בלאט 1 פון 1
אויב קענט איר נישט פארקן? קומט קיין וומ"ס
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 30, 2012 10:15 pm
דורך זאלץוואסער
מיין חבר "מייקראסאפט" דערציילט מיר א געשיכטעלע. וואס האט מיר געברענגט צו מוסיף זין א הערה'לע פאר ווער עס קען האבן נוצן דערפון.
זיצט ער זיך אין קאר און שמועסט מיט מיר און מיט נאך אויף גוגל טאלק און אויף טעקסט, ער איז בעצם א פארנומענער מענטש, ווען אין א קאר פארנט פון אים וויל זיך אריין פארקן, און לכאורה שוין אזוי לאזן די קאר ביז ווען עס קומט די נעקסטע אלטערנעט סייד פארקינג גערוקעכץ. וויל ער דאך אבער זיין באקוועם, און וויסן זיכער אז זיין קאר שטייט גראד, האט ער צוויי וועגן וויאזוי עס צו טון. 1. ער קען קוקן פון ארונטער, אדער אין שפיגל, און קלאר זעהן אז אין די קאר אינטער אים זיצט אן ערנסטער פארנומענער אינגערמאן, און ער קען איינוועגס אויך זעהן אז זיין קאר האט נאך נאר 3 אינטשעס צום בעקן. די צווייטע און מער אנגענומענע וועג איז ווי איינער זאגט: איך גלייב נישט ביז איך שפיר עס, און איינוועגס געבן צו שפירן פאר יענעם אויך. כאפט מייקראסאפט א רוק ער שאקלט זיך ווי א הושענא, און איך באקום פון אים ביי מיסטעיק א טעקסט וואס האט זיך געדרוקט פונעם שאקל, און דער בחור פארט ארויף צוריק, און פרובירט נאכאמאל צו זעהן (שפירן) אויב די קאר אינטער אים איז קלענער געווארן, אדער איז עס נאך דארט?.??
אזוי גייט דער שפיל הין און צוריק עטליכע מאל אן קיין שום געוויסנס ביסן, און ער שפאצירט ארויס פון קאר מיט די שליסלעך אין מויל און א בעג אין די האנט, קוקט צוריק מיט ביטול ווי איינער פרעגט: ווער האט דיר געהייסן שטיין אין וועג?
איז מיר איינגעפאלן אז אפשר אזא אינגערמאן און נאך וואס זענען געוואוינט צו דעם מאדנעם פארקעריי זאלן עפענען א סקול פאר פארקינג... זאל די וועלט אויך וויסן וויאזוי מ'דארף פארקן, און וויאזוי מ'מאכט זיכער אז מ'איז גוט אריין געשטעלט.
מייקראסאפט האט נעבעך געווארט אין קאר יענער זאל זיך ענטשולדיגן פאר אים... ער ווארט נאך יעצט... קען אים איינער גיין אויפוועקן צו זמן קרי"ש?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 30, 2012 10:46 pm
דורך מייקראסאפט
יא דא בין איך, אין די מעשה איז טאקע וואר!
שכויעך זאלצי פארן איבערזעצן די מעשה אזוי שיין מיט אזא שריפט, די שרייבסט נאך אלץ אין די טינקעל??? (פאר די וואס ליינען עס שפעטער דעיס איז געשריבען געווארן ווען עס איז געווען א בלעק אויט אין פארשידענע געגענטער אריינגערעכענט דארט ווי ר'זאלץוואסער וואוינט)..
עניוועי איך שרייב דא די לייסענעס פלעיט נאמבער פין די קאר Bme3**0 איך האב אויסגעלאזט די מיטן וועגן גילוי.
זאלצי א גיטע נאכט!
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2012 8:36 am
דורך ידיד
זאג מיר נישט אז ס'איז די ערשטע מאל וואס דו הערסט פון אזא שרעקליכע מעשה.. אני הקטן בין שוין כמה פעמים געווען אינוואלווד אין אזא עקסידענט (אויף ביידע זייטן פון די מעשה...)
ביי אונז זאגט מען אז פארקינג איז א פילינג זאך, מ'פארקט אזוי לאנג ביז מ'פילט עפעס...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2012 9:21 am
דורך pianist
פארגאנגענע וואך האט זיך איינער
שטארק אויסגעגבן זיין כעס איבער
די פראבלעם, אין א היימישע
צייטונג
אבער נישט אזוי גוט אראפגעלייגט ווי זאלצי..
