ליסן א קאר - קאו סייינער

אלעס איבער קויפן, ליעסן, און רענטן א קאר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

ליסן א קאר - קאו סייינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשיגער »

קודם זעה איך אז קיינער האט נעבעך נישט געענטפערט פאר אונזער טייערע סאדע באטל...
מסתמא האט זיך דיר עולם פארלאזט אז ער האט שוין באקומען די פסק פינעם רב...

לענינינו, א חבר מיינער בעט זיך זייער שטארק ביי מיר צו זיין "קאו סיינער" אויף א ליעס וואס ער וויל מאכן מיט JEEP,
מיין פראגע צום עולם איז בעיקר די פראקטישע חלק מער ווי הלכה, הלכה העל איך שוין פרעגם דעם רב/דיין,
איך וויל מער הערן איבער די עצם זיין א קאו סיינער,
וואס אלץ דארף מען זיך באווארענען?
וואס אלץ טוט דאס אינוואלווען?
וואס שטעל איך אלץ איין?
און וואס קען עס מיר עפעקטען?

יישר כחכם למפרע!
אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשיגער »

אגב, אויב איז דא א בעסערע אשכול וואס רעדט דערוועגן ביטע אנצייגן, שכח
אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דע מה שתשיב »

אויב ער צאלט נישט זיינע פעימענטס, וועסטו דארפן עפענען דיין בערזל...
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

אידיש גערעדט דו ביסט אן ערב, ס'נוגע בעיקר דיין קרעדיט סקאור.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
טרעפיק לייט
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעפיק לייט »

האלט א איבריגע שליסל, אויב סנישט באצאלט אדער סיי וועליכע אנדערע סיבה זאלטו קענען אוועק פארן שער מעט.

טשעק כסדר אויב עס איז דא טיקעטס, אינשארענס.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

טרעפיק לייט האט געשריבן:טשעק כסדר אויב עס איז דא טיקעטס, אינשארענס.

די טיקעטס מיט אינשורענס אישוס זענען נאר נוגע פארן נאמען וואס איז אויפן רעגיסטרעישאן, ס׳קען גארנישט שאדן טוען פארן קאסיינער.

דער עיקר וואס דו דארפסט וויסן צו ער איז אן אחריותדיגער מענטש, און מסודר מיטן צאלן בילס צייטלעך, און א בעל פרנסה וואס האט דאס גילט, אויב די אלע זאכן זענען אקעי, לכאורה קענסטו טוען א גמילות חסד מיט א רואיגע געמיט, געדענק נאר אז לכאורה דארף מען מאכן אן היתר עיסקא, (ווי דו האסט עס שוין אליין ערווענט), ווייל דו ביזט מקבל ערבות אויף רבית לעכו״ם וואס איז אסור.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
שרייב תגובה

צוריק צו “קאר דילערשיפ”