בלאט 1 פון 1
פאליציאנטקע פארטיילט אומ'יושר'דיגע טיקעט'ס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:02 pm
דורך היימישער איד
א נייע אנשיקעניש דאהי לעבן און אין ווימ"ס, א פאליציאנטקע שטעלט אפ רענדאמלי קאר'לעך און טיילט זיי אויס טייערע שטראפן פארן רעדן אויפן סעלפאן כאטש די אידן זאגן קלאר אז זיי האבן נישט געהאלטן אפי' די טעל אין ס'הענט.
אויב מען טענה'ט זיך מיט איר זאגט זי פרעך 'יור עי לייער' (ביזט א ליגענער) [תולה קללתו באחרים דער שקרן'טע זאגט אז דער איש האמת איז א שקרן].
אלענפאלס צוויי מעשיות ווייסן מיר איינס האט זיך אפגעשפילט נעכטן צופרי און די אנדערע היינט בערך די זעלבע צייט.
די ערשטע האט באקומען טאקע דעם טיקעט באופן הנ"ל. היינט האט ער געהאט מער מזל זינט ער האט געהאט א עד אחד אינעם קאר וואס האט געשריגן פארקערט. ובנוסף לזה האט ער "בכלל" נישט געהאט קיין סעלפאון ביי זיך.
מערקעוודיג ווי ווייט ס'גייט איר רשעות ער האט איר גע'אפפערט זי זאל אונטערזיכן דעם גאנצן קאר און טרעפן א סעלפאן בכלל, זי האט בלויז געזאגט אז ער איז א ליגענער. הערשט ווען די עד אחד האט זיך קעגנגעשטעלט האט זי אויפגעגעבן. מסתם האט זי געמאכט דעם חשבון אז אויב דאס וועט אנקומען אין געריכט וועלן זיין צוויי קעגן איינס אז ער האט בכלל נישט קיין סעלפאן געהאט און איר 'ביזנעס' וועט זיך אפשטעלן.
אלזא וואס קען מען דא טאן?
ווי איז
גרויזאמער'ס פאשקעווילן ווען מ'ברויך עס אזוי וויכטיג?!
אין די פארגאנגענהייט האביך שוין געזען פארשידענע מודעות צו קאלן א נומער אויב מ'האט באקומען א טיקעט פון א געוויסע פאליס. איז געווען סוקסעס פאר די וואס האבן גערופן? וואס האט דער וועם מ'האט גערופן געטאן מיט די אלע רופער'ס?
ווער ס'האט סיי וועכע אינפא וואס קען העלפן שטעלן דעם רויבערקע מיט מונדירן צו גערעכטיגקייט זאל זיך ווענדן צום קנ"א מיסברויכן-פארשונג טישל.
נ.ב. ביטע נישט שיקן אישי פאר מיר פרעזענדליך זינט איך פלאן נישט צו פירן די מערכה כ'וויל אנדערע זאלן עס טאן...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:05 pm
דורך leiby
געהערט אן איידיע לעצטענס צו האלטן א ווידיאוי אין קאר, אזוי האט מען פרוף פאר די דזשאדזש און מ'קען איר נאך פייערן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:16 pm
דורך מאנ-יימער
ס'איז אן אלטע פראבלעם א חבר מיינער האט א האלבע יאר צוריק אויך באקומען א טיקעט פארן רעדן אויפן סעלפאון כאטש ער האט נישט גערעדט אדער געהאלטן א סעלפאון און די האנט
א וואך דערנאך האט ער ווידער געהאט מזל ווען א פאליס האט אים אפגעשטעלט פארן נישט אנהאבן סיט בעלטס כאטש ער האט יא אנגעהאט זיין סיט בעלט, דער פאליס האט גע'טענה'עט אז ער האט עס אנגעטוהן בשעת ער האט אים אפגעשטעלט
די עצה פון ווידיאו איז אביסל נערוון ברעכנד ווייל גיי לייג אריין א ווידיאו קעמרע אין דיין קאר ווייל אפשר וועט עס געלונגען אז א פאליס זאל אים אפשטעלן אומשולדיג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:14 pm
דורך היימישער איד
תיקון טעות: ביידע עפיזאדן זענען געווען נעכטן.
איינער פון די באטראפנע יונגעלייט האבן מיר צוגעשיקט א מאפע פון די פלאץ ווי ביידע עפיזאדן האבן זיך אפגעשפילט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 5:13 pm
דורך זאלץוואסער
עס איז אויך גוט אויב האט מען סתם אזוי נישט גערעדט אויפן טעלפאן אין די צייט פון דעם טיקעט, מ'זאל סעיוון די צייטן פון די פאון קאלל'ס אפשר קען מען דאס ווייזן פאר פראוו? אפשר?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 5:19 pm
דורך ווינקל
מען נעמט דא סשויניש אן. אפשר האסטו אן אנדערע סעל אויך וכו'.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:10 pm
דורך דערציילער
עס איז געווען אזא קאפ (פאליס) און בארא פארק פאר א פאר יאר צוריק, וואס האט געטיילט פאלשע טיקעטס, איך האב געהערט פון דעם פאר די מעשה איז געשען מיט מיר, און איך האב אלץ גע'טענה'עט אז מענטשן רעדן סתם.
איין טאג פאר איך אויף 53 צווישן 16 און 17 און ער שטעלט מיר אפ פארן נישט האבן סיט בעלטס, פונקט איז געשטאנען א פרוי לעבען ווי ער האט מיר אפגעשטעלט, פרעג איך איר האסטו געזען צו איך האב געהאט סיט בעלטס, און זי האט געזאגט אז יא.