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2012 10:28 am
דורך אנעים זמירות
ר' זאלץ,
האסט דא אנגערירט א ווייטאגליכע נושא. אויפען ענין פון פארקען קען מען שרייבען גאנצע בלעטער אבער 'עס אלעס קאכט זיך אראפ' צו איין ווארט: טייל אירע זענען מענטשען און טייל אירע זענען אוממענטשען.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2012 10:52 am
דורך שמחת החיים
אנעים זמירות האט געשריבן:ר' זאלץ,
האסט דא אנגערירט א ווייטאגליכע נושא. אויפען ענין פון פארקען קען מען שרייבען גאנצע בלעטער אבער 'עס אלעס קאכט זיך אראפ' צו איין ווארט: טייל אירע זענען מענטשען און טייל אירע זענען אוממענטשען.
אה יעס!
איך קען מיך נאך אלס נישט בארואיגן פון א פארקינג ספעקטאקל וואס כהאב בייגעוואונט אפאר חדשים צוריק אזוי בערך 7-8 פארנאכטס אויף לי עוו. אין ווילי.
א אינגערמאן האט געלייגט א אויג אויף א פארקינג ספאט ביי א אנהייב גאס. מער פונקטליך אויף לי קאר. היוז סט נעבן די זילבער סטאר. ער האט זיך געריקט צו די זייט און שטייטצעך זיך געריקט אביסל פאראויס אריין אינעם אינטערסעקשאן כדי ער זאל זיך קענען געהעריג אריין שטעלן. אזוי קוקנדיג באמערק איך ווי ס'קומט צו רייסן א קאר פון א גאס אוועק און ער שטעלט זיך אריין אזוי האלב שיעף אינטער דעם בעקנדן קאר, ער וויל דא פארקן. איי זעהסט נישט ווי איינער זיצט שוין האלבוועגס אינעם ספאט. גיי טענה דיך מיט א אוממענטש. אזוי זענען זיי געשטאנען אפאר מינוט זיך פייפענדיג איינער אויפן אנדערן. דער צווייטער האט אפילו אויסגעלאשן דעם שיעפן האלב געפארקטן קאר סטראשענדיג אז ער ריקט זיך נישט פון דא, ביז די ערשטער האט אודאי אויפגעגעבן. די בלוט איז מיר ממש ארויף אין קאפ פון אזא דרגא ב'אוממענטשליכקייט. איך שרייב די ביסל פרטים אז טאמער די ערשטער בע'עוול'טער וועט זיך פארוואגלען אהער זאל ער כאטש זעהן אז מהאט צוגעזעהן דאס אומרעכט.
איך זאג נישט, ווער ס'ווייסט, אזא מענטש האט באמת געקענט זיין אביסל פראסטרעיטעד נאכן מעגליך שוין מאכן א שיין ביסל הקפות צו זוכן פארקינג. דאך איז דאס נישט קיין תירוץ זיך אויפצופירן מיט אזא רשעות.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2012 10:57 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
יא יא!! די קענסט שרייבן אזעלעכע מעשיות טאג און נאכט
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2012 11:03 am
דורך פליגל
האללא! ר' זאלץוואסער, דא אין סיטי לערנט מען אזוי אויס דרייווען, הלמאי די שפיגלעך פארן אראפ בכל עת מצוא האט מען נישט קיין אנדערע ברירה נאר פארקן ביז מ'שפירט אז מ'קען שויניש מער.
כ'אב שוין אמאל געשריבן אן אשכול איבער וויזוי כ'האלט אז מ'ברויך צי פאבריצירן קארס ספעציעל פאר ניו יארק, ווער ס'אט א מינוט געדולד קאן'ס ארויפשלעפן פון בעיסמענט. די קעפל הייסט עפעס ווי; נייע מאדעל קאר פאר 2014.. כ'דענק נישט עפעס אזוי.
שמחת החיים;
דער איז א חי' דאס איז נישט קיין שאלה, עמו אנכי בפארקינג, כ'אב שוין אויך געליטן פון אזא אוממענטש אבער מ'ברויך נישט ציקומען קיין וומ"ס פארדעם, קאנסט גיין צו די בעסערע פלעצער ווי "מענערס" האט א גרעסערע געוויכט וואס איך האב אלס ציגעזען דארט בנוגע פארקינג.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2012 12:26 pm
דורך ים רויבער
ידיד האט געשריבן:זאג מיר נישט אז ס'איז די ערשטע מאל וואס דו הערסט פון אזא שרעקליכע מעשה.. אני הקטן בין שוין כמה פעמים געווען אינוואלווד אין אזא עקסידענט (אויף ביידע זייטן פון די מעשה...)
