בלאט 1 פון 1
רעדלעך - שניי רעדלעך
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 25, 2013 9:06 am
דורך leiby
יעדעס יאר בשעת'ן גליטשן אויף די שניי זאגט מען "נעקסטעס יאר קויף איך סנאוי טייערס" צום נעקסטן יאר פארגעסט מען אבער, וחוזר חלילה.
היי יאר האב איך מיר דערמאנט אביסל פריער, קען איינער ארויסהעלפן מיט עקפיריענס? לאמיר זאגן וואס מיין טייער שאפ זאגט.
סנאוי טייערס זענען א ווייעכערע רעדל און פארשטייצעך מיט טיפערע טרעדס, די עיקר וואס מאכט עס אלץ סנאוי טייערס איז די ווייעכקייט, אזוי האלט ער זיך אינעם שניי, די חסרון דערפון איז אז ער קען פארן האלב פון א געהעריגע רעדל, וויבאלד ס'איז ווייעך ווערט עס זייער שנעל אפגעריבן.
יעצט איז די שאלה אויב דארף מען עס טאקע טוישן נייערהייט נאכן ווינטער אדער העכסטענס פארן נעקסטן ווינטער, אפשר לוינט זיך יוזד, הגם ער זאגט ס'איז א זעלטענע זאך צו טרעפן אבער ס'מאכט זיך.
כ'קלער נאר אויב א יוזד וועט ווערן אויסגעריבן נאך אינמיטן ווינטער.
עני עקספיריענס?
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 25, 2013 1:59 pm
דורך פאמיליעמירעלס
מיר האט געזאגט איינער אז ער נוצט עס נאר אין די שניי סעזאן דערנאך לייגט ער עס אוועק אין בעיסמענט פאר נעקסטן ווינטער, צוויי יאר ווייס איך זיכער אז ער האט עס גענוצט.
פארשטייצעך אז סע ווענציך וויפיל מ'רייבט עס אויס.
ס'דא נאך א עצה צו קויפן פאר אפאר נישטיגע דאלער קייטן ארויפצולייגן אליינס אויפן רעדל, אזוי דארף מען נישט זיך מוטשן מיט די רעדלעך..
אזוי ווי דאאיך מיין אז מ'מעג עס נישט עכט נוצן, אבער איך האב געזען איינעם עס ארויפלייגן פאר א בליזערד און ער איז געפארן א מחי', ער האט מיר געזאגט אז בשעת א ריזיגע שניי קוקט מען נישט דערויף.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 25, 2013 3:43 pm
דורך leiby
די פאסט טרעקלעך אין אפסטעיט ניצן עס.
כ'גלייב אז פאר לענגערע וועגן צורייסט עס די רעדל.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 22, 2013 10:12 am
דורך בערקא
איך האב א 36 חדשים ליעס, לוינט זיך צו קויפן שניי רעדער, ביים ערשטן יאר, מיטן חשבון אז מען דארף סייווי קויפן איינמאל אינמיטן די ליעס נייע רעדער. (קרעדיט: פישל גאלדבערגער) אדער דאס טוישן ארויף אין אראפ איז א ברכה לבטלה?
עני עקספיריענס.....
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 1:00 am
דורך מגיד
אני הקטן ניץ ווינטער רעדער, איך טויש עס יעדע יאר איידער די שניי קומט ביז בערך פסח צייט, אין דעמאלס לייג איך צוריק די געהעריגע, אויף דעם אופן האלט זיך עס פאר בערך 4 יאר. (לויט מיין עקספיריענס)
ס'מאכט זייער א גרויסע חילוק אין די שניי, פארשטייציך אז די פערדע יאר איז עס שוין נישט אזוי גוט ווי אנהויב, אבער סאיז נאכאלס ווערט.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 10:20 am
דורך בערקא
וויפיל דארף צו קאסטן דאס אריבער צוטוישן פון ווינטער/זומער
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 12:46 am
דורך מגיד
40 ביז 60 דאללער אויב די האסט נישט קיין עקסערע רימס פאר עס, אויב יא דעמאלס קאסט עס א צוואנציגער אדער קענסטו עס אליינס טוהן מיט א דז'עק.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 11:09 am
דורך בערקא
ישר כח 'מגיד' נפלא
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 29, 2013 8:35 pm
דורך באס דרייווער
מגיד האט געשריבן:40 ביז 60 דאללער אויב די האסט נישט קיין עקסערע רימס פאר עס, אויב יא דעמאלס קאסט עס א צוואנציגער אדער קענסטו עס אליינס טוהן מיט א דז'עק.
יעדן רעדל עקסטער אדער דאס איז די פרייז פאר אלע פיר ציזאמען
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 30, 2013 10:53 am
דורך בערקא
כאגעפרעגט דעם וואס האט מיר געמאכט די אויל טשעינדש לעצטע מאל וויפיל עס קאסט, ער בעהט 20 א ראד = $80 (מיין אדעסי האט נאר פיר רעדער)
די שאלה איז אויב עס איז ווערט די 80 טאלער (כ'האב כמעט נייע אלל יער ראונד רעדער)
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 31, 2013 4:13 am
דורך מגיד
באס דרייווער האט געשריבן:מגיד האט געשריבן:40 ביז 60 דאללער אויב די האסט נישט קיין עקסערע רימס פאר עס, אויב יא דעמאלס קאסט עס א צוואנציגער אדער קענסטו עס אליינס טוהן מיט א דז'עק.
יעדן רעדל עקסטער אדער דאס איז די פרייז פאר אלע פיר ציזאמען
וואו איך וואוין קאסט עס אזוי פאר אלע פיר צוזאמען,
איך וואוין נישט אין ניו יארק, קען איך דיר נישט זאגען וואס טוט זיך דארט, כ'האב מיך פארגעשטעלט אז ס'איז בערך די זעלבע.