קאר טו גאו - Car2Go

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

קאר טו גאו - Car2Go

תגובהדורך ארטסקרול » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:00 am

WOW פרישע רעוואלאציע אין עולם ה׳קאר רענטעל. א שטייגער ווי זיפ קאר און קאר פינגאו אבער מיט א שמיץ אריבער. וואו מאן יימר האט שוין מסביר געווען אונטען איז עס א שטארקער פאטענציאלע דורכברוך. מען וועט אפילו קענען אנשטעלן א כמו ראדאר מיטן דריקן אויפן מאפע, און דו וועסט ווערן אינפארמירט די רגע וואס די אנגעשטעלטע פלאץ ווערט עוועילעבל פאר א קאר עס צו נוצן.
לעצט פאראכטן דורך ארטסקרול אום דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:19 pm

פיינע איידיע אבער מען וועט דארפן האבן מזל צו טרעפן א קאר פונקט נעבן זיך.

פאר די וואס קענען נישט עפענען די לינק, דאס איז א קאמפאני מיטן נאמען קאר טו גאו (Car2Go), ס'איז א קאר שערינג פראגרעם אבער אביסל אנדערש ווי זיפקאר, זיי האבן סמארט קארס אויסגעשפרייט איבערן שטאט און דורך זייער עפפ קענסטו לאוקעטן די נענסטע קאר צו דיר, זעצט זיך אריין דערין און פארסט וואו דו ווילסט און פארקסט עס דארט, די מעלה איבער זיפקאר איז שטייצעך אז מען דארף עס נישט צוריקברענגן צום לאקעישאן, זיי האבן ספעציעל נאר סמארט קארס ווייל ס'איז געמאכט צו כאפן א רייד פון איין עק שטאט צום צווייטן אנשטאט פאבליק טראנספערטאציע און איז גרינג צו פארקן.

זיי פונקציאנירן שוין אין דייטשלאנד, איטאליע, מיאמי, אוסטין, סיאטעל, און איצט קומען זיי קיין ברוקלין.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:22 pm

וויאזוי ארבעט אזא זאך מיט קאר דעמעדזש אדער פארקינג טיקעטס וכדו'?
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:24 pm

די ערשטע זאך אלס וויליאמסבורגער האב איך אויך געטראכט פון פארקינג טיקעטס

אויב איך לאז איבער די קאר ביינאכט ערגעץ לעגאל און צופרי איז דא אלטערנעט סייד, ווער צאלט דעם טיקעט?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:28 pm

שנאפס האט געשריבן:די ערשטע זאך אלס וויליאמסבורגער האב איך אויך געטראכט פון פארקינג טיקעטס

אויב איך לאז איבער די קאר ביינאכט ערגעץ לעגאל און צופרי איז דא אלטערנעט סייד, ווער צאלט דעם טיקעט?

וואס הייסט, אלעס וועט ווערן דאקעמענטירט אזוי ווי זיפ קאר און קאר פינגא זיי וועלן דיר זאגן ווען דו קענסט נעמען א קאר

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:29 pm

און אויב באשלוס איך צופארן דערמיט קיין האנעלולו?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:30 pm

fiena nieas האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:די ערשטע זאך אלס וויליאמסבורגער האב איך אויך געטראכט פון פארקינג טיקעטס

אויב איך לאז איבער די קאר ביינאכט ערגעץ לעגאל און צופרי איז דא אלטערנעט סייד, ווער צאלט דעם טיקעט?

וואס הייסט, אלעס וועט ווערן דאקעמענטירט אזוי ווי זיפ קאר און קאר פינגא זיי וועלן דיר זאגן ווען דו קענסט נעמען א קאר


איך מיין אז כ'האב גענוג קלאר געשריבן

ווער צאלט די פארקינג טיקעט?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:32 pm

אויף זייער זייטל שרייבן זיי אז אויב ווערט די גאס געקלינט צוויי מאל א וואך קען מען פארקן דארט ביז 24 שעה פאר די קלינינג צייט, און אויב איז עס 4 מאל א וואך אלטערנעט סייד דאן קען מען פארקן ביז 12 שעה בעפאר.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:34 pm

און אויב די קאר ווערט נישט גענומען דורך א צווייטן פאר די אלטערנעט סייד גייען זיי צאלן טיקעטס?

איך מיין אז זיי גייען גאר שנעל חרטה האבן פארן קומען קיין ברוקלין
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:37 pm

פארוואס עפעס? קלערסט אז די קארס גייען שטיין ליידיג פאר אזוי לאנג?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

איימעניט
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:37 pm

און ווען קומען זיי?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:40 pm

אקטאובער 25.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
אמצעי
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:53 pm

תגובהדורך אמצעי » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:55 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:פיינע איידיע אבער מען וועט דארפן האבן מזל צו טרעפן א קאר פונקט נעבן זיך.