ביי אונז זאגט מען אז פארקינג איז א פילינג זאך, מ'פארקט אזוי לאנג ביז מ'פילט עפעס...
נוסח אחר: אין וויליאמסבורג פארקט מען מיט געפיהל
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2012 12:36 pm
דורך שאהן הענניטי
שמחת החיים האט געשריבן:אנעים זמירות האט געשריבן:ר' זאלץ,
האסט דא אנגערירט א ווייטאגליכע נושא. אויפען ענין פון פארקען קען מען שרייבען גאנצע בלעטער אבער 'עס אלעס קאכט זיך אראפ' צו איין ווארט: טייל אירע זענען מענטשען און טייל אירע זענען אוממענטשען.
אה יעס!
איך קען מיך נאך אלס נישט בארואיגן פון א פארקינג ספעקטאקל וואס כהאב בייגעוואונט אפאר חדשים צוריק אזוי בערך 7-8 פארנאכטס אויף לי עוו. אין ווילי.
א אינגערמאן האט געלייגט א אויג אויף א פארקינג ספאט ביי א אנהייב גאס. מער פונקטליך אויף לי קאר. היוז סט נעבן די זילבער סטאר. ער האט זיך געריקט צו די זייט און שטייטצעך זיך געריקט אביסל פאראויס אריין אינעם אינטערסעקשאן כדי ער זאל זיך קענען געהעריג אריין שטעלן. אזוי קוקנדיג באמערק איך ווי ס'קומט צו רייסן א קאר פון א גאס אוועק און ער שטעלט זיך אריין אזוי האלב שיעף אינטער דעם בעקנדן קאר, ער וויל דא פארקן. איי זעהסט נישט ווי איינער זיצט שוין האלבוועגס אינעם ספאט. גיי טענה דיך מיט א אוממענטש. אזוי זענען זיי געשטאנען אפאר מינוט זיך פייפענדיג איינער אויפן אנדערן. דער צווייטער האט אפילו אויסגעלאשן דעם שיעפן האלב געפארקטן קאר סטראשענדיג אז ער ריקט זיך נישט פון דא, ביז די ערשטער האט אודאי אויפגעגעבן. די בלוט איז מיר ממש ארויף אין קאפ פון אזא דרגא ב'אוממענטשליכקייט. איך שרייב די ביסל פרטים אז טאמער די ערשטער בע'עוול'טער וועט זיך פארוואגלען אהער זאל ער כאטש זעהן אז מהאט צוגעזעהן דאס אומרעכט.
איך זאג נישט, ווער ס'ווייסט, אזא מענטש האט באמת געקענט זיין אביסל פראסטרעיטעד נאכן מעגליך שוין מאכן א שיין ביסל הקפות צו זוכן פארקינג. דאך איז דאס נישט קיין תירוץ זיך אויפצופירן מיט אזא רשעות.
די איינציגע וועג ווי אזוי מ'קען פארשטיין די מעשה, און דאדורך דעם איינזעצן אז ס'איז נאר געווען א חי' בצורת אדם און נישט קיין אמת'ע חיה בצורת חי' איז אז מ'רעדט דא פון אזא איינעם וואס ווען ער קומט אין היכל התורה לערנען (כ'מיין פערפארמען "ערנסטע בעה"ב") וועט ער מאכן פונקט אזא איבערקעריניש אויב איינער וועט זיצן דארטן, סאו איך שאץ אז דער איד פארקט דארט יעדן טאג (אדער האט ער איינמאל געפארקט דארט און פון דאמאלטס מיינט ער אז ער פארקט דארט יעדן טאג) איז ער געווארן געפערליך גערעגט אז איינער נעמט אים צו זיינס א פארקינג.
הקיצור ס'איז א קאמפליצירטע נושא
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2012 12:44 pm
דורך שנאפס
שוין גארנישט קאמפליצירט, א משוגענער און פערטיג
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2012 12:47 pm
דורך שאהן הענניטי
ס'איז פארהאן סטענדערד משוגעים, און נאכדעם זענען דא קאמפליצירטע משוגעים.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2012 12:48 pm
דורך ירוחם
ס'האט מיר אמאל געזאגט א וויליאמסבורגע גוי אז אין וויליאמסבורג פארקט מען מיט די אויערן.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2012 1:27 pm
דורך שמחת החיים
שאהן הענניטי האט געשריבן:שמחת החיים האט געשריבן:אנעים זמירות האט געשריבן:ר' זאלץ,
האסט דא אנגערירט א ווייטאגליכע נושא. אויפען ענין פון פארקען קען מען שרייבען גאנצע בלעטער אבער 'עס אלעס קאכט זיך אראפ' צו איין ווארט: טייל אירע זענען מענטשען און טייל אירע זענען אוממענטשען.
