בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 12:26 pm
דורך יעקב צוקערמאן
מען רעדט פון געזאלין, כאילו האנדא גיבט עפעס געזאלין בעסער. איך דרייוו א האנדא אדיסי, עס איז סטריקלי 10-13 מ.פ.ג. לאקאל און געווענליך 20 מ.פ.ג. אויפ'ן הייוועי, אז מען שטרענגט זיך אן און מען דרייווט שטאט קען מען אנציען 25 מ.פ.ג. אויפ'ן הייוועי. וויפיל גיבט קרייסלער, אדרבה, לאמיר הערן אקטועלע ציפערן נישט די אפיציעלע רעגירונגס ציפערן. איר מיינט איך בענק זיך נישט צו מיין אלטן האנדא עקארד, כמעט נישט געדארפט לייגן געזאלין דערינען
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 5:31 pm
דורך maybeeynot
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:צומאל איז מאדנע ווען מען זעט א פרישן אינגערמאן אפשר קוים 2 קינדער, און ליעסט א מיני-ווען, איז אזא איינער נארמאל. וואס איז דער ענין פון פאטשקען געלט אומזיסט, קען מען נישט דינגען א פיצעלע קאר און זיין צופרידן. #שכל מנלן
א מענטש מיט א גרויס געוויכט איז זייער שווער זיך אריין צוקוועטשן אין א קליינע קאר
(אין ישיבה פלעגט מען זאגן די קעכער האט זיך אנגעטוען זיין קאר

)
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 5:42 pm
דורך שנאפס
אזוי האט מען געזאגט ווען דער געוועזענער אייגענטומער פון א רעסטוראנט דא אין וויליאמסבורג האט זיך געקויפט א סמארט קאר...
קאר אדער מיני ווען
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 2:52 pm
דורך נישט אלעס איז אמת
ותשועה ברוב יועץ !!
איז ביליגער צו ליעסן א קליינע קאר פאר טאג טעגלעך וואס דאס איז גענוג צו קומען און גיין
און ווען מען דארף פאר די משפחה דינג מען א מיני ווען פורים חוה"מ וכדו'
אדער איז עס א (קארגערישע) פאלטשע חשבון ?
מען שפארט מיט דעם סיי די ליעס- געז- (אינשורענס מן הסתם)
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 3:44 pm
דורך פארוואס נישט...
פען און פעיפער (עקסעל) וועט פארענטפערן די פינאנסישע שאלה, ווענדט זיך פון וויפיל יערליכע רענטלס מ'רעדט בערך.
קיפ אין מיינד די פיזישע העסל פון אויפפיקן/צוריקגעבן א רענטל (וועיטינג טיים), אריבערפאקן GPS, קאר סיעטס.....