בלאט 1 פון 1
ווערט פון גענוצטע קאר
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 09, 2013 2:59 pm
דורך אומאפיציעל
איך פארשטיי צו קארן ווי צו... אלזא ביטע העלפט מיר
א מעכאניקער טראגט מיר אן א האנדע אדאסי יארע 2002 מיט 180 טויזענט מייל פארן סכום פון $4,900
ער זאגט אז ער האט יעצט אריינגעלייגט א נייע טראנסמישאן
איז דאס ווערט?
אדער לוינט זיך בכלל נישט אריינצובייסן אין אן אלטן עפל (ר"ל קאר) העכער צען יאר און/אדער העכער 100K מייל?
אויך האט ער דארט א פארד ווינדסטאר 2001 מיט 120,000 מייל פאר $2,000
נ.ב. איך דארף די קאר נאר פאר לאקאל, מערסטנ'ס וואס איך קען ארויפשמייסן דערויף איז 6,000 מייל פער יאר
דאנקע שיין
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 09, 2013 3:09 pm
דורך farshlufen
די אלטע אדיסי, פלעגט צו האבן טראנסמישאן פראבלעמען ביי די מאה אלף, האט איר א פלאס.
חוץ מזה וועט זעך אלעס ווענדן אינעם אקטועלן קאנדישאן, ווי אפגענוצט עס זעט אויס וכו'.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 09, 2013 3:14 pm
דורך דארפסמאן
ביי א אלטע קאר איז עס מער מזל ווי שכל
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 09, 2013 3:39 pm
דורך Silent
אין מיינע אויגן קוקט עס אויס 'זייער' איבערגעטריבן
א קאר וואס האלט שוין ביי 180,000 מייל ווילאנג וועט עס נאך אנציען? לאמיר זאגן נאך א צוויי יאר, קומט אויס $2,500 א יאר, און אויב וועט מען דארפן ארייננלייגן נאך געלט דא דארט עז יוזשעל, איז א ליעס פון געשמאקע נייע קאר סאאאך ביליגער,
ער זאגט אז ער האט (שוין געדארפט) געלייגט א נייע טרענסמישען, מיינט עס אז עני דעי וועט מען דארפן לייגן א נייע ענדזשין, וואס קאסט נאכאמאל אזוי סאך,
די פארד פאר $2000 קוקט אויס א בעסערע דיל, ס'האלט זיך צוויי דריי יאר, לאמיר זאגן דארפסט נאך אריינלייגן עפעס, האסטו א קאר פאר $1000 א יאר
אבער אז ער בעט יא אזויפיל פאר די אדעסי פארוואס בעט ער אזוי ביליג פאר די פארד וואס איז אינגער מיט 60,000 מייל? סאונד פישי
נאך זאכן צו נעמען אין באטראכט ביים קויפן אן אלטע קאר:
ער גיט א ווארענטי אפאר חדשים?
נייע אדער כמעט נייע רעדער / ברעיקס?
ווי אזוי איז די קאר גענוצט געווארן פארדעם, לאקאל? לאנג דיסטענס?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 09, 2013 4:00 pm
דורך farshlufen
איי דיסעגרי, די פארד איז אויבן אויף נישט! קיין בעסערע דיל.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 09, 2013 4:05 pm
דורך Silent
פארוואס?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 09, 2013 4:21 pm
דורך אומאפיציעל
אומאפיציעל האט געשריבן:180 טויזענט מייל
טעיתי
118 טויזענט מייל
נייע רעדער, זעט אויס זייער גוט
נאך נישט געטעסט דרייווט, ער זאגט אז די ברעיקס זענען זייער גוט
ער נעמט אחריות אויף 1 חודש
היסטארי ביז יעצט איני יודע
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 09, 2013 4:29 pm
דורך לכתחילה אריבער
א מעכאניקער...... ליידער ליידער..... שוין ודי בזה.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 09, 2013 4:30 pm
דורך אומאפיציעל
באקומען אן אפפער אין פריוואטע
If you are interested in a uplander 2006 7 passengers 100,600 miles, excellent condition i got it now for 3 years, never needed other then basic maintenance.
