בלאט 1 פון 1
לוינט זיך צו קויפן א וואראנטי
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 1:41 pm
דורך גליטשעדיג
איך האבן געקויפט א 2006 האנדא אדעסי פול אנגעלאדענט 8 פאסאזשירן פון א האנדא מעכאניקער וואס האט עס גענוצט פאר זיך אלע יארן און געסערוויסט ביי האנדא. עס פארמאגט איבער 150K מייל. פאר די פרייז פון $7000
איך האב באקומען אן אפפער צו קויפן א וואראנטי פון א פריוואטע קאמפאני, פאר $2600 אויף דריי יאר, אדער 35 טויזנט מייל, עס האט די פאלגענדע באגרעניצונגען:
זיי צאלן א מאקסימום 1500 פער קלעים.
קיין שום זאך וואס האט צו טאן מיט מעינטענענס
סך הכל במשך די יארן, א מאקסימום פון די ווערד פון די קאר, דאס מיינט אין מיין פאל $7000.
מען מוז עס סערוויסן ביי זייערע אפראווד שאפס אדער ביי האנדא, מען מוז אויפווייזן אז ס'איז געווען גוט מעינטענט די קאר.
וואס האלט איר לוינט זיך דאס צו קויפן?
ותשועה ברוב יועץ!
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 2:31 pm
דורך דארפסמאן
פאר דעי פרייז קענסטו האבען אסאך בעסער
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 2:43 pm
דורך גליטשעדיג
פאר די פרייז פון די וואראנטי אדער קאר?
לגבי די קאר איז "מקח בלייבט מקח" די שאלה איז נאר צו די וואראנטי לוינט זיך.
צד א:
עס לוינט נישט צו פארזיכערן 7000 פאר 2500.
צד ב:
א עלטערע קאר קען מאכן פראבלעמען און די שאנסן זענען מסתבר אז מען וועט פארדינען אדער לכה"פ ארויסנעמען דעם קרן. אויך קען עס עווענטואל הייבן די פארקויף ווערד אז מען שרייבט אז די קאר האט א וואראנטי.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 3:35 pm
דורך תרגום יונתן
$2,600 פאר דריי יאר? נישט ווערט אין מיין מיינונג. צופיל געלט פאר גאר א קורצע צייט.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 4:00 pm
דורך גליטשעדיג
יישר כחכם
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 4:04 pm
דורך זאל ער קומען
תרגום יונתן האט געשריבן:$2,600 פאר דריי יאר? נישט ווערט אין מיין מיינונג. צופיל געלט פאר גאר א קורצע צייט.
פארוואס? וואס זענען די צדדים לויט דיין קוק, און פארוואס איז עס נישט ווערד לויט דיין מיינונג, אויב קענסטו מיטטיילן, פליז.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 4:19 pm
דורך דארפסמאן
וואסערע קאמפעני האסטו געקוויאט ?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 4:20 pm
דורך דארפסמאן
איך האף אז די האסט נאכנישט געקויפט
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 7:00 pm
דורך פאטאקי08
איינמאל מען דארף פיקסן די טראנסמישען קאווערט עס די קרן, אבער די פרייז פאר אזא ביליגע קאר איז צו טייער
קוקן אן ווי כאילו דו וואלסט געקויפט די קאר פאר 9600$ און עס לוינט פאר די פרייז איז גוט
און אויב נישט קויף נישט די וואראנטי
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2014 12:02 am
דורך גליטשעדיג
דער מאקסימום 1500 פער קלעים מאכט זיכער אז עס קאווערט נישט דעם גאנצן טראנסמישאן
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2014 12:49 pm
דורך תרגום יונתן
זאל ער קומען האט געשריבן:תרגום יונתן האט געשריבן:$2,600 פאר דריי יאר? נישט ווערט אין מיין מיינונג. צופיל געלט פאר גאר א קורצע צייט.
פארוואס? וואס זענען די צדדים לויט דיין קוק, און פארוואס איז עס נישט ווערד לויט דיין מיינונג, אויב קענסטו מיטטיילן, פליז.
פאטאקי האט עס גענאגעלט
$2,600 איז 37 פראצענט פון $7,000. אסאאאך געלט פאר א וואראנטי.