בלאט 1 פון 1

קאר פראבלעמען, כ'דארף א גוטע מעקעניק אין די קעטסקילס

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 3:10 pm
דורך קאפעלוטש מאכער
צו ווייסט איינער פון א גוטע פארלעסליכע מעקעניק אין די קאנטרי? כ'בין דא אפאר טעג אויף חופש, און פונקט האט מיין קאר אנגעהויבן מאכן קונצן. יעדעס מאל איך בין אפגעשטעלט ביי א רויט לייט אדער סטאפ סיין און כ'הייב אן צו פארן, געבן זיך די רעדלעך אזא גליטש און שאקל אזוי ווי אויף אייז, און די low traction light צינדט זיך אן פאר עטליכע סעקונדעס. אפשר קען מיר איינער דיאגנאזירן דעם פראבלעם און וואס מען דארף טון עס צו פאררעכטען?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 3:21 pm
דורך שוועמל
בפשטות קען זיין צוויי זאכן, אדער טרענסמישאן פראבלעם, אדער ענזשין מאונט פראבלעם.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 3:35 pm
דורך פוילישער
ביי די פאר קארנערס אין פאלסבורג איז דא א גוטער אידישערמעקעניק, שוין גענוצט און געווען צופרידן בה.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 3:42 pm
דורך קאפעלוטש מאכער
ענדזשין מאונט איז עס זיכער נישט, כ'האב הערשט יעצט געלייגט א נייע. מיין חבר, א קאר מבין, האט עס יעצט געדרייווט, ער טענה'ט ס'דארף א Tune up. לאמיר האפן ס'נאר דאס.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 9:54 pm
דורך יעקב צוקערמאן
עס קען זיין א בלויזער סענסאר פראבלעם. דער באשעפער זאל העלפן זאלסט אפקומען ביליג