Value is $4500
איז עס ווערט?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 09, 2013 4:37 pm
דורך Silent
אומאפיציעל האט געשריבן:118 טויזענט מייל
אה מאכט שוין מער סענס,
די פרייז פאר די מיילעדזש איז זייער אין רעינדזש, קוק אויף די קאנדישאן אפגענוצט וכו', און אז עס געפעלט דיר טריי צו אראפדרוקן די פרייז נאכאביסל אויב מעגליך,
כ'וואלט ענדערש גענומען די אדעסי, נישט אז די פארד פאר די פרייז איז אזוי שלעכט, אבער די ווינדסטאר'ס האבן עפעס נישט מאריך ימים געוועהן
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 09, 2013 4:40 pm
דורך Silent
אומאפיציעל האט געשריבן:באקומען אן אפפער אין פריוואטע
If you are interested in a uplander 2006 7 passengers 100,600 miles, excellent condition i got it now for 3 years, never needed other then basic maintenance.
Value is $4500
איז עס ווערט?
יא ס'ווערט
לעצטענס האב איך מיטגעהאלטן ווי איינער האט געקויפט א קאר מיט 96,000 מייל פון א דילער פאר $9000 (אקעי ס'געוועהן פאלי לאודעט, באט...)
ס'נאר אלץ גוט צו האבן א וואראנטי כאטשיק פאר א חודש צוויי
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 09, 2013 4:48 pm
דורך אומאפיציעל
יישר כח סיילענט פארן נישט זיין סיילענט
יעצט צווישן די אדעסי און די אפלענדער?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 09, 2013 5:16 pm
דורך Silent
כ'ווייס נישט, לאמיר קאמפעירן
אדעסי 2002 - אפלענדער 2006 = דיפערענס 4 יאר
אדעסי 118,000 מייל - אפלענדער 100,600 = דיפערענס 17,400 מייל
אדעסי $4900 - אפלענדער $4500 = דיפערענס $400
אדעסי ווארענטי פאר א חודש - אפלענדער ? = דיפערענס ?
ס'דא וואס זאגן אז האנדא האלט זיך לענגער, אבער ביז 180,000 מייל דארף זיך יעדע קאר נארמאלערהייט האלטן, יעצט 6000 מייל א יאר, לאמיר זאגן די אפלענדער האלט נאר ביז 180K איז עס אויך איבער 13 יאר
סך הכל ?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 10, 2013 8:30 am
דורך הערליך
איך וואלט נישט צוגערירט צו אן אלטן קאר, כוועל ענדערש וואקן
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 10, 2013 8:52 am
דורך אומאפיציעל
הערליך האט געשריבן:איך וואלט נישט צוגערירט צו אן אלטן קאר, כוועל ענדערש וואקן
פאר אט די טעמע זענען שוין פארהאן אנדערע געהענגליך
אט א די געהענגיל דינט אויסדריקליך פאר די וואס ווילן
יא אן אלטן אויטא
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 10, 2013 11:49 am
דורך דארפסמאן
אומאפיציעל האט געשריבן:באקומען אן אפפער אין פריוואטע
If you are interested in a uplander 2006 7 passengers 100,600 miles, excellent condition i got it now for 3 years, never needed other then basic maintenance.
Value is $4500
איז עס ווערט?
עס לוינט איך האב עס אין איז זייער ציפרידען, איך האב ציגעקויפט א עקסטענדעט וואראנטי פאר 1600.00 און איך בין רוהיג אויב עפעס געשענט קאסט עס גארנישט
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 10, 2013 12:15 pm
דורך פריי זיך
וואו קויפט מען די ווארענטיס פאר 160? און וואס קאווערט עס אלץ?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 10, 2013 12:34 pm
דורך דארפסמאן
איך האב עס געקויפט ביי וועסט אוטאו (איך מיין אז זיי זענען שוין נישט אפען) עס קאווערט אלעס חוץ וואס האט ציטיען מיט מענטענעס
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 8:13 am
דורך גליטשעדיג
אן אדעסי איז ווערט אסאך מער ווי א פארד ווייל ס׳איז זייער שטארק געבויעט און די עקסטרע מייל מאכט נישט אזוי אויס