בלאט 3 פון 7
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2014 9:12 pm
דורך ווישוואש
איפה פייביש האט געשריבן:יא גיי צו MAIN MENU און גיי צו די לעצטע באקס REGISTER
You can't register on the app itself, Clicking on the "Register" button will only prompt you to enter your email address where they'll send you a registration link.
באלד וועט מען נאך זאגן אז איך בין א באצאלטער אגענט..
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2014 9:25 pm
דורך פשוט'ער אידל
איז דא א מציאות פאר די קלוגע אידן אנע קלוגע טעעפאנים צו נוצן דעם קלוגן קאר?
קען מען עס לאקעיטן אנע עפפ?
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2014 10:01 pm
דורך איפה פייביש
נישט געטרייט אבער א חבר האט מיר געזאגט אז יא מקען אויפ'ן פאון אויך הערן ווי ס'איז דא א קאר
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 10:05 pm
דורך גערעכטער
טאקע געשמאק...
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 2:30 am
דורך גערעכטער
איפה פייביש האט געשריבן:נישט געטרייט אבער א חבר האט מיר געזאגט אז יא מקען אויפ'ן פאון אויך הערן ווי ס'איז דא א קאר
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 2:31 pm
דורך עקבי הצאן
נאכן ליינען די דריי בלעטער זעה איך אז די קשיא פון ערשטען בלאט איז נאכנישט פארענטפערט.
וויאזוי ארבעט זייער סיסטעם מיט קריצן און דעמעדשעס וואס מ'מאכט אויף די קאר היות קיינער קוקט נישט איבער די קאר, צווישן איינעם און צווייטן?
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 2:38 pm
דורך מאנ-יימער
אזוי ווי זיפקאר, יעדע מעמבער איז אחריות איבערצוקוקן די קאר פאר דעמעדזשעס פאר ער זעצט זיך אריין אינעם קאר און אריינרופן די קאמפאני אויב זעהט ער עפעס.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 2:40 pm
דורך עקבי הצאן
מאנ-יימער האט געשריבן:אזוי ווי זיפקאר, יעדע מעמבער איז אחריות איבערצוקוקן די קאר פאר דעמעדזשעס פאר ער זעצט זיך אריין אינעם קאר און אריינרופן די קאמפאני אויב זעהט ער עפעס.
קען דאך זיין הפקר וועלט, איינער קען אנשמירן אויפן פאריגן נוצער וואס ער וויל.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 2:44 pm
דורך מאנ-יימער
וויאזוי קען ער אנשמירן? ער מוז אריינרופן איידער ער הייבט אן פארן דערמיט.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 3:04 pm
דורך עקבי הצאן
מיין שאלה איז געווען אז שמעון רופט אריין פארן נעמען איך זעה דא א דענט אויפן טיהר, און פארט אוועק דערמיט און ער מאכט אלייןא דענט וכדומה, קען אפשר זיין אז אויב מ'רופט אריין אז ס'האט די מינדעסטע דעמעדש קומען זיי אראפ עס טשעקן און לאזן טאקע נישט פארן פאר זיי טשעקן עס אויס. איז עס טאקע אזוי?
און אפילו אזוי, ווי קענען זיי עס אנשמירן אויפן פאריגן באנוצער, אפשר האבן עס עטליכע ליידיגע יונגען געטוהן, אן אנדערע קאר האט אריינגעזעצט דערין זייענדיג געפארקט?
(אפשר גאר אן אנטסעמיטישע אטאקע? ...)
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 3:16 pm
דורך מאנ-יימער
פארוואס זאל שמעון סתם אזוי אריינרופן אז ס'איז דא א דענד? אטו בשופטני עסקינן?
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 3:29 pm
דורך ידיד
נעמען זיי נישט קיין אמעריקן עקספרעס קק? איך פראביר מיך יעצט אויפצוסיינען, און זיי געבן מיר נאר אן אפציע פון מעסטער אדער וויזע.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 3:30 pm
דורך פריילאך
מאנ-יימער האט געשריבן:פארוואס זאל שמעון סתם אזוי אריינרופן אז ס'איז דא א דענד? אטו בשופטני עסקינן?
