בלאט 1 פון 1
באקומען א summons
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 03, 2014 7:01 pm
דורך abr
איך האב נישט מער געדאכט געמאכט אן עקסידענט א צייט צוריק
מיט א גערענטע קאר און די אינשורענס amex האט עס ב''ה באצאלט
און היינט צופרי באקום איך א summmons פון supreme court פון די פרוי
און וועם איך האב אריינגעקראכט . וואם דארף מען טןן ?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 03, 2014 8:49 pm
דורך מחותן
האסט שוין נאכגעקיקט וויפיל לייבילעטי amex שטעלט צו?
אויב שטעלן זיי צו די לייביעלטי גייען זייערע לויערס אין קארט פינקט ווי ביי די אייגענע קאר אינשורונס?
די רענטעל האט נישט קיין לייביעלטי, נאכגעקוקט? אייגענע קאר אינשורנוס איז מ׳סתם נישט געווען?!
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 03, 2014 9:08 pm
דורך abr
איך ווייס נישט אויב amex האט לייבילטי .
איך האב געהאט דיכליינד די אינשורענס פון די רענטעל
די summons איז קעגען מיר און קעגען די רענטעל just 4 wheals
און אינטער דעם שטייט send to your insurans company promptly
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 03, 2014 9:19 pm
דורך מחותן
אז קיינער וואס ווייסט ענפערט נישט, וועל איך ענטפערן וואס איך וואלט געטיען,
הייב אן ביי אלף, ווער געוואר צו אין נוי יארק מוזען די קאר רענטעלס האבן א עפעס לייביעלטי אפילו די זאגסט אפ דיין חלק,
ווער געוואר אויב און וואס amex שטעלט צו.
ווי גרויס איז איר קלעים? האסט איינעם ערענסט אוועק געלייגט? אויב איז איר קלעים אין די סכום וואס די האסט פון זיי האלסטע שוין ערגעץ און זייערע לויערס גיין דאך הענדלען די זאך אין קארט.
איך האב זייענדיג אין שנה ראשונה געמאכט א עקסידענט מיט א קאר רענטעל, אבער איך האב געהאט גענימען פון די רענטעל קאמפאני די מערסטע אינשורנוס וואס שייך און זיי האבן זיך אפגעגבן דערמיט און בין ניטאמאל געגאנגענן אין קארט.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 03, 2014 9:26 pm
דורך abr
אויפן צעטעל שטייט נישט וויפיל געלט
איר קאר האט קוים א קריוץ געכאפט און זי איז אלעס ok
זי קען ביישטיין צו מאכען אפאר דאלער .
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 03, 2014 11:42 pm
דורך green
בדידי הוה עובדא
איך בין געפארן אין מאנהאטן מיט א געדינגענע גרויסע SUV צו א דאקטארס אפוינטמענט, ביים קארנער אין א פיצה קארעלע איז געזיצן א אלטע קנאקער געפארקט ביי די טיים איך האמיך אנגעהויבן צו דרייען רעכטס האט ער אויך אנגעהויבן פארן, איך האב אים שיעור צודריקט צו טויט, למעשה האב איך אים די לעצטע מינוס באמערקט און געמאכט א שארט סטאפ.
דער אלטער האט זיך ממש געבעטן נישט צו רופן פאליס (זעהט אויס אז ער האט שוין נישט געטארט דרייוון לויט זיין עלטער) איך האב מיר אויך געזאגט צום אפוינטמענט האב איך אים געלאזט גיין עניוועיס איז זיין קאר די דעמעדזש
2 חדשים דערויף באקום איף א טעלעפאן קאל פון זיין זוהי א ליער אז.... ער דארף געלט...איך האב אים גלייך געענטפערט ביטע גיי צום אינשורענס
ער האט אנגעהויבן סטאראשענען מיטן ערגסטן אבער איך האב אים איגנארירט איז ער א האלב יאר שפעטער געגאנגן אין קארט און מיר געשיקט א סעפינע
איך האב גלייך געקאלט מיין אינשורענס און זיי געפעקסט די ספינע
וואס מיינו עטס די סוף איז געווען? די אינשורענס האט געווינען און די ליער מיטן אלטער אינאיינעם ווארטן בכליון עינים פארן נעקסן עקסידענט און מיר האט עס ניט געקאלט קיין גרייצער
דאס איז נאר איינע פון די מעלות פון א גוטע אינשורענס
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 04, 2014 1:54 am
דורך שוועמל
Abr,
יענע קלאגט אויף לייעביליטי צי אויף קאליזשאן?
