בלאט 1 פון 2
איז לעגאל צו ליסען א קאר אויף א צווייטענס נאמען?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 3:08 pm
דורך מחותן
ווי באריכטעט האט די פאליציי ארעסטירט די פרוי אויף וועמענס נאמען די ליעס פון די BMW איז געווען, איר ארעסט איז אלץ אינשורונס פראד.
דערפאר איז כדאי אויסצושמיעסן די נושא. וואס האט זי געטיען אוםלעדאל? מעג מען טאקע נישט ליסען א קאר אויב מען פלאנט עס נישט צו דרייווען?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 3:10 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
חכמים הזהרו בדבריכם (כתביכם)! די ערשטע שורה פון די צווייטע פערעגראף, מוז נישט שטיין אזוי אפן ברחל בתך הקטנה, ס'איז היינט א אפענע וועלט בעוה"ר.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 3:10 pm
דורך משה יענקל
נו אדרבה לאמיר טאקע הערן?????????????
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 3:16 pm
דורך מחותן
ק נ א וועטער, איך פרעג וואס די געזעץ זאגט, אז דו ווייסט לאז זיך הערן.
ווי ווייט איך ווייס, פארלאנגען די קאר קאמפעניס נישט קיין לייסענעס צו פארליסען א קאר,
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 4:56 pm
דורך פיצי קעפעלע
איך בין נישט זיכער וואס די געזעץ איז. אבער אויב איז דאס נישט לעגאל, דאן ווי אזוי גיבט די קאר קאמפעני ארויס א קאר ווען דער רעזשעסטרירטער בעה"ב האט נישט קיין לייסענס און די דרייווער איז דער פולשטענדיגער דרייווער ביי די אינשורענס (צו בעיסען די פרייז לויט זיין דרייווינג און קרעדיט היסטורי)?
איך שרייב פון א פאל וואס איך בין באקאנט, און איך בין זיכער אז טויזענטער האבן דאס אויף די זעלבער אויפן.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 5:23 pm
דורך dont know
יעצט געהערט פון א אינשורנס אגענט, אז נישט די ליעס איז דער פראבלעם, נאר די אינשורנס לאזט נישט אז ס'זאל זיין אויף דיין נאמען און א צווייטער זאל עס דרייוון "בקביעות"
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 5:24 pm
דורך משה יענקל
dont know האט געשריבן:יעצט געהערט פון א אינשורנס אגענט, אז נישט די ליעס איז דער פראבלעם, נאר די אינשורנס לאזט נישט אז ס'זאל זיין אויף דיין נאמען און א צווייטער זאל עס דרייוון "בקביעות"
פאר דעים קאן מען דאך זיין אן אדישינאל מען דארף נישט קיין קרעדיט דערפאר.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 5:33 pm
דורך SPUSMN
לויט ווי איך פארשטיי איז אויב איינער האט נישט קיין גיטען קרעדיט, קען ער ליעסען א קאר ליגאל אויף א צווייטענס נאמען און דארף אנגעבען ווער וועט זיין דער "עיקר" דרייווער.
צו דער איז פאראנטפערליך אויף דער געלט, צו א צווייטע, איז נאר נוגע דער ליעסינג קאמפעני און איז נאר א געלט פראגע. ווער עס וועט למעשה דרייווען , איז א אינשורענס פראגע, וואס אויב וועט זיין מער ווי איין דרייווער ווילען זיי מער געלט. בקיצור, דא רעד מען פון געלט געלט און געלט, יעדער קאמפעני מיט זייערע געלט אינטערעסען.
עס איז מיר יא אינטרעסאנט צו וויסען צו איינער וואס האט א ליעסט קאר טאר נישט בארגען זיין חבר מיט א גוטע לייסענס זיין קאר? פאר וואס זאל ער נישט מעגען? מען רעדט נישט בקביעות, ווייל דאס וויל נישט דער אינשורענס קאמפעני און אויך נישט דער ליסינג קאמפעני.
קען אונז איינער ערקלערען וואס די סדום'קער געזעצען דא זענען?
זעה מען האקט מיט ענליכעס, גיי שוין ליינען.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 5:41 pm
דורך משיח
די ליעס מעג זיין אויף סיי וועמענס נאמען, יענער מוז ניטאמאל האבן קיין לייסענס צו פארמאגן א קאר, א ביזנעס קען אויך פארמאגן א קאר,
די אינשורנס אבער מוז זיין אויף דער וואס וועט דרייווען די קאר בקביעות.
דא איז דא אינשורנס פראד.
די זאך וואס איז אבער נישט לעגאל איז איבערצוגעבן א ליעס פאר א צווייטן.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 5:46 pm
דורך משיח
SPUSMN האט געשריבן:עס איז מיר יא אינטרעסאנט צו וויסען צו איינער וואס האט א ליעסט קאר טאר נישט בארגען זיין חבר מיט א גוטע לייסענס זיין קאר? פאר וואס זאל ער נישט מעגען? מען רעדט נישט בקביעות, ווייל דאס וויל נישט דער אינשורענס קאמפעני און אויך נישט דער ליסינג קאמפעני.