ווייל אז די מעלדסט נישט איין פון פאראויס, וועט מען דיר בלעימען.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 3:43 pm
דורך מאנ-יימער
ער רעדט דאך ווען ס'איז באמת נישטא קיין דענד דערויף, סצם איינצומייערנען דעם פריערדיגן דרייווער.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 4:09 pm
דורך עקבי הצאן
גערעכט, אבער מיין פוינט איז וויאזוי קענען זיי לעגאל פוינטן אויף איינעם אז ער האט געמאכט א דעמעדש, ווען זיי האבן נישט קיין פרוף אז דאס איז געשעהן אונטער זיין באזיץ.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 9:51 pm
דורך יוראפ
ווען מ'צוזעצט זיך אריין דערין זאגט עס מיט א באסאווע שטימע "העלאו יוראפ"! און אויפן סקרין קומט ארויף א טיץ מיט קשיות [כ'ווייס נישט צו נאכדעם קען מען פארן.... ווייל מיין נערווען האט עניוועי געפלאצט אינמיטן די אלע אינסטרוקציעס און כ'האב ארויסגעפעקלט פון דארט, און ס'האט מיר העפליך באגריסט], געוויסע דערפון איז אויף די זויבערקייט פונעם קאר און די זעצעס וכדו' פון די קאר, סאו פאר מ'פארט האבן זיי שוין אלע אינפארמאציע
העוו עי סעיף טריפ!
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 12:09 am
דורך סביב העולם
הייסט קאר טו גאו מאכט געהעריג גילו ווען די קומסט אריין צו איר?!
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 2:32 pm
דורך לייב ירק
ווי לאנג נעמט פון ווען מען סיינט אויף ביז מען ווערט עפראווט?
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 3:29 pm
דורך איך בין
איין וואך
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 7:57 pm
דורך שוועמל
גענוצט די וואך, יוי איז עס א שלעכטע ראפף דרייוו.
דערמאנט פון די אייראפעאישע קלאטש קארס נאר אין קליין.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 19, 2014 9:19 am
דורך איך בין
וואס נאך ווילסטו אז כדי קאר זאל האבן? עס איז פונקט ווי א גאלף קאר
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 19, 2014 8:55 pm
דורך פשוט'ער אידל
מאנ-יימער האט געשריבן:אויף זייער זייטל שרייבן זיי אז אויב ווערט די גאס געקלינט צוויי מאל א וואך קען מען פארקן דארט ביז 24 שעה פאר די קלינינג צייט, און אויב איז עס 4 מאל א וואך אלטערנעט סייד דאן קען מען פארקן ביז 12 שעה בעפאר.
ממש אזוי נאריש? איך קען נישט פארקן 11:00 צופרי זונטאג אויב מאנטיג 10:00 צופרי איז אלטערנעט סייד?
א פראבלעם פאר וויליאמסבורג.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 19, 2014 10:24 pm
דורך יש דברים בגו
געזען היינט אין ווילי ווי א פאליציי שלעפער טראק שלעפט מיט זיך א car2go מיט עטליכע טיקעטס אויפ'ן פענסטער
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 19, 2014 10:24 pm
דורך גערעכטער
ניין קענסט יא, ס'מיינט נאר אזוי אז אויב קיינער נעמט עס נישט ביזן טיילן קוויטלעך און דער קאר באקומט איינס דארפסטו צאלן די פדיון, אבער דארפסט נישט מורא האבן, איך האב שוין כמה פעמים געפארקט דארט אין די 24 שעה און ביז 10 מנוט איז עס מער נישט דארט גיווען...
אויב האסטו דאך מורא טשעק אויב עס איז נאך דארט ביי די צייט מען מעג נישט פארקן, באט עז איי סעיד בופאר איי דאוט איט..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 20, 2014 12:38 am
דורך ווישוואש
קאר טו גאו האט מיר געטשארדזשד צוויי מאל פאר די זעלבע רענטאל, געזען אויף סאושעל מידיא אז נאך מענטשן האבן עס געהאט מיט זיי