בלאט 1 פון 1
קאר עקסעסעריס
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2007 6:56 am
דורך לחיים ולברכה
מיין קאר קוקט שוין אויס באלד ווי מיין אפיס... צעטלעך וואלגערן זיך אונטער אלע סיעטס צונעזאם מיט די ליידיגע נאש-זעקלעך וואס מיין שעפעלע האט אראפגעלאזט, מיינע פראדוקטן דארפן צו ליגן אויף די סיעטס ביז די נעקסטע שארט סטאפ אדער שארפע דריי וכו' וכו' וכו'.
אשר על כן זוכעך צו קויפן א פייל קעבינעט, נאש קלאזעט, קליינטשיגער ווערהאויז, און אודאי און אודאי א מיסט קאסטן (אין אידיש: גארבעדזש קען).
אופס, שיעור נישט פארגעסן, די סידיס דארפן אויך זייער האלטער, און כ'זוך אויך צו קויפן אן עם פי טרי פלעיער (אינטערנעל אדער עקסטערנעל מיט א קאר פלאג, אויב ס'איז דא).
ווער ס'האט מיר אנייצע אדער א וועבזייטל וואו מ'קען זיך איינהאנדלן די שמאנטסעס זאל זיך ביטע אנרופן.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2007 10:51 am
דורך סאכדעס
איין זאך קען איך דיר העלפן פיזיש, די פעסנדזשער זיץ האט אן אנלאנער, לאמר: כדי די האנט זאל זיך נישט האלטן אין די לופטן איז דא א ספעציעלע שטיקל וואס קומט ארויס פון די זיץ אויף די לינקע זייט וואס הייסט אנלאנער, און דארט קעמען אנלענען די האנט. דארט קען מען אויך אויפהענגן א שווארצע (מוז נישט זיין דוקא) שאפינג בעג, וואס מ'קען נוצן אלס א גארבידזש בעג.....
האפלע ועלעפלע, נישט אזוי?!
איצט לגבי די אנדערע שמוץ דארפסטו גייסטישע הילף וואס וועט דיך לערנען האלטן זויבער א פלאץ, אבער דאס קעניך נישט טוהן אזוי בכתב....
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2007 1:17 pm
דורך יגרסהדותא
אטו כי רחל'ע ליחשב וליזל.. זי קלינט מיר אויס די קאר יעדן טאג, מיט א גרויסן שאפינג בעג, זי מעג דערפאר נעמען איין קענדי פון די גלאף קעמפארטמענט.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 11:13 am
דורך לחיים ולברכה
חחחחחחחחחחחח, לצים וואס עטס זענטס.
K, א מיסט קאסטן האמיר שוין, אן עם פי טרי פלעיער האט מיר ירא שמים שוין אנגעצייכנט מראה מקומות.... א נאש קלאזעט, עמיר זיך באגיין אן דעם אויך.
אלץ ווערהאויז, האבעך מיר איינגעהאנדעלט ספעציעלע קעסטעלעך וואס זאלן זיין געאייגענט פארדעם. איין באקס רופט זיך קדם גרעיפ דזשוס, א צווייטס רופט זיך EGGS, וכדו' וכדו'.
אבער וואס טוט זיך מיט די אנדערע זאכן? פייל קעבינעט, כ'מיין א קליינטשיגער האלטער פאר מיינע וויכטיגע פאפירן. א סידי האלטער אידאך אויך נישט אוועקצומאכן, הא?
***
סאכדעס, בעל פה קענסטו יא?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 11:12 am
דורך מאשקע
דאס האב איך געטראפן אין א קאטאלאג:
http://www.skymall.com/shopping/detail. ... 11&c=10110
און יעצט קוק די צווייטע לינק, וואס דארט איז דא אפאר מינים מיט פארשידענע פרייזן, יעדע איינס האט אנדערע צוגעהערן:
http://www.skymall.com/shopping/detail. ... 56&c=10110
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 1:28 pm
דורך לחיים ולברכה
א גרויסן יישר כח מאשקע פאר'ן משקה זיין מתורת אינטערנעט לחיים. יעצט זעה איך אז דו האסט זייער ערענסט אנגענומען די סגן-שאפט.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 9:24 am
דורך גולאש
האט טאקע א סיענע מיט נעוויגעישן נישט קיין פלאץ ווי צו האלטן סידיס?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 8:21 am
דורך leiby
וואס הייסט האלטן? אריינלייגן צו שפילן?
אויב מיינסטו דאס ליגט עס אונטער די נעוויגעישאן.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 8:26 am
דורך גולאש
געמיינט האבעך נישט דאס.
איך רעד פון מיין סטאק סידיס וואס איז נישט יעצט אין באנוץ.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 18, 2012 9:33 am
דורך ווינקל
לכאורה איז דאס די ריפלעיסמענט, זע בילד.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 19, 2012 8:32 am
דורך גולאש
אה, איך האב געטראכט דערפון.
נאר א שאד אז ס'איז נישט אינעם דרייווער'ס ריעטש.
שכח ווינקל.