בלאט 1 פון 1

טראפיק פרעבלעמען אין די סיטי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 2:54 pm
דורך בעל עגלה
נוי יארק סיטי האט געהאט א פארלוסט, ווען שעלי סילווער האט גע'סטאפט בלומבערג'ס פלאן צי מעגען בעטען געלט אריינציפארן אין מאנהעטען ביי באשטימטע גאסן

ווער עס פארט היינט אביסל אין מאנהעטען, ווייסט וואס דאס מיינט, אין ע"פ דרך הטבע וואלט דער מעיאר'ס פלאן געווען די בעסטע עצה דערפאר,
למעשה האבען אפאר אלטע קנאקערס עס געסטאפט אן קיין שום חשבון, די נאכווייען וועלן מעגליך זיין קאטסראפעל פאר די סיטי,
עס איז א שעם, אז די פלאן איז אויף האלד לעת עתה

דרך אגב איך בין מחולק מיט די אנגענימענע מיינוג פין די היימישע צייטונגען, אז דעם מעיארס פלאן וואלט געשאדט פאר "חסד" ארגענזאציע
איך האלט, אז עס וואלט גאר געהאלפן די ארגענזאציע, זיי וואלטן ווען אסאך גרינגער אין שנעלער געטראפן דרייווערס אלמלא די פלאן גייט ווען אדורוך

איך האלט אז די אלע וואס האבען אומ'אחריות'דיג געסטאפט אזא וויכטיגע זאך, זאלען פליען ווי א מיסעל פין אלבעני
שוין די העכסטע צייט אז די קארעפשעון וואס גייט דארט פאר {אין ווי נישט.?} זאל זיך סטאפען, עס שטייט נישט אריינגעשריבען אין די קאנסעטוציע
אז סילווער מיז נאך זיין אין אלבעני ביי די הינדערט אין צוואנציג, אין די זעלבע איז מיט ברונא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 3:03 pm
דורך דרך אגב
איך בעט דיך זייער שטארק איבער,

אפשר פאר דיר אלץ באלעגאלע, איז בעסער אז מען בעט געלד,

אבער איך אלץ מאשקע מעמבער אממממ......חסד מעמבער, האלט זייער נישט פון די פלאן,

און איך האלט אז עס וואלט נאר רעדאאסד די צאל טריפס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 3:59 pm
דורך בעל עגלה
**

דרך אגב האט געשריבן:איך בעט דיך זייער שטארק איבער, אפשר פאר דיר אלץ באלעגאלע, איז בעסער אז מען בעט געלד, אבער איך אלץ מאשקע מעמבער אממממ......חסד מעמבער, האלט זייער נישט פון די פלאן,
און איך האלט אז עס וואלט נאר רעדאאסד די צאל טריפס.


ביסט 100% פראצענט נישט גערעכט

נעם אין חשבון, ווער פארט בעיקר פאר "חסד"?????

1}געווענליך זענענן זיי "סעלף אימפלאוד", זיי האבן צייט אינמיטען טאג אדער ביינאכט אוועק צי געבן א האלבע שעה- א שעה פאר א צווייטען
געווענליך ווען א קאל קימט אריין, טראכט אלץ דער מתנדב איין זאך, ווי לאנג עס גייט נעמען, קיינער טראכט נישט וויפיל עס גייט קאסטען, אפילו
עס איז קלאר אז עס קאסט עפעס געלט, עכ"ז איז מען גרייט צי פארן, עס האנדעלט זיך נישט ע"פ רוב פין מענטשען וואס דריי אדער פינף דאלער איז נישט א פוינט

די גרעסטע ראיה צי מיינע ווערטער, האב איך פין קר"י, דארט די "גמח הצלה" דרייווערס דארפען צאלן טאל/געז, וכדומה עס קאסט זיי א נסיעה קיין מאנהעטן
עט-ליסט 12/15 דאלער אין עכ"ז זענענן אייביג דא דרייווערס מיט אייגענע קארס, דאס ווייזט אז ווען עס קימט צי העלפן א חולה אדער משפחה, שפילט נישט
די קליינעקייטען קיין ראלע, מען איז זיך גרייט צי לאזן קאסטען

משא"כ די איינציגעסטע זאך, וואס שטערט יא די דרייווער איז די "צייט" יעדער דרייוער טראכט פארן נעמען א טריפ איין זאך!! "ווי לאנג גייט עס נעמען"
אין יעדער שעלט אין רעגט זיך אויף די מאנהעטען טראפיק, אויב בלומבערג'ס פלאן וואלט אדורוך וואלטען זיך אסאך מער דרייווערס אנגעריפען פאר טריפס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 4:08 pm
דורך דרך אגב
צום אלעם ערשט וויל זיך פרעגן, ביסטו אפשר א חסד אדער גמ"ח הצלה דרייווער?

לכאורה איז די תירוץ ניין,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 5:39 pm
דורך מאשקע
בעל עגלה;
מיט דיין ראי' פון קרית יואל ביזטו נישט אינגאצן גערעכט, ווייל אז איינער פארט פון קרית יואל פאסירט עס 1-2 מאל א טאג, משא"כ פון וויליאמסבורג וואס איז ממש נעקסט דאאר, קען עס זיך דאך מאכן עטליכע מאל א טאג, און ס'מאכט אויס מער געלט פאר'ן בערזל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 8:25 pm
דורך שוועמל
בעל עגלה;
איין קליינעם טעות וואס דו מאכסט: די בלומבערג פלאן האט געלויטעט צו בעטן גאנצע 8 דאלער אריינצופארן קיין מאנכעטן!! א רציחה שאין דוגמתה.
חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.

כשלעצמי האלט איך אז אפשר אנהייב וועט עס אויסמאכן אבער גאר שנעל וועט דער עולם זיך צוגעוויינען דערצו און ס'וועט שוין נישט אויסמאכן. איינער וואס דארף פארן עס זיך נישט צוריקהאלטן צוליב די געלט, והראיה פון דיר אליינס ! די מאשקע דרייוו...... די חסד דרייווערס.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 06, 2011 12:24 pm
דורך קהת
כהאב געזיכט ווי צו פרעגן דעיע אשכול האב איך געטראפען אזווי סקימט היינט פאר די מאראטון וויל איך וויסען אויב איך גיי קענען פארען פון בארא פארק צו jfk בערך 2 אזייגער און וועלעכע וועג זאל איך נעמען

א דאנק

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 06, 2011 1:34 pm
דורך משיח
קהת,
אויב ס'איז נאך נוגע,
קענסט רואיג פארן צו JFK,
די בעלט פארקוועי איז נישט אפעקטירט פון די משוגעים.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 06, 2011 1:56 pm
דורך קהת
א גרויסן יישר כח