אה יעס!
איך קען מיך נאך אלס נישט בארואיגן פון א פארקינג ספעקטאקל וואס כהאב בייגעוואונט אפאר חדשים צוריק אזוי בערך 7-8 פארנאכטס אויף לי עוו. אין ווילי.
א אינגערמאן האט געלייגט א אויג אויף א פארקינג ספאט ביי א אנהייב גאס. מער פונקטליך אויף לי קאר. היוז סט נעבן די זילבער סטאר. ער האט זיך געריקט צו די זייט און שטייטצעך זיך געריקט אביסל פאראויס אריין אינעם אינטערסעקשאן כדי ער זאל זיך קענען געהעריג אריין שטעלן. אזוי קוקנדיג באמערק איך ווי ס'קומט צו רייסן א קאר פון א גאס אוועק און ער שטעלט זיך אריין אזוי האלב שיעף אינטער דעם בעקנדן קאר, ער וויל דא פארקן. איי זעהסט נישט ווי איינער זיצט שוין האלבוועגס אינעם ספאט. גיי טענה דיך מיט א אוממענטש. אזוי זענען זיי געשטאנען אפאר מינוט זיך פייפענדיג איינער אויפן אנדערן. דער צווייטער האט אפילו אויסגעלאשן דעם שיעפן האלב געפארקטן קאר סטראשענדיג אז ער ריקט זיך נישט פון דא, ביז די ערשטער האט אודאי אויפגעגעבן. די בלוט איז מיר ממש ארויף אין קאפ פון אזא דרגא ב'אוממענטשליכקייט. איך שרייב די ביסל פרטים אז טאמער די ערשטער בע'עוול'טער וועט זיך פארוואגלען אהער זאל ער כאטש זעהן אז מהאט צוגעזעהן דאס אומרעכט.
איך זאג נישט, ווער ס'ווייסט, אזא מענטש האט באמת געקענט זיין אביסל פראסטרעיטעד נאכן מעגליך שוין מאכן א שיין ביסל הקפות צו זוכן פארקינג. דאך איז דאס נישט קיין תירוץ זיך אויפצופירן מיט אזא רשעות.
די איינציגע וועג ווי אזוי מ'קען פארשטיין די מעשה, און דאדורך דעם איינזעצן אז ס'איז נאר געווען א חי' בצורת אדם און נישט קיין אמת'ע חיה בצורת חי' איז אז מ'רעדט דא פון אזא איינעם וואס ווען ער קומט אין היכל התורה לערנען (כ'מיין פערפארמען "ערנסטע בעה"ב") וועט ער מאכן פונקט אזא איבערקעריניש אויב איינער וועט זיצן דארטן, סאו איך שאץ אז דער איד פארקט דארט יעדן טאג (אדער האט ער איינמאל געפארקט דארט און פון דאמאלטס מיינט ער אז ער פארקט דארט יעדן טאג) איז ער געווארן געפערליך גערעגט אז איינער נעמט אים צו זיינס א פארקינג.
הקיצור ס'איז א קאמפליצירטע נושא
איך האב גראדע געפאללאוט דעם איד און געזען אז ער גייט אריין אין גרינפעלד'ס פוד צו קויפן א נאכטמאל, מילא עלעך מוזן איינזעצן אז ער איז פשוט געווען הונגעריג און דאס האט אים געדרייווט אזוי אוממענטשליך כידוע ליודעי הונגעריגע מענטשן...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2012 8:38 pm
דורך market
ירוחם האט געשריבן:ס'האט מיר אמאל געזאגט א וויליאמסבורגע גוי אז אין וויליאמסבורג פארקט מען מיט די אויערן.
http://www.ivelt.com/forum/posting.php?mode=quote&f=69&p=618285#

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 02, 2012 12:15 am
דורך לכאורה
אין ליכט פון די גאזאלין מאנגל, ליינט זיך דער קעפל פונעם אשכול גאנץ אנדערש.
לאנגע רייעס פון פארקירטע קארס שלענגלען זיך לענגאויס די שטראזן, בלויז צו הערן נאך פינף שטונדן אז דער סטאנציע איז אפגעשלאסן געווארן אויף די נאכט...
אויב קענט איר נישט פארקן? קומט קיין וומ"ס - אן קיין גאזאלין וועט איר מוזן פארקן