האט געשריבן:פאר גליטשן אין די שניי אדער רעגן, געווענליך וועט די דרייווערס אינסטינק דרוקן די ברעיקס די שטערקסטע ס'מעגליך.
אבער דאס העלפט נישט אויפהערן גליטשן.
אנשטאט נעמט אראפ די פוס פונעם ברעיק פעדל און לייגט צוריק, נעם אראפ און לייג צוריק, אזוי עטליכע מאל ביז דו האסט צוריק קאנטראל. דער מעטאד ווערט גערופן "פאמפן".
אויב זענט איר צו נאנט צו אן אביעקט און איר האט נישט גענוג צייט, קענט איר פאמפן מיט א שנעלערע אימפעט און גלייכצייטיג זיך פארקירעווען אוועק פונעם אביעקט.
פארשטייט זיך מען ברויך נוצן זשאזשמענט וועלכער זייט וועט ברענגען די ווייניגסטע שאדן. און אודאי וואס ווייטער פון מענטשן.
#פון אייגענע עקספיריענס
הצלחה
דאס איז א גרויסע טעות
זעה פון
דא און ווייטער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 12:22 pm
דורך אט אזוי
We're can i get snow tires for good price in kj area?