בלאט 1 פון 1

טרעפן פארקינג טיקעט דורך ווין VIN נומער

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 09, 2014 5:27 pm
דורך העקער
איך וויל אפקויפן פון איינעם א אלטע קאר, און איך וויל זיכער מאכן אז עס האט נישט קיין פארקינג טיקעטס

די קאר האט שוין נישט קיין פלעיטס, איך האב נאר די ווין נומער, איז מעגליך צו זוכן דורך די ווין נומער?

א דאנק

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2014 5:18 pm
דורך מאנ-יימער
פארקינג טיקעטס גייט אויף די פלעיט נומער ממילא מיין איך אז ס'דארף דיר נישט אויסמאכן אויב האט עס פארקינג טיקעטס.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 5:06 pm
דורך ווינקל
נישט זיכער אזוי. אויב האט יענער אלטע אומבאצאלטע טיקעטס, ווערט ארויפעלייגט א ליען אויף די קאר.

מען דארף באקומען א פרי ענד קליער טייטל דאס פעסטצושטעלן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 10:22 pm
דורך פליגל
פארקינג טיקעטס גייען ארויף צום "אונער בעירינג לייסענס פלעיטס #...." ד.מ. אז דער בעה"ב פון דעם פלעיט ווערט געקלאגט און נישט די קאר אליין, מילא דער אייגענטומער פון די צייט וואס מ'אט געגיבן דעם טיקעט איז אחראי דערויף, א-חוץ אז יענער קומט אן אויסטערלישען סכום פאר גאר א לאנגע צייט קען זיין איז ווינקל גערעכט, אבער כ'אב נישט געהערט דערפון.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:17 pm
דורך ווינקל
שטייט אזוי קלאר אויף די DMV סייט.