בלאט 1 פון 2

וועלכע מיני ווען לוינט זיך צו ליסען?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 11:19 pm
דורך מחותן
די פאלגענדע לינק איז אינטערסאנט פאר אחב"י, אויב טרעפט איר א ענליכע אשכול ביטע אהין שטעלן

VIN: Detroit - Honda Odyssey: Maximum Van, Minimum Fuel

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 7:28 am
דורך עקבי הצאן
יישר כח מחותן., שוין אינעם ערשטען טאג נאך דיין נייעס פארום אשכול, האט אנגעהויבן שפראצן אשכולות אז ס׳איז א מחיה, קיפ אן.

איצט צום ענין דא, לאמיך פרעגן מה ענין דעטרויט אצל אדעסי?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:38 am
דורך שוועמל
צו די פראגע אינעם קעפל: אלעס חוץ א קרייסלער טאון & קאנטרי!
די דרייוו איז אזוי מין שלעכט, נישטא קיין פיקאפ, שווערע סטירינג, שוואכע סוספענשאן, זיצט נישט אויפן ראוד, ואטו כי רוכלא..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:02 am
דורך מחותן
די שוואכע טאון & קאנטרי איז מיט בערך פערצען הינדערט דאלער א יאר ביליגער.
לולא דמוסתפינא וואלט איך געזאגט אז א עווריטש יונגערמאן וואס האט נישט קיין פראבלעם מיט קיין אכט׳ע זיץ איז ממש מחיוב ע״פ תורה משום בל תשחית צו ליסען נאר א טאון קאנטרי, אינזער סטאנדערט אוו ליוויניג איז אזוי הויך אז מען כאפט זיך ניטאמאל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:09 am
דורך יוםטובערליך
בס"ד,

מחותן, טויזנט פראצענט גערעכט. פארוואס זיך לאזן קאסטן די בעסטע פון די בעסטע?

און דער עולם הייבט עס שוין אן איינצוזעהן ברווח גדול. מען זעהט מער און מער טאון און קאנטריס אויף די היימישע גאסן, ווען א יאר צוויי צוריק איז נישט געווען מער ווי ממש יחידים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:21 am
דורך דארפסמאן
א שכן מיינער האט א טיאטאו סיענע XLE און לייגט מסתם ארויף 3-4 טויזענט מייל א יאר, ער פארט נישט און קאנטרי ווייל ער עס נישט ערלויבען אבער פאר א קאר וואס ער ניצט כמעט נישט האט ער יא, ער פאר מיט די טרעין און ארבעט און זיכט יעדע נאכט פארקינג ער זאל נישט דארפן זיכען ציפרי

אפילו אויב ער דארף טאקע א קאר וועט א טאון & קאנטרי זיין געניג (אזוי האלט איך)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:27 am
דורך private
הינדערט אין איין פארצענט גערעכט א יונגערמאן וואס זיצט נישט אויפען ראד טעגליך ווי א סעילסמאן איז זייער גייט א קרייסלער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:44 am
דורך בערקא
לכאורה די וואס זאגן טאון אין קאנטרי זענען שטאטישע, VS די וואס טענה'נען אדעסי זענען שטעטלשע אידן וואס זיצן אסאך אויפן ראוד, די חילוק צווישן א קרייסלער און א אדעסי ווען איך האב דאס גענומען איז מיר אויסגעקומען בערך 12-14 דאלער א חודש, (ווייל איך האב צוגערעכנט צו קרייסלער דעמעדזש וועיווער, וואס האנדע שטעלט צו, און איך האב גערעכנט די ריטוירן FEE וואס קרייסלער בעהט) און פאר 170 דאלער לוינט נישט צו פארן אין א סאדע באטל,

נעמט אויך אין אכט, האנדע גיבט מער מייל פער גאלאן....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 12:45 pm
דורך תרנגול
מ'האמיר געליעסט פאר צוויי חדשים צוריק דעם קרייסלער. מ'זעמיר זייער צופרידן ב"ה, דער באשעפער זאל ווייטער העלפן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 12:53 pm
דורך דארפסמאן
א סעילסמאן מיט א קרייסלער האט מיר געזאגט אז ער איז זייער ציפרידען נאר אז עס ציעט מער געז ווי א האנדא און א טיאטאו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 3:11 pm
דורך green sunday
די אפסטעיט דרייווערס זאגן אז די סיענע'ס זענען די בעסטע, שטיי נאר איינמאל אינמיטען א שניי אויף מאנט ברך משה וועסטו שוין אליין זעהן.
די אשכול לוינט זיך צי ליינען פארן ליסען וואס איז בעסער, ליעסן אדער קויפן א קאר ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 6:33 pm
דורך שוועמל
דארפסמאן האט געשריבן:א סעילסמאן מיט א קרייסלער האט מיר געזאגט אז ער איז זייער ציפרידען נאר אז עס ציעט מער געז ווי א האנדא און א טיאטאו

געז איז אפגערעדט, קרייסלער פרעסט געז ווי משוגע, אינמיטן דרייוון קענסטו מיטהאלטן ווי די מיטער פארט אראפ און אראפ...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 7:44 pm
דורך והנה און נון
איך האב געהערט פון א טראסטבארע מעכאניק אז פון יאר 2011 זענען די סיענע'ס בעסער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 9:52 pm
דורך מחותן
והנה און נון האט געשריבן:איך האב געהערט פון א טראסטבארע מעכאניק אז פון יאר 2011 זענען די סיענע'ס בעסער

