בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2012 11:43 am
דורך אייער_קיכל
מאנ-יימער האט געשריבן:לעדער ברענט נאכן זיצן א האלבע שעה דערויף, ווינטער און זומער צוגלייך.
כ'האב מורא מ'האט דיך אריינגע'נער'ט מיט פלעסטיק וואס קוקט אויף ווי לעדער (ע"ע האנדעי וואס קוקט אויס ווי לעקסוס), עכטע לעדער ברויך נישט צו ברענען, כ'האב געהאט לעדערנע זיצן זומער, חוץ די ערשטע מינוט ווען מ'קומט אריין אין קאר האב איך נישט געהאט קיין פראבלעם ס'זאל ברענען
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2012 11:50 am
דורך שמעק_טאביק
שנאפס האט געשריבן:א חבר זאגט מיר אז עס האט נישט קיין גוטן פיק-אפ
עס האט יא א גוטע פיקאפ. לכה"פ נאך אזוי גוט ווי א מיניווען. אודאי קען מען נישט "רייסן" מיט דעם, אבער פאר 99% אינגעלייט איז עס מער ווי גענוג.
ער האט אסאך (281) פערדן-כח (הארספאוער), בשעת דער אדיסי פארמאגט בלויז 248, און די סיענע 278.
און פאר 2013 האבן זיי פארבעסערט דעם טראסנמישאן, אזוי אז עס שפירט זיך שנעלער.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2012 11:54 am
דורך משה יענקל
מ'טענהט זיך שוין צו לאנג עס לויפט שוין כמעט אויס די אפפער.........
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2012 2:19 pm
דורך שנאפס
און אויב איך האב נישט קיין קאר איז עס א מעלה?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 3:10 pm
דורך יואל שווארטץ
איך האב שוין פרובירט אפאר Traverse'ס. קיין איינע האט נישט גוט געצויגן לאקעל. אויפן הייוועי איז געווען סאך בעסער.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 3:41 pm
דורך תרגום יונתן
א ידיד מיינער האט געהאט איינס און עס געטוישט נאך א יאר צו א סיענע. ער זאגט פאר א פאמיליע טוט גארנישט ביעטן א מיניווען.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 5:26 pm
דורך שמעק_טאביק
דאס איז אלטע נייעס.
אבער מען רעדט דאך פון אזא פרייז,
און אויך זענען פאראן א טייל יונגעלייט וואס א אלטמאדישע מיני ווען איז שוין נישט גענוג קיהל פאר זיי, זיי דארפן זאגאר א סטעישאן ווא-- עמ.. כ'מיין א יו עס ווי...
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 5:34 pm
דורך משה יענקל
נאך איין טאג פארבליבען נישט זיך טעהנען טראכט אריין
שווארצע דזשיפ מיט טינטעד ווינדאוס פאר 169 א חודש
וואס גייט דיר אז די שוויצט אינעווענדיג....
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 5:36 pm
דורך מאנ-יימער
ער האט נישט קיין שווארצע...
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 5:39 pm
דורך משה יענקל
מאנ-יימער האט געשריבן:ער האט נישט קיין שווארצע...
או די גאנצע חלום צובלאזען.....
ווייסט אפשר ווי אזוי איך קען קענסלען מיין סקענער?????????
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 5:40 pm
דורך מאנ-יימער
משה יענקל האט געשריבן:מאנ-יימער האט געשריבן:ער האט נישט קיין שווארצע...
או די גאנצע חלום צובלאזען.....
ווייסט אפשר ווי אזוי איך קען קענסלען מיין סקענער?????????
זאג נאר, ביזט צולאזט?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 11:52 pm
דורך מאנ-יימער
יואל שווארטץ האט געשריבן:איך האב שוין פרובירט אפאר Traverse'ס. קיין איינע האט נישט גוט געצויגן לאקעל. אויפן הייוועי איז געווען סאך בעסער.
כ'מיין אז ס'איז א V6, ווי שלעכט קען עס שוין זיין? (כ'רעד שטותים? כאניש קיין אהנונג וואס א V6 מיינט)
פופציג דאלער א חודש!
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 8:15 am
דורך derech eretz
קול מבשר פארציילט ביי די אקטועלע נייעס פון לעצטן דאנערשטאג איבער א קאמפאני אין גאושען וואס האט יעצט גענוצטע קארן פאר ארום פופציג דאלער א חודש! איך פארשטיי נישט דערצו, ווער קען מיר זאגן אויב ס'איז ווערט די געלט?
1-1-6 פונעם מעין מעניו
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 8:39 am
דורך יואל שווארטץ
מאנ-יימער האט געשריבן:יואל שווארטץ האט געשריבן:איך האב שוין פרובירט אפאר Traverse'ס. קיין איינע האט נישט גוט געצויגן לאקעל. אויפן הייוועי איז געווען סאך בעסער.
כ'מיין אז ס'איז א V6, ווי שלעכט קען עס שוין זיין? (כ'רעד שטותים? כאניש קיין אהנונג וואס א V6 מיינט)
א v6 איז טאקע א שטארקערע ענדשין ווי א v4 אבער אזא טראק גלייב איך שווער אז ס׳וואלט עפעס געצויגן בכלל אויף א v4.
איך בין נישט אזוי גוט אין מסביר זיין שריפטליך, מעגליך אז מיר וועלן זוכה זיין צו א זאפטיגע הסבר פון לכתחילה.
בקיצור, דו רעדסט נישט קיין שטותים, א v6 איז שטערקער ווי א v4.
אבער נאך אלעם איז נאך אלץ אמת וואס כ׳האב געשריבן וועגן די פיקאפ.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 2:08 pm
דורך פארוואס נישט...
derech eretz האט געשריבן:קול מבשר פארציילט ביי די אקטועלע נייעס פון לעצטן דאנערשטאג איבער א קאמפאני אין גאושען וואס האט יעצט גענוצטע קארן פאר ארום פופציג דאלער א חודש! איך פארשטיי נישט דערצו, ווער קען מיר זאגן אויב ס'איז ווערט די געלט?
1-1-6 פונעם מעין מעניו
קיין סאך ווייס איך נישט, אבער דאס ווייס איך אז זייערע ליעס ספעשלס גייען מיט א $995 דאון פעימענט אחוץ די 1'טע פעימענט-DMV Fees-טעקסעס און בענק פיס...
אויב רעדט מען פון א 24 Month Lease, רעכן שוין צו $41.50/Month, אויב רעדט מען פון א 36 Month, רעכן $27.50.
קען זיין ס'איז נאך אלס א מציאה, אבער די מציאה קען מען לכאורה טרעפן ביים היימישן דיעלער פונקט אזוי, גיי אריין צו עני דיעלער און בעט אים דעם ביליגסטן דיעל ווען דו לייגסט אראפ $1000 דאון פעימענט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:28 am
דורך משה יענקל
Nissan Santra for only $125 a month.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 11:41 am
דורך משה יענקל
משה יענקל האט געשריבן:Nissan Santra for only $125 a month.
u can probably get this deal by all leasing companys
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 11:58 am
דורך פארוואס נישט...
הוא מותיב והוא מפרק....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:00 pm
דורך משה יענקל
איינער האט מיר אנגעפרעגט און אישי, האב איך דא געענפערט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:44 pm
דורך פארוואס נישט...
יפה עשית! ווען א קלוגער מאן רעדט צו זיך הויעך, קענען זיך אנדערע לערנען....