בלאט 1 פון 2
ליסען א 10 פעסענזשער ווען
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 10:04 pm
דורך באס דרייווער
קען מען דאס בכלל ליסען? איך ליעס גראדע יעצט אן חסידישע אדעסי אבער מכח כמה טעמים שאין המקום לפורטם כי רבים הם וויל איך איבערגבען דעים אדעסי און ליעסן א פיינעם 10 פעסענזשער ווען און אזוי דאס ניצן פארן משפחה שיחי און פארן זשאב
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 10:30 pm
דורך אַבּערוואַס
וואספארא מין באשעפעניש איז דאס? כ'האב שוין געהערט פון 8, 12, 15, אבער 10'ער פאסאנדזשיר?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 10:37 pm
דורך בנחיים_שמואלסאן
אפשר א ספרינטער?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 10:46 pm
דורך אַבּערוואַס
א ספרינטער איז מער ווי 15 נישט ווייניגער.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 6:52 am
דורך ציקוועטשטער
אבי גערעדט, מיט א ספרינדער קענסטו האבם אלע סארטן אויסשטעלונגען.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 7:04 am
דורך אַבּערוואַס
דו קענסט פון א 15 פאסאנדזשיר ווען אויך ארויסנעמען צוויי בענק, אבער דוכט זיך אז קיינער וועט עס נישט אנרופן א 8 פאסאנדזשיר, א ספרינטער רופט מען א ספרינטער נישט לויט די אויסשטעל, ודו"ק.
אבער צו וואס זיך ברעכן קאפ אפשר קען באס דרייווער אליינס מסביר'ן וואס ער מיינט?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 7:44 am
דורך פלאחותיך
אפשר מיינט ער די קליינע געלע באס'עלע, ער זאגט דאך ער וויל עס אויך ניצן פארן ארבייט
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 8:13 am
דורך באס דרייווער
אנטשילדגט.. איך האב נישט געמיינט דוקא 10 פעס.. זאל זיין 12 פעס.תכלית קען מען דאס ליעסן אדער נישט
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 8:16 am
דורך farshlufen
יא ס'פארהאן 10 פאסאזשירן ווענס, לעצטנס איז פארהאן א זעלטענע אויסוואל אין די ליין.
דאדזש האט איצט א פרישע ליין ווענס,
פארד ערווארט אויך א קאמפלעטע פרישע דעזיין.
צומאל לוינט ענדערש צו קויפן און פינאנצירן, רופטס די היימישע דילערס.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 9:00 am
דורך אַבּערוואַס
כ'פארשלאפן ועוד לקרא.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 11:15 am
דורך פלוני
און אז מ'רעדט שוין רבותי, איך וויל נעמען איינעם אויף א לענגערע רייזע, איך וויל עס מאכן גאר באקוועם ווי זיך קענען אויסציען וכדו', אצינד וואס איז דער בעסטער ווהיקל פאר אזא צוועק? (חוץ מאביל)
א דאנק אייך אלע
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 11:21 am
דורך זאל ער קומען
איינע פון די געלעגנהייטן צו פארן קיין טאהש זענען מיטגעקומען מער און שווערערע (נישט גראב ח"ו) מענטשן, און מ'האמיר געדינגען א 12 פעסענדזשער ווען ביי עיוויס. ס'איז געווען כמעט א נייע וויעקל, און די רייזע איז געווען באמת זייער געשמאק. גענוג פלאץ פאר'ן דרייווער, שאט-גאן (אויבנאן, נעבן דרייווער. פארוואס הייסט עס אזוי ווייס איך נישט, איינער?), און אויך ביי די הינטערשטע זיצן. ס'געווען גרינג צו דרייוון, און די געז איז נישט געווען קיין גרויסע דיפערענץ צי א מיניווען.
היות ס'געווען אפאר מענטשן - און מ'האט זיך געטיילט מיט די הוצאות, און נאר פאר איין וויעקענד, איז דעס אויסגעקומען היבש ביליגער אויך.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 11:47 am
דורך פלוני
א דאנק
איך דארף נישט אסאך פלאץ, נאר גרינג מאכן פאר א שווערן פארער, בבחינת קאוטש וכו'
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 11:56 am
דורך קנאפער ידען
א ספרינטער ווען קען זיין פיין אויסגעשטעלט, מ'ברויך נאר טרעפן ס'ריכטיגע.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 12:06 pm
דורך פלוני
ווי קען מען אים דינגען?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 1:21 pm
דורך לכתחילה אריבער
קנאפער ידען האט געשריבן:א ספרינטער ווען קען זיין פיין אויסגעשטעלט, מ'ברויך נאר טרעפן ס'ריכטיגע.
און האבן די ריכטיגע סחורה אונטער די מאטראטס! קאסט א מטבע יפה.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 1:08 pm
דורך פאר דוקא
א סובארבען אדער יוקאן איז זייער באקוועם,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 2:36 pm
דורך ווינקל
איינער דרייווט די דאזדש אדער פארד וואס פארשלאפן צייכנט אן?
ס'זעט אויס זייער מעסיגע פרייזן, און געוואלדיג באקוועם!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 2:42 pm
דורך אייער_קיכל
דוכט זיך אז קיין איינס דערפון איז נאכנישט אוועילבעל דאהי אין נאורט אמעריקא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 2:44 pm
דורך משה יענקל
ווינקל האט געשריבן:איינער דרייווט די דאזדש אדער פארד וואס פארשלאפן צייכנט אן?
ס'זעט אויס זייער מעסיגע פרייזן, און געוואלדיג באקוועם!
בראך פון די מעסענדזשער סערוויס האט אזא דאדזש
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 2:47 pm
דורך אייער_קיכל
משה יענקל האט געשריבן:ווינקל האט געשריבן:איינער דרייווט די דאזדש אדער פארד וואס פארשלאפן צייכנט אן?
ס'זעט אויס זייער מעסיגע פרייזן, און געוואלדיג באקוועם!
בראך פון די מעסענדזשער סערוויס האט אזא דאדזש
קארגאו אדער פאסאנדזשיר?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 2:49 pm
דורך משה יענקל
עס איז האלב מיט און האלב אן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 3:00 pm
דורך שמעק_טאביק
פאר דוקא האט געשריבן:א סובארבען אדער יוקאן איז זייער באקוועם,
נישט באקוועמער ווי א מיניווען און האט אויך נישט מער פלאץ. עס איז באקוועם צו פרעסן געז און זיצען אביסעל העכער
אבער מען קען האבן פלאץ פאר 9 פאסאנזשירען
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 12:55 am
דורך פאר דוקא
שמעק_טאביק האט געשריבן:פאר דוקא האט געשריבן:א סובארבען אדער יוקאן איז זייער באקוועם,
נישט באקוועמער ווי א מיניווען און האט אויך נישט מער פלאץ. עס איז באקוועם צו פרעסן געז און זיצען אביסעל העכער
אבער מען קען האבן פלאץ פאר 9 פאסאנזשירען
נישט באקוועמער?? איר חלומט.
עס קומט מיר אויס צי פארן אסאך אויף ווייטע וועגן, די חילוק פון א מיניווען ביז א סובארבען איז אין לשער
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 4:14 am
דורך הערליך
די חילוק אין פרייז איז אויך אין לשער