אויב קאליזשאן וועט עס מסתם עמעקס צאלן, נישט זיכער, דארפסט נאכקוקן די עמעקס קאר רענטעל אינשורענס אגרימענט אויב זיי צאלן פאר "יענעמס" קאר. און אויב לייעביליטי האט עס גארנישט מיט עמעקס, עס האט מיט די רענטל קאמפעני, זיי שטעלן צו די פארלאנגטע לייעביליטי אינשורענס פאר יעדע רענטעד קאר (אבער נישט קיין קאליזשען אין דיין פאל).
איך גלייב אז יענע קלאגט אויף לייעביליטי, די ערשטע זאך קאל אן די רענטל קאמפעני, (זיי האבן אויך געקריגן א סובפינע) און פרעג וואס דו דארפסט טון. צומאל קענען זיי דאס אלעס מסדר זיין.
די פראגע איז נאר צי דו האסט געהאט בשעת די עקסידענט אייגענע אינשורענס (למשל אויף א אנדערע אייגענע קאר), דאן דארפסט זיי רופן און פרעגן ווייל געזעצליך דארפן זיי דיך קאווערן אפילו דו דריווסט נישט יענע קאר.
הצלחה
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 04, 2014 3:13 pm
דורך abr
איך האב שוין גערעד צו די קאר רענטעל
זייער אינשורענס גייט קער נעמען זיי האבן לייבילטי
מיין שאלה איז צו אזוי ווי עס איז אויך קעגען מיר פערסנאל
צו איך דארף אויך עפעס טון . צו איך דארף אראפגיין און קאורט ביז 20טעג
אדער נעמען א לויער (נארמאל וואלט עס געדארפט גיין נאר קעגען די רענטעל
אבער למעשה איז עס קעגען מיר און קעגען די רענטעל)
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 04, 2014 3:35 pm
דורך שוועמל
אדער דו אדער דיין לויער וועלן דארפן ארפגיין.
לכאורה גייט עס נאר זיין צו קאלעקטן לייעביליטי סא ביי די ענדע וועט זיין פיין אי"ה.
אבער רעד מיט א לויער. אפשר מארסעל ווייסמאן??
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 04, 2014 3:40 pm
דורך abr
יישר כוח .עס איז לייביליטי וואס זי דארף .
וואס איז זיין נאמבער ?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 04, 2014 4:05 pm
דורך שוועמל
- קאוד:
45 Broadway, New York, NY 10006
(212) 968-9607
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 04, 2014 4:07 pm
דורך abr
יישר כוח
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 04, 2014 4:44 pm
דורך abr
זיי נעמען נישט קער פון אזעלעכע קעיסס
אפשר האסטו עפעס א צווייטע ?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 04, 2014 11:12 pm
דורך מחותן
שוועמל האט געשריבן:אדער דו אדער דיין לויער וועלן דארפן ארפגיין.
לכאורה גייט עס נאר זיין צו קאלעקטן לייעביליטי סא ביי די ענדע וועט זיין פיין אי"ה.
אבער רעד מיט א לויער. אפשר מארסעל ווייסמאן??
פארוואס? אויב איז ער קאווערט דורוך די קאר רענטעל פארוואס דארף ער אראפגיין?
וואטש מיט וועלכע לויער דו רעדסט.. קענסט נאך אנטרעפן איינעם וואס וועט דיר אראפלייגען כאילו עס ווארט דיר דאס גהינום אויב די גיבסט אים נישט קיין עטליכע טויזענט דאלער... פראביר צו פרעגן עטליכע לויער'ס כדי זאלסט האבן א קלאר בילד.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 04, 2014 11:30 pm
דורך מאנ-יימער
אויב די רענטעל נעמט קעיר דארפסטו לכאורה גארנישט טוהן, פונקט אזוי ווי ביי דיין אייגענע קאר ווען די אינשורענס נעמט קעיר דערפון.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 05, 2014 10:22 am
דורך abr
די summons איז קעגען מיין נאמען פערסנאל אויך.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 05, 2014 1:43 pm
דורך עקבי הצאן
דאס איז גארנישט אפילו ס'איז אויף דיין נאמען, ווייל דו האסט עס געמאכט דעם עקסידענט קלעימט מען דיר, אבער די אינשורענס איז א פארזיכערונג פאר דיר, לכאורה דארפסטו נישט זיין באזארגט, ווייל די אינשורענס קאמפאני וועט גענוג שטארק פייטן פאר זייערע הונדערט אלפים, וואס אויב עפעס צאלן זענען זיי די ערשטע צו צאלן, זיי וועלן פייטן בנאמנות.
