בלאט 1 פון 1
האנדא אדיסי 2014 ריקאל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:19 pm
דורך שנאפס
די קאר קאמפאני האנדא האט ארויסגעגעבן א ריקאל אויף פינף און צוואנציג טויזנט פון די פאפולערע אדיסי מיניווען'ס פון יאר 2014 מאדעל צוליב פראבלעמען מיט די זייטיגע עירבעגס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:24 pm
דורך green
שאין עמער מאזן זיין צופרידן ציט די סיעננא'ס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:30 pm
דורך מצב כללי
עס איז מיר שוין לאנג שווער די קשיא, וואס איז דער פשט אז מען הערט כסדר ריקאלס אויף קארס, זייער זעלטן וואס מען זאל הערן א ריקאל אויף עני אנדערע מאשין, ווען עס קומט אבער צו קארס איז כסדר דא ריקאלס וואס איז דער פשט דערפון?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:35 pm
דורך אור
רבותי עטס הערטץ וואס דא גייט פאר.... א ריקאל אויף האאאנדא אדעעססי!! אזאך וואס רוב רובו של כלל ישראל תלוי בו...
ווי אריינגעשטעקט א מעסער אין רוקן פון די ברוקלינע אידענטום.. כהאלט עס נישט אויס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:35 pm
דורך והנה און נון
ס'איז אלעמאל דא ריקאל'ס, ביי קארס ווערט עס נאר מער באריכטעט. פונקט עטליכע טעג צוריג איז געווען א ריקאל פון א בעיבי מאניטער וואס די רעטשארדזעבל בעטערי ווערט איבערגעהיצט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 9:07 pm
דורך היימישער איד
א ריקאלל ביי די אויטו'ס מיינט געווענטליך אז מען דארף אריינגיין צו א דילער און זיי טון בייטן א פארט אדער צוויי. נאו ביג דיל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 9:37 pm
דורך אַבּערוואַס
און זיצן דארט א שעה אדער צוויי, און ווער ס'האט נישט איבריג, קען בארגן ביי היימישער איד, ער זאגט אז ס'רינט אים צייט פון די קעשענע, וכלשונו: ס"נאו ביג דיל" באנעם!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 9:40 pm
דורך היימישער איד
ס'איז א אינקאנוויניעט פארן קאר אייגנטומער, קלאר. נאו ביג דיל מיינט עס זאל זיך נישט דאכטן אז צוריקרופן מיינט אז זיי נעמן צוריק די קאר'ס און ס'וועט זיך עפעס אנזעהן וכדו', בכלל נישט סך הכל פארעכטן זיי עס (פאר ווער עס נעמט די צייט צו קומען דערנאך..) און שוין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 9:41 pm
דורך מייקראסאפט
זיי צאלן די קאסט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 9:41 pm
דורך והנה און נון
זיכער!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 9:45 pm
דורך היימישער איד
זיי צאלן גארנישט, ברוב טובם (...) טוהן זיי עס פארעכטן "פריי פון אפצאל"
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:05 pm
דורך אַבּערוואַס
יא דאנ'ט ווארי, קוק אופן אינוואויס וואס זיי שיקן דערנאך פארן מעניופעקטורער, ס'האט זיך נישט צו שעמען פאר א דיימאנד רינגל.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 02, 2014 11:03 am
דורך פאטאקי08
א ריקאלל ביי די אויטו'ס מיינט געווענטליך אז זיי ווילן שאר מאכן אז מען זאל זיי נישט קענען סוען
על פי רוב איז עס מינדערוויכטיג און מען קען עס איגנארירן (אזוי זאגט מיר א דיללער)
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 02, 2014 11:24 am
דורך היימישער איד
אלע ריקאלס זענען פאר די סיבה, נישט נאר קאר'ס... מען קען נישט זאגן קיין כלל אבער, עס איז דא ריקאלס וואס זענען וויכטיג און ס'דא וואס זענען מינדערוויכטיג. [די קאר פירמע שרייבט געווענליך אויפן באריכט ווי וויכטיג עס איז דאס צו פיקסן]
גי-עם ליידט זיך יעצט אן פון קאנגרעס פארן נישט מאכן א ריקאלל באצייטנס און עס האט געקאסט אסאך לעבנס ה"י.