היי יאר האבן צענדליגער טאיאטע טראנסמישען'ס געגאנגען פייפען ביים גליטשען אין די שניי, און ביי א טייל קאר'ס האט טיטאטע נישט געוואלט אנערן די ווארענטי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 9:56 pm
דורך אַבּערוואַס
מחותן האט געשריבן:
והנה און נון האט געשריבן:איך האב געהערט פון א טראסטבארע מעכאניק אז פון יאר 2011 זענען די סיענע'ס בעסער

היי יאר האבן צענדליגער טאיאטע טראנסמישען'ס געגאנגען פייפען ביים גליטשען אין די שניי, און ביי א טייל קאר'ס האט טיטאטע נישט געוואלט אנערן די ווארענטי.

יא, א ווייטאג, מ'האמיר מיטגעהאלטן. אבער די דרייווערס האבן אויך געמוזט נוצן איבריגע כוחות דאס צו באוויזן, ס'געשעהט נישט פון זיך.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 04, 2014 3:11 pm
דורך שנאפס
שוועמל האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:א סעילסמאן מיט א קרייסלער האט מיר געזאגט אז ער איז זייער ציפרידען נאר אז עס ציעט מער געז ווי א האנדא און א טיאטאו

געז איז אפגערעדט, קרייסלער פרעסט געז ווי משוגע, אינמיטן דרייוון קענסטו מיטהאלטן ווי די מיטער פארט אראפ און אראפ...


ווי אויך איז ראטזאם צו נוצן עיר פלאגס בשעת'ן דרייוון

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2014 11:05 pm
דורך פאר דוקא
איך האב שוין געדרייווט אסאך קארס, פון אסאך קאמפעני, איך וואלט גערעיט קרייסלער/דאדזש. (חוץ די טשארדזשע/300/דאראנגאו) און אפילו די טשעראקי ביז 2012, אלס די ערגעסטע קארס אין פערפארמענס, געז, די טאון ענד קאנטרי איז מער קלאסטער פאוביק ווי די אלטע סיענע'ס

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2014 2:08 am
דורך שוועמל
די דאדזש פארט דאך עפעס בעסער פון קרייסלער ט&ק, פון עקספיריענס.

די טאון ענד קאנטרי מאכט מען לכתחלה שלעכט, אזויווי אין ישיבה פלעגט מען לכתחלה באקן אלטע ברויט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2014 9:46 am
דורך בערקא
פאר דוקא האט געשריבן: קלאסטער פאוביק


וואס מיינטעס?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2014 10:32 am
דורך פריי זיך
בערקא האט געשריבן:
פאר דוקא האט געשריבן: קלאסטער פאוביק


וואס מיינטעס?

http://en.wikipedia.org/wiki/Claustrophobia

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2014 2:57 pm
דורך בערקא
ווען איך קען ווען ענגליש ווייסעך דאך וואס ס'מיינט, דארף איך נישט קוקן דארט.....


שקויעך כ'האב עס געליינט!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:24 pm
דורך תרנגול
א זייטיגע פראבלעם מיט'ן 2014 קרייסלער איז לגבי די דיווידי מאניטאר און אלע אנדערע מרעין בישין וואס ליגן אויפן דאך, און עפענען זיך אויף אראפ ווי נאר ס'כאפט א פיצי ריהר, אזוי אז יעדע מאל וואס מ'דארף אריינקריכן אין די בעק צו צוסטרעפן קינדער אד"ג, כאפט מען א אפאר געזונטע זעצעס אין קאפ. א כפרה אויפן דיווידי... לאז מיך נאר ארויס פון די בעק מיט גאנצע גלידער!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:40 pm
דורך לכתחילה אריבער
תרנגול האט געשריבן:א זייטיגע פראבלעם מיט'ן 2014 קרייסלער איז לגבי די דיווידי מאניטאר און אלע אנדערע מרעין בישין וואס ליגן אויפן דאך, און עפענען זיך אויף אראפ ווי נאר ס'כאפט א פיצי ריהר, אזוי אז יעדע מאל וואס מ'דארף אריינקריכן אין די בעק צו צוסטרעפן קינדער אד"ג, כאפט מען א אפאר געזונטע זעצעס אין קאפ. א כפרה אויפן דיווידי... לאז מיך נאר ארויס פון די בעק מיט גאנצע גלידער!!

חחחח, ביסט גוט כעס'יג!!

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 12:09 pm
דורך והנה און נון
וואס איז די החלטה א סיענע אדער אדיסי? וועט ווערן מער גענוצט פאר סיטי דרייווינג
ווער ס'האט עקספיריענס מיט ביידע זאל זיך אנרופן א מיינונג, א דאנק

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 12:24 pm
דורך יעקב צוקערמאן
צומאל איז מאדנע ווען מען זעט א פרישן אינגערמאן אפשר קוים 2 קינדער, און ליעסט א מיני-ווען, איז אזא איינער נארמאל. וואס איז דער ענין פון פאטשקען געלט אומזיסט, קען מען נישט דינגען א פיצעלע קאר און זיין צופרידן. #שכל מנלן