איך האב געבארגט מיין קאר אמאהל פאר א חבר און ער האט געמאכט א שטיקל עקסידענט, שיינע פאר יאהר צוריק, און ער האט געמאכט אן עקסידענט אנדערהאלבן יאהר שפעטער האט מיר יענער געשיקט א סעפינע, ס'ציט זיך שוין עטליכע יאהר מיין אינשורענס קאמפאני נעמט קעיר דערפון, שוין עטליכע מאהל גערעדט מיטן לויער פון די אינשורענס קאמפאני, כ'האב עהם איינמאהל געפרעגט אז לפי דבריך אז מ'רעדט דא נישט פון א קלעים וואס זאל איבערגיין די הונדערט אלפים קאווערעידש וואס כ'האב געהאט, פארוואס קלעימט ער נישט די אינשורענס דירעקט, זאגט ער מיר אז דאס גייט פיל מאהל אזוי, אז דער מענטש (אדער זיין לויער האט עהם איינגערעדט) האלט אז ער וועט בעסער אנקומען אין געריכט ווי מיט א דירעקטע קלעים, אדער צומאהל זאגט די אינשורענס קאמפאני אפ דעם קלעים.
לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, יה"ר זאלסט ניצול ווערן פון שאדן און פון עגמ"נ.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 05, 2014 2:14 pm
דורך abr
א גרויסן יישר כוח
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 05, 2014 3:05 pm
דורך Gevald Geshrigen
די דארפסט לכאורה נישט נעמען קיין אייגענע לויער ווייל די אינשורענס נעמט קער דערפון. די דארפסט נאר האבן א אייגענע לויער אויב די קלעים איז אויף מער פון די אינשורענס קאווערעזש. לייעביליטי ביי לאו מוז ווערן צוגעשטעלט דורך דעם קאר רענטל און די דארפסט נישט צופיל זיין באזארגט דערוועגן. די איינציגסטע זאך איז נאר אז מען וועט דיך דיפאוסען אין קאורט אויב עס קומט נישט צו קיין סעטלמענט וואס איז נישט מסתבר. אויב די סעטלמענט איז מער ווי די אינשורענס לייעביליטי נאר דעמאלטס קומסטו אריין אין פיקטשער און קיינער גייט זיך נישט משוגע מאכן נאר אויב די האסט נכסים אויף דיין נאמען
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 05, 2014 3:48 pm
דורך green
בייי מיין מעשה איז עס אויך געווען אויף מיין נאמען און איך בין נישט אראפ
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 05, 2014 7:15 pm
דורך פליגל
לויט ווי ער לייגט אראפ האט יענע קאר אינגאנצן געכאפט א קליינע קריץ, ס'יז נישטא קיין גרונט פ"וו יענער זאל אפילו קענען געוואונען דעם געריכט פאר ווייס'ך וואספארא שאדן, ס'יז סתם א וועג פון ארויספרעסן געלט, אן אור אלטע אנשיקעניש אין אמעריקא, זי וועט לכאורה איינגיין אויף א סעטעלמענט פון אפאר טויזענט דאללער אויף וואס די אינשורענס וועט איינגיין.
די עקספיריענס האב'ך אביסל ליידער געהאט מיט א שיקסע וואס האט געכאפט א פיצי קראץ און געקלעימט ווייס'ך וואס, די אינשורענס האט איר געזאגט אדער 5 אלפים אדער טרייעל... זי'ז איינגעגאנגען אויף די 5. ביי די מעשה האט דאס מיין אינשורענס געטהן פאר מיר.
די בעסטע אז א לויער זאל דיר דאס זאגן, נעם נישט וואס דא שטייט, (כ'וואלטיר געוואלט העלפן אבער כ'אב נישט וויזוי).
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 10:00 pm
דורך פאטאקי08
איך האב דא א קרוב פון לאנדאן
האט געמאכט א שטיקל עקסידענט אין דיל נוי דזשערסי און דער האט אים געגעבן צוויי בילעטן
איינס איז קערלעסס דרייווינג
און איינס אלס אנלייסענסעד דרייווער
ער האט אים געוויזן זיין ענגלישע לייסענס אבער ער טעהנעט אז ער וואלט געדארפט האבן דעם פאספארט אויך
ער הייסט אים אראפגיין אין קארט די אנדערע וואך.. ער פלאנט שוין צו זיין די אנדערע זייט אוקיאן דאן
עני אדווייז?