פאר די וואס קענען נישט עפענען די לינק, דאס איז א קאמפאני מיטן נאמען קאר טו גאו (Car2Go), ס'איז א קאר שערינג פראגרעם אבער אביסל אנדערש ווי זיפקאר, זיי האבן סמארט קארס אויסגעשפרייט איבערן שטאט און דורך זייער עפפ קענסטו לאוקעטן די נענסטע קאר צו דיר, זעצט זיך אריין דערין און פארסט וואו דו ווילסט און פארקסט עס דארט, די מעלה איבער זיפקאר איז שטייצעך אז מען דארף עס נישט צוריקברענגן צום לאקעישאן, זיי האבן ספעציעל נאר סמארט קארס ווייל ס'איז געמאכט צו כאפן א רייד פון איין עק שטאט צום צווייטן אנשטאט פאבליק טראנספערטאציע און איז גרינג צו פארקן.

זיי פונקציאנירן שוין אין דייטשלאנד, איטאליע, מיאמי, אוסטין, סיאטעל, און איצט קומען זיי קיין ברוקלין.

כ'בין געווען אין מאנטריאל א שטיק צייט צוריק - געזעהן דעם היימישען עולם עס ניצן אין גרויסן
איידער די ענטפערסט גיב מיר די 1% טשאנס אז אפשר בין איך גערעכט

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11805
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 7:19 pm

זייער א קריעטיוו איידיע

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » דינסטאג אוקטובער 21, 2014 11:18 am

4 days to go

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דינסטאג אוקטובער 21, 2014 10:10 pm

אויפסיינען;
מען קען זיך יעצט אויפסיינען בחינם אויף http://brooklyn.car2go.com (ווערט $35)
און מען באקומט נאך א באנוס פון 30 אימזינסטע מינוט ווען מען לייגט אריין 'promo code 'BKLYN

ראטעס;
עס איז נישט דא קיין מעמבערשיפ אפצאל נאר מען צאלט פער מינוט\שעה\טאג ווי פאלגענד
$0.41 פער מינוט
$14.99 פער שעה
$84.00 פער טאג
געז אריינגערעכענט

אימזינסטע מינוט;
אין א יעדע קאר איז דא א קארטל מיט וואס מען קען גיין אנפילן דעם טאנק מיט געז, אויב איר פילט אן דעם טאנק באקומט איר 20 באנוס מינוט, אזוי אויך באקומט איר באנוס מינוט אויב איר ברענגט א חבר זיך צו אויפסיינען.

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » דינסטאג אוקטובער 21, 2014 10:21 pm

לאמפ האט געשריבן:אויב איר פילט אן דעם טאנק באקומט איר 20 באנוס מינוט, אזוי אויך באקומט איר באנוס מינוט אויב איר ברענגט א חבר זיך צו אויפסיינען.

און וויפיל מינוט באקומט מען פאר drop calls ?
Alien
פה לבנה יצ"ו

גליטשעדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 9:34 am

פארן אנפילן מיט געז טראכט צוויי מאל. די צייט איז כמעט יצא שכרו בהפסידו. אויב די קארטל פארהאנקערט זיך פארלירט מען סתם צייט. און די פרייע מינוטן עקספייערן נאך א חודש.

גליטשעדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 9:36 am

אויך לאזן זיי נישט אנפילן נאר ווען דער טאנק איז ווייניגער ווי 25%

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 10:04 am

גליטשעדיג האט געשריבן:פארן אנפילן מיט געז טראכט צוויי מאל. די צייט איז כמעט יצא שכרו בהפסידו. אויב די קארטל פארהאנקערט זיך פארלירט מען סתם צייט. און די פרייע מינוטן עקספייערן נאך א חודש.

פארוואס פארלירט מען סתם צייט? מען באקומט 20 מינוט. געווענליך נעמט אנצופילן צען מינוט מאקסימום. כ'האב אין ערגעץ נישט געזען אז עס עקספייערט.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

נישט איך!
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 13, 2014 3:18 pm

תגובהדורך נישט איך! » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 12:32 pm

Car2Go Willy.jpeg

Car2Go Willy1.jpeg

קאר2גא אין וויליאמסבורג

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 1:07 pm

פיינע איידיע

איך קום פון צייט צו צייט קיין ווילי, און איך דארף גיין און קומען צו מענטשן פאר סעילס קאלס, כ'דארף נישט מסביר'ן פאר קיינעם וואס עס מיינט זוכן פארקינג פאר מיין אדעסי, האלב פון די צייט גייט אוועק פאר דעם, כ'האב שוין לאנג גע'חלום'ט פון בארגן א סמארט קאר פאר די שעה צוויי דריי.....

סאיז ווערט די פאר צענט!!!

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 1:19 pm

אז רעדט מען שוין פון פארקינג, מעג א סמארט קאר לעגאל פארקן אין די ברייט [/לענג/האו יו וואנט טו קאל איט] אדער מוז ער געהעריג אריינפארקן ווי א סמארט מענטש?

אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

תגובהדורך חיים ושלום » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 2:08 pm

איינע פון די טערמס אוו אגרימענט איז אז מען דארף פארקן געהעריג
העמיר זיך זען אויף שמחות

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 2:17 pm

יוראפ האט געשריבן:אז רעדט מען שוין פון פארקינג, מעג א סמארט קאר לעגאל פארקן אין די ברייט [/לענג/האו יו וואנט טו קאל איט] אדער מוז ער געהעריג אריינפארקן ווי א סמארט מענטש?

מעון מוז אריינפארקן געהעריג, אמאל געהערט אז אין ענגלאנד מעג מען יא פארקן אין די ברייט, ווייסעך נישט צו ס'איז אמת.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט