בלאט 1 פון 1
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 10, 2014 8:55 am
דורך farshlufen
געפונען נעכטן אז עמיצער האט געפראוועט שלש סעודות אדער מלוה מלכה אין מיין ענדזשין קאמפארטמענט, א רחמנות נעבעך אויב ער איז נאך געוועזן דערינען ווען מיר האבן מקיים געוועזן דעם ויחבוש את חמורו.
בעלי חיים אונטער די הוד
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 10, 2014 9:52 am
דורך קיקיון
עמיצער? עפעס?
ואס האלטסט די אין דיין ENGINE COMPARTMENT ?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 10, 2014 2:54 pm
דורך SPUSMN
געווען מסתמא א קאץ וואס האט זיך געלייגט שלאפען אין זיין ווארימען ענדזין.
דאס איז יעדענס ווארסט נייטמער, אז מען צינדט אן דעם ענדזין און א קאץ טאנצט ארויס.
היינט דרייען זין ראקונס אין וויליאמסבורג, זיי פארשטעלען זיך פאר קעץ. אמאל האט מען געמיינט אז מען קען זיי נאר טרעפען אין די קעצקיללס.
כ'הער אז אין ראקלאנד קאונטי דרייען זיך אויך ראקונס.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 10, 2014 3:32 pm
דורך farshlufen
איך האב געעפנט מיין הוד אריינצוגיסן וואשער פלוד און געפונען ליגן עטליכע גרויסע שטיקער בארכעס שיריים פון שבת, לפי השערתי האט עפעס א בעל חי געכאפט פון די אנגעהויפענטע חמרים חמרים און געזוכט א ווארעם ווינקל וואו דאס אויפצועסן מיט אפעטיט און געפונען.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 10, 2014 3:33 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
וועסטו היי יאר דארפן גוט פסח'דיג מאכן דארט...
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 10, 2014 3:36 pm
דורך שנאפס
די היי יעריגע שניי און די זאלץ וואס מען גיסט דערויף וועלן שוין אלעס אויסקלינען
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 10, 2014 3:49 pm
דורך SPUSMN
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:וועסטו היי יאר דארפן גוט פסח'דיג מאכן דארט...
מקום שמכניסין בו חמץ?
שנאפס האט שוין גע'ענטפערט.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 10, 2014 3:51 pm
דורך פליגל
גיב אכט, זיי גלייכן זייער די וואש-פלויאד און קענען ציבייסן אזא פייפ און טרינקן א-מחי'.
טאמער מאכט דאס אן המוציא אויף א חרוזת של ווייערס דאן איז ציפקע צרות.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 10, 2014 3:55 pm
דורך SPUSMN
וועגען דעם איז גוט צו האבען פארפרוירענע וואש פלאאד. (צוויי אל"ף מאכט א קמץ)
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 10, 2014 5:44 pm
דורך שוועמל
פארשלאפן,
דערמאנט די גמ' פסחים ריש כל שעה...
שוין געהאט, נישט קעץ, נאר ראצן האבן צעביסן ווייערס, געברויכט טוישן א גאנצע הויפן ווייערס.
#קאסט אסאך
אויף מיין בעטערי טרעף איך זייערע דראפס, מסתם כאפן זיי אן די פאזיטיוו מיטן זנב און די נעגעטיוו מיטן של ראש און באקומען היעטעד באדי.
#גוט פאר ווינטער
שפושמן,
פארפרוירענע קען מען דען נוצן אונטער 20?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 10, 2014 6:15 pm
דורך SPUSMN
זעה דא
viewtopic.php?p=797252#p797252וועגען דעם איז גוט א קאץ אין דער האאד, אזוי ארום האט מען נישט קיין פארפרוירענע וואשער פלאאד.
א ביסעל מילעך ברענגט זיי דארט.