ער האט גענומען מיין לייסענס און רעדזיסטרעישיאן און ער איז געגאנגען צו זיין קאר, ביזדערווייל האב איך גענומען די אינפארמעשן פון די פרוי, נאך א פאר מיניט קומט ער צוריק, ער געט מיר מיין לייסענס און רעדזיסטרעישיאן, און האט מיר נישט געגעבן א טיקעט.
ענק ווילן הערן ווייטער?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:20 pm
דורך למעלה משבעים
א שאלה, די רעדסט נישט צום לאמפ, כאטש איך הער דיר, וואס איז געווען ווייטער?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 9:11 pm
דורך גוגל
און?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:15 pm
דורך דערציילער
די מעשה ווייטער גייט אזוי
איך האב אים געבעטן זיין בעדז נאמבער, און ער האט מיר עס נישט געוואלט געבן, איך האב אראפ געשריבן זיין פלעט נאמבער און געקאלט 311 און געמאכט א קאמפלעין
א האלבע שעה שפעטער שפאציר איך אויף 16 ביי 49 זעי איך די זעלבע קאפ (פאליציי) מיט נאך א קרבן, פרעג איך אים פארוואס מען האט אים אפגעשטעלט? זאגט ער מיר אז די פאליציי טענה'עט אז איך האב גערעדט אויפן סעלפאן אבער עס איז נישט אמת. דערצייל איך אים מיין מעשה, און איך האב אים געהייסן שוין רופן 311, און מאכן א קאמפלעין.
די פאליציי קומט צום קאר און איך פונעם סייט וואלק בעט איך אים זיין בעדז נאמבער און ער מאכט זיך נישט וויסענדיג.
עס זענען געשטאנען דארט א גרויסע עולם, איך רוף זיך אן אין ענגליש, ענק זענען אלע עדות אז איך האב געבעטן זיין בעדז נאמבער און ער האט מיר עס נישט געוואלט געבן, און איך האב געהייסן יעדעם זאל רופן 311 און מאכן א קאמפלעין.
איך האב געקאלט יעדע וואך כאטשיק איין מאל צו הערן וואס טוט זיך מיט די קאמפלעין, און גארנישט. גערעדט צום וואנט.
נאך אפאר חודשים האב איך מחליט געווען אז מען דארף טוען מער.
איך האב געשיקט א אימעיל צו מעיער בלומענבערג און דערציילט די גאנצע מעשה, און אים געשריבן אז 311 איז גארנישט ווערט.
צוויי טעג דערנאך באקום איך א אימעיל פון .... (איך געדענק נישט) אז מען האט אים געטרענספערט צו א אנדערע לאקעישן. איך האב געטרייט אז ער זאל באקומען א גרעסערע עונש פון דעם אבער עס איז מיר נישט געגאנגען.
די נאמען פון די פאליציי אפיסער איז געווען מאסקעריני.
פרעגטס ענק נאך ביי די שומרים מעמבערס וועט איר הערן ווי סאך אידן האבן געליטן פון אים, און בזכות מיר האט מען אים פארשיקט פונעם היימישען עולם.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:17 pm
דורך גוגל
זכות הרבים תלוי בך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:20 pm
דורך דערציילער
ווען יעדער וואלט געמאכט יעדעס מאל א קאמפלעין וואלטן מיר אויפגעטוען א סאך, זיי ווייסן אז אונז אידעלעך טוען גארנישט, וועגען דעם טוען זיי מיט אונז וואס זיי ווילן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:33 pm
דורך דער קוטשער
איך בין שוין צוגעקומען צום הויפטקווארטיר פון די ניו יארק פאליציי דעפארטמענט, (פרעג מיך נישט וועלכע...) דורך 311, איך האב נישט סתם גערופן אז איך וויל מאכן א קאמפלעין פונעם דומם המדבר אויפ'ן אנדערן זייט טרייבל, נאר געוואלט וויסן איבער א געזעץ צו ס'איז אויסגעהאלטן פאר א פאליציי מאן צו טוען, און דעי חכם'טע האט מיך געשיקט צו אהין און צו אהער ביז כ'אב גערעדט צו איינעם מיט א ערענסטע שטימע, און מיר געענפערט וואס כ'אב געפרעגט ווי גלייך ער האט געליינט גרויזאמער'ס פאשקעוויל.
א ברודער מיינער האט שוין געטוען דאס זעלבע, איך געדענק שוין נישט די אישו, אבער ער האט אויך גערעדט צו די חברה, און מ'האט אים צוריק גערופן איינמאל און נאכאמאל ווילאנג די פראבלעם איז געסאלווד געווארן.
אויב רעדט זיך עס פון איינער וואס טוט פארלעצונגען אויפ'ן זעלבן פלאץ כסדר דארף מען עס קענען מסדר זיין.
שוין אלטע מעשות ביידע, אפשר היינט קען מען שוין נישט אזוי גרינג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 11:04 pm
דורך פליגל
דערציילער האט געשריבן:ווען יעדער וואלט געמאכט יעדעס מאל א קאמפלעין וואלטן מיר אויפגעטוען א סאך, זיי ווייסן אז אונז אידעלעך טוען גארנישט, וועגען דעם טוען זיי מיט אונז וואס זיי ווילן
עביוז אף פאוער האט מען שוין געהערט איבעראל.
--------
געווען אמאל אין וויליאמסבורג א רשע מרושע וואס האט אויסגעטיילט צרות צרורות פארן עולם, דערציילט מיר א איד אז דער רשע האט'ם אפגעשטעלט (נישט גוזמאן ימ"ש) און בעט אים זיין לייסענס, האט זיך דער איד אויסגעטאהן זיין סיעט בעלