בלאט 1 פון 2
קאר פאר ביליג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 10:45 am
דורך משה יענקל
DREZDNER CHAVORLAT
האט ארויס געלייגט אן אדווערטייזמענט אז מען קען ליסען א
CHEVY TREVERSE פאר 169 א חודש
די אפפער עקספייערט ינואר 2
קען זיין אז עס איז שוין דא אזא אשכול אדער נישט דא איז די פלאץ דערפאר אבער אזוי ווי איך בין נאך א גרינער דא קען איך מיר נאכנישט אויס איז אדרבה זייט מיר מודיע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 10:57 am
דורך פארוואס נישט...
כ'וואלט אויך געוואלט וויסן...
פאר עטליכע חדשים צוריק האט ער אויך געהאט בערך אזא פרייז אויף דעם קאר, זאלן קומען די וואס האבן נהנה געווען און מיטטיילן זייער עקספיריענס.
וואס זענען די מעלות און חסרונות פון דעם קאר/דיעל?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 11:05 am
דורך Ron Paul
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 11:18 am
דורך שנאפס
קוקט אויס ווי $169 איז אן טעקס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 11:26 am
דורך היימישער איד
די פרייז איז פאר טעקס און + 1500 GM Points
ס'איז ביליג אבער נישט אזוי ביליג ווי די אנאנס שרייט. עס איז געשריבן אויף די ביליגסטע אופן פון שרייבן אנשטאט די אויפריכטיגע פרייז.
פאר מער אינפארמאציע ביטע זיך פארבינדן מיט דרעזדנער דיירעקט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 11:35 am
דורך משה יענקל
וואס מיינט GM POINTS?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 11:48 am
דורך שמעק_טאביק
אז מען האט א GM קרעדיט קארטל און מען האט פוינטס ביי זיי.
בקיצור, די גאנצע מעשה איז באלאני.
וויפיל איז דער ריכטיגער פרייז, אנעסטלי?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 11:49 am
דורך שמעק_טאביק
קאמפארט אויטא און אנדערע היימישע ליעסינג קאמפאניס האבן עס פאר $289 פלאס טעקס (בערך $315 מיט טעקס)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 12:01 pm
דורך שנאפס
סיגנעטשור ליעסינג זאגט מיר אז ער האט דאס אויך פאר דעם פרייז פאר טעקס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 12:10 pm
דורך פארוואס נישט...
וואס טוט זיך מיט די קאר אליינס? האט איינער עקספיריענס דערמיט? וואס זענען די מעלות און חסרונות?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 12:11 pm
דורך משה יענקל
מען דארף צורעכענען די געז וואס א טרעקל ניצט א חודש........
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 12:13 pm
דורך פארוואס נישט...
טרונקט עס ווי א טרעקל אדער ווי א מיניווען?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 12:58 pm
דורך מידער
אביסל מער ווי דער מיני ווען, לויט די אפיציעלע רעגירונג'ס ראטע ניצט ער דורכשניטליך 19 מפ"ג. די סיענע/אדיסי/קרייסלער מיניווענס נוצן 20/21/21.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 1:11 pm
דורך bailout
איך האב אים גערופן, ס'איז דא צוויי תנאים.
1) די מוזט האבן א GM קרעדיט קארד, מיט 1500 פוינטס דערויף.
2)די אדער א קא סיינער מוז יעצט האבן א נאן GM ליעס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 2:17 pm
דורך מאנ-יימער
bailout האט געשריבן:איך האב אים גערופן, ס'איז דא צוויי תנאים.
1) די מוזט האבן א GM קרעדיט קארד, מיט 1500 פוינטס דערויף.
2)די אדער א קא סיינער מוז יעצט האבן א נאן GM ליעס.
וויפיל דארף מען אראפלייגן אויפן פלאץ?
וויפיל קומט עס אויס נאך טעקס, פי'ס ושאר ירקות?
איך קלער ערנסט דערפון
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 3:07 pm
דורך קוועטשער
uses a lot of gas
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 7:55 pm
דורך מאנ-יימער
איינער קען מיר זאגן די חסרונות פון די קאר? די מעלות קען איך טרעפן אנליין גענוג און נאך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 8:21 pm
דורך מידער
די וואס האבן עס רעדן זיך בעיקר אפ אויף גאזאלין טרינקעריי.
אויב זיכסטע א דריי רייע זיצן קאר וואס מוז נישט זיין אזוי ברייט ווי דער מיני-ווען, איז דאס לכאורה א גוטע אויסוואהל. נאכדערצו דו האסט דא אוו"ד און לכאורה אויך לעדערנע זיצן.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2012 10:05 am
דורך מאנ-יימער
אלל וויל דרייוו האט עס אבער לעדערנע זיצן האט עס נישט (וואס איך האלט אלץ א מעלה, נאכן זיצן א האלבע שעה אויפן לעדערנעם זיץ הייב איך אלץ אן צו שוויצן),
וועגן די גאז טרינקעריי האב איך פאר אינטערעסאנטקייט געמאכט דעם חשבון, די חילוק צווישן די שעווי טרעווערס וואס זיי גיבן אן אז עס גייט אויף 17 מפג, און די האנדא אדאסי וואס גייט אויף 20 מפג, קומט אויס א חילוק פון בערך דריי צענט פער מייל, ואידך חושבנא זיל גמור, יעדער קען זיך מאכן דעם חשבון לויט וויפיל מייל ער פארט א וואך צו ס'לוינט אים די דיל.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2012 10:10 am
דורך טייבעלע
אז מען שוויצט אין די לעדערנע זיצן קאן מען דאך אנצידען די אריין געבויעטע קילער אינעם זיץ און עס אפקילען.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2012 12:35 pm
דורך מאנ-יימער
און אויב האט מען נישט די אריינגעבויעטע קילער?
וואס איז בכלל די מעלה פון לעדערנע זיצן, חוץ אז ס'איז טייערער און מ'קען עס גרינגער אפוואשן.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2012 1:06 pm
דורך שנאפס
אז עס ברענט ווען מען זעצט זיך אריין אום זומער
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2012 11:26 am
דורך מאנ-יימער
לעדער ברענט נאכן זיצן א האלבע שעה דערויף, ווינטער און זומער צוגלייך.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2012 11:33 am
דורך שנאפס
א חבר זאגט מיר אז עס האט נישט קיין גוטן פיק-אפ
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2012 11:40 am
דורך משזר
שנאפס האט געשריבן:א חבר זאגט מיר אז עס האט נישט קיין גוטן פיק-אפ
דאס איז א חיסרון נאר אויב די קאר וואס די האסט יעצט האט יא א גיטע פיקאפ.