בלאט 1 פון 1

וויזשען-זירא, היט אייך די ביינער (NYC).

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 6:39 am
דורך פליגל
דער הויכער מאיאר פון ניו יארק סיטי מר. בילל דעבלאזיא האט פארשפראכן ביים לויפן פארן אמט אז ער גייט זיין אגרעסיוו לגבי דרייווינג געזעצן פארלעצונגען, זיין פלאן איז צי עלימינירן די זאך פון "פאטאליטען" פאראורזאכו דורך'ן דרייווען, זיין חלום; ביז 10 יאר זאלן שוין נישט זיין אזא זאך ווי איינער איז געשטארבן אדאנק א וויהיקל עקסידענט (במאמר המוסגר: אויסראטן קארס איז אפשר די איינציגסטע וועג...), אין דעם איז אריינגערעכענט גיבן טיקעטס אן רחמנות פאר געזעץ-פארלעצער, צי דאס איז ספידן, סעלפאון, און עניטינג רילעיטעד צו א דרייווער ביז'ן טיילן טיקעטס מיט רציחה פאר פיסגייער וואס גיבן נישט אכט ווי זיי שפאצירן... (דזשעיוואלקינג).

די קאמפיין האט ער א נאמען געגיבן: וויזשען-זירא.

ער האט מקיים געווען זיין פארשפרעכונג און אין די לעצטערע תקופה הערט מען טאקע ווי די חברה לאזן זיך הערן פון צייט צי צייט. איינס דערפון איז א מעלדונג אז די וואך גייען זיי זיין אויסערגעווענליך אגרעסיוו, זיי גייען שטיין ביי געוויסע פלעצער לענגאויס די סיטי און זיכער מאכן אז קיינער באגייט נישט קיין טראפיק רילעיטאד פארלעצונג, עס גייט זיין "זערא טאלעראנץ" וואס דאס מיינט אז זיי גייען גארנישט פארקוקן, איעדע סארט פארלעצונג גייט קאסטן א טיקעט.

שטייצעך וואס איז אונז נוגע אז די וואך איז די גורל געפאלען אויף וומ"ס/ב"פ/פלעטבוש געגענטער ווי די פאליציי גייען שטיין אויף סטראטעגישע פלעצער און טיילן טיקעטס אן רחמנות.

ע"כ טייערע אידן, דינא דמלכותא דינא, דער עולם ווערט געבעטן איינציהאלטן די געזעצן און דרייווען פארזיכטיג.

גראדע האב'ך ערגעץ געזען א שטיקל ליסטע פון גאסן ווי די חברה גייען שטיין מיט אויסגעשארפטע ציין, כ'אב אבער נישט די ליסטע דא תחת ידי, ווער יא זאל'ס ביטע שיין אהערברענגען.

עטליכע עצות פאר א רואיגע דורכגאנג:
פארקט די קאר געזעצליך און שפאנט אדער נוצט מאס-טראנסיט.
נעמען א לעססען ביי פאללמאן...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 7:22 am
דורך הערליך
וואס איז דאס דשעיוואלקינג? מיינט דאס אז מען דארף ווארענען די ב״ב? זיי קענען געבן טיקעטס פאר פיס גייער?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 7:24 am
דורך פליגל
יא, זאג אן דיין ב"ב אז נאר קראסן וווען די מענטשעלע איז ווייס און נאר אויפן קראסוואלק.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 8:52 am
דורך דער קוטשער
רבש"ע די "די וואך" אונזער גורל איז דאך שוין געווען פאריגע וואך און צוויי וואכן צוריק?

און יא, וואלסט געמעגט געדענקן צוצולייגן דעם לינק ווי צו קויפן די דעשקעם'ס.

ווי קען מען קויפן שטערנקעם'ס פאר די פיסגייער?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 8:58 am
דורך green
גודל גלעז...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 12:00 pm
דורך פליגל
ווען גייט זיין די וואך פון בראנזוויל און/אדער הארלעם?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 4:46 pm
דורך לכתחילה אריבער
זייער א שיינע באריכט! נאר עס פעלט די ענדע....

דינא דמלכותא דינאאאאאאא, והתורה חסה על ממונם של ישררראאאאללללל. (קרעדיט:קולמע)