בלאט 1 פון 1

ליסן א קאר - קאו סייינער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 5:32 pm
דורך פלאטשיגער
קודם זעה איך אז קיינער האט נעבעך נישט געענטפערט פאר אונזער טייערע סאדע באטל...
מסתמא האט זיך דיר עולם פארלאזט אז ער האט שוין באקומען די פסק פינעם רב...

לענינינו, א חבר מיינער בעט זיך זייער שטארק ביי מיר צו זיין "קאו סיינער" אויף א ליעס וואס ער וויל מאכן מיט JEEP,
מיין פראגע צום עולם איז בעיקר די פראקטישע חלק מער ווי הלכה, הלכה העל איך שוין פרעגם דעם רב/דיין,
איך וויל מער הערן איבער די עצם זיין א קאו סיינער,
וואס אלץ דארף מען זיך באווארענען?
וואס אלץ טוט דאס אינוואלווען?
וואס שטעל איך אלץ איין?
און וואס קען עס מיר עפעקטען?

יישר כחכם למפרע!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 5:35 pm
דורך פלאטשיגער
אגב, אויב איז דא א בעסערע אשכול וואס רעדט דערוועגן ביטע אנצייגן, שכח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 5:53 pm
דורך דע מה שתשיב
אויב ער צאלט נישט זיינע פעימענטס, וועסטו דארפן עפענען דיין בערזל...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 6:08 pm
דורך אַבּערוואַס
אידיש גערעדט דו ביסט אן ערב, ס'נוגע בעיקר דיין קרעדיט סקאור.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 6:18 pm
דורך טרעפיק לייט
האלט א איבריגע שליסל, אויב סנישט באצאלט אדער סיי וועליכע אנדערע סיבה זאלטו קענען אוועק פארן שער מעט.

טשעק כסדר אויב עס איז דא טיקעטס, אינשארענס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:13 pm
דורך עקבי הצאן
טרעפיק לייט האט געשריבן:טשעק כסדר אויב עס איז דא טיקעטס, אינשארענס.

די טיקעטס מיט אינשורענס אישוס זענען נאר נוגע פארן נאמען וואס איז אויפן רעגיסטרעישאן, ס׳קען גארנישט שאדן טוען פארן קאסיינער.

דער עיקר וואס דו דארפסט וויסן צו ער איז אן אחריותדיגער מענטש, און מסודר מיטן צאלן בילס צייטלעך, און א בעל פרנסה וואס האט דאס גילט, אויב די אלע זאכן זענען אקעי, לכאורה קענסטו טוען א גמילות חסד מיט א רואיגע געמיט, געדענק נאר אז לכאורה דארף מען מאכן אן היתר עיסקא, (ווי דו האסט עס שוין אליין ערווענט), ווייל דו ביזט מקבל ערבות אויף רבית לעכו״ם וואס איז אסור.