קען אונז איינער ערקלערען וואס די סדום'קער געזעצען דא זענען?
מען מעג יא בארגן א קרא פאר א חבר נישט באופן קבוע,
נישט קיין שום פראבלעם נישט מיט די באנק און נישט מיט אינשורנס.
איך זעה נישט קיין שום סדום,
די באנק טראסט ראובן מיט א קאר, זאל ראובן טון דערמיט וואס ער וויל, זיי ווילן זייער חודש'ליכע געהאלט, און אויב האט ראובן א גוטע קרעדיט וועט ער ווארשיינלעך ווייטער באצאלן חודש'ליך,
די אינשורנס קאמפאני פארזיכערט די קאר, זיי ווילן וויסן ווי קערפול דער וואס טרייבט די קאר איז, און וואס איז זיין היסטורי, אויב ראובן, שמעון און לוי וועלן דרייווען די קאר בקביעות, ברויכן זיי אז אלע זאלן זין אויף די פאליסי. ווייל אויב לוי איז א ווילדע דרייווער מיט א היסוארי, שטעלן זיי איין מער, ממילא בעטן זיי מער געלט.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 5:48 pm
דורך משיח
משה יענקל האט געשריבן:פאר דעים קאן מען דאך זיין אן אדישינאל מען דארף נישט קיין קרעדיט דערפאר.
אויב האט די אדישאנעל א שלעכטע דרייווינג היסטארי, אדער שלעכטע קרעדיט, צועט עס ארויף די אינשורנס אין די הויכעכע ציפערן.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 5:51 pm
דורך SPUSMN
משיח האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:עס איז מיר יא אינטרעסאנט צו וויסען צו איינער וואס האט א ליעסט קאר טאר נישט בארגען זיין חבר מיט א גוטע לייסענס זיין קאר? פאר וואס זאל ער נישט מעגען? מען רעדט נישט בקביעות, ווייל דאס וויל נישט דער אינשורענס קאמפעני און אויך נישט דער ליסינג קאמפעני.
קען אונז איינער ערקלערען וואס די סדום'קער געזעצען דא זענען?
מען מעג יא בארגן א קרא פאר א חבר נישט באופן קבוע,
נישט קיין שום פראבלעם נישט מיט די באנק און נישט מיט אינשורנס.
איך זעה נישט קיין שום סדום,
די באנק טראסט ראובן מיט א קאר, זאל ראובן טון דערמיט וואס ער וויל, זיי ווילן זייער חודש'ליכע געהאלט, און אויב האט ראובן א גוטע קרעדיט וועט ער ווארשיינלעך ווייטער באצאלן חודש'ליך,
די אינשורנס קאמפאני פארזיכערט די קאר, זיי ווילן וויסן ווי קערפול דער וואס טרייבט די קאר איז, און וואס איז זיין היסטורי, אויב ראובן, שמעון און לוי וועלן דרייווען די קאר בקביעות, ברויכן זיי אז אלע זאלן זין אויף די פאליסי. ווייל אויב לוי איז א ווילדע דרייווער מיט א היסוארי, שטעלן זיי איין מער, ממילא בעטן זיי מער געלט.
איך האב געמיינט אז נישט, אז מען טאר נישט בארגען א ליעסט קאר פאר קיינעם, און דאס וואלט געווען א סדום'ער געזעץ. וואס די שרייבסט מאכט סענס, ווייל מען מעג דאך איבערגעבען די שליסלען פאר א וואלעי פארקער, אדער צו א פארקינג לאט.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 5:53 pm
דורך משה יענקל
משיח האט געשריבן:די זאך וואס איז אבער נישט לעגאל איז איבערצוגעבן א ליעס פאר א צווייטן.
וואס הייסט?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 5:53 pm
דורך SPUSMN
יעצט, וואס מיינט בקביעות?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 6:04 pm
דורך משיח
משה יענקל האט געשריבן:משיח האט געשריבן:די זאך וואס איז אבער נישט לעגאל איז איבערצוגעבן א ליעס פאר א צווייטן.
וואס הייסט?
ס'איז דא וואס נעמן א ליעס פאר דריי יאר, און במשך הזמן ווילן זיי עס מער נישט,
אמאל איז עס ווייל ער קען עס נישט ערלויבן מער,
אמאל איז עס ווייל ער וויל זיך שוין איינהאנדלן די נייערע אדעסי,
ממילא רעגעסטרירן זיי די קאר אויף א צווייטענס נאמען, און יענער נעמט איבער די ליעס, (יענער נעמט איבער די קאר אין מציאות, אבער נישט ביי די באנק, נאר ביי די DMV און אין מציאות).
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 6:06 pm
דורך משיח
SPUSMN האט געשריבן:יעצט, וואס מיינט בקביעות?
בקביעות האט נישט קיין מיינונג...
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 6:15 pm
דורך SPUSMN
דענמאלץ ווער באשליסט צו דאס הייסט איבערגעגעבען "בקביעות" א געליעסטע קאר?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 6:15 pm
דורך משיח
ס'איז דא אזויפיל זאכן וואס מענטשן מיינען אז מ'שפילט זיך מיט קלייניקייטן, און ביזדערווייל שפילט מען מיט פייער,
לדוגמא די אויבנדערמאנטע,
אדער אז די לייסענס אדרעס זאל זיין אויף אן אנדערע וואוין ארט ווי די אינשורנס איז נישט אזוי טייער,
וואס אפילו אויב האט מען טאקע צוויי הייזער פארלאנגן זיי אז ס'זאל זיין רעגעסטרירט דארט ווי די קאר איז מער,
ווילאנג אלעס פארט כשורה איז נישט קיין פראבלעם, אבער אויב חלילה ס'איז דא אן עקסידענט וכדומה, קענען זיי נאכגיין פרטים, וויל למשל די איזיפעס, פארקינג טיקעטס, וכדומה,
זיי קענען אפילו נאכגיין ווי מ'איז איינגעגעבן ביי פראגראמען, ווי די קינדער לערנען, יוטיליטי בילס וכדומה,
און אויב זענען זיי מחליט אז מ'האט זיי אויסגעשפילט:
1. זענען זיי פטור פון באצאלן, ס'קען אמאל קאסטען שווערע אלפים (בפרט אויב אינוואלווט עס געשעדיגטע מענשטן, קען מען גרינגערהייט רעדן פון די הונדרעטע טויזענטע בלי גוזמא),
2. ס'הייסט אינשורס פראד וואס מ'קען זיצן דערפאר,
ויש להאריך עוד, ווייל מענטשן כאפן נישט אז מיט די פאר דולר וואס מ'שפארט זיך, שטעלט מען איין אסאך אסאך מער, אבל אין לי פנאי עכשיו.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 6:16 pm
דורך משיח
SPUSMN האט געשריבן:דענמאלץ ווער באשליסט צו דאס הייסט איבערגעגעבען "בקביעות" א געליעסטע קאר?
דו מעגסט פארבארגען דא דארט,
אבער אז א קרוב וכדומה זאל עס כסדר נוצען (בפרט אויב זיי קענען אויפווייזן) איז נישט אויסגעהאלטן.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 6:18 pm
דורך אייער_קיכל
SPUSMN האט געשריבן:דענמאלץ ווער באשליסט צו דאס הייסט איבערגעגעבען "בקביעות" א געליעסטע קאר?
אז די פרוי אויף וועמענס נאמען די קאר איז געווען רעגיסטרירט זאגט אז זי האט נישט קיין אנונג ווער די דרייווער פון די קאר איז געווען ווייל די קאר האט קיין שייכות מיט איר א חוץ אז די ליעס איז אויף איר נאמען, הייסט דאס בקיבעות
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 6:19 pm
דורך משה יענקל
איבער צונעמען א ליעס איז אויך דא אן עצה אז מ'מאכט דעים נייען אן אדישינאל אויפן ליעס
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 6:22 pm
דורך SPUSMN
דער אינשורענס קאמפעני וויל קיינמאל נישט צאלען, און ווען זיי מוזען, צאלען זיי נאר וויפיל זיי מוזען און א פעני נישט מער. זיי האבען די בעסטע לאויערס און עקספיריענס ווי זיך ארויס צו דרייען פון דארפען באצאלען. עס איז אייביג ידם על עליונה אפילו ווען אלעס איז הינדערט פרעצענט כשר וישר.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 6:25 pm
דורך SPUSMN
אייער_קיכל האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:דענמאלץ ווער באשליסט צו דאס הייסט איבערגעגעבען "בקביעות" א געליעסטע קאר?
אז די פרוי אויף וועמענס נאמען די קאר איז געווען רעגיסטרירט זאגט אז זי האט נישט קיין אנונג ווער די דרייווער פון די קאר איז געווען ווייל די קאר האט קיין שייכות מיט איר א חוץ אז די ליעס איז אויף איר נאמען, הייסט דאס בקביעות
יא, דאס הייסט בקביעות - חוץ אז זי זאגט ליגענט.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 6:26 pm
דורך משיח
משה יענקל האט געשריבן:איבער צונעמען א ליעס איז אויך דא אן עצה אז מ'מאכט דעים נייען אן אדישינאל אויפן ליעס
ריכטיג,
איך רעד ווען דער ערשטער וויל מער נישט זיין אויף די אינשורנס פאליסי, דאן שרייבט מען איבער די קאר אויפן צווייטענס נאמען.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 6:27 pm
דורך משיח
SPUSMN האט געשריבן:דער אינשורענס קאמפעני וויל קיינמאל נישט צאלען, און ווען זיי מוזען, צאלען זיי נאר וויפיל זיי מוזען און א פעני נישט מער. זיי האבען די בעסטע לאויערס און עקספיריענס ווי זיך ארויס צו דרייען פון דארפען באצאלען. עס איז אייביג ידם על עליונה אפילו ווען אלעס איז הינדערט פרעצענט כשר וישר.
נישט ווייט פון אמת, אבער ווען אלעס גייט כשורה, צאלן זיי אלעס וואס זיי דארפן על פי געזעץ באצאלן,
זיי פרובירן צו כאפן א סיבה פארוואס נישט צו דארפן צאלן, אבער רוב מאל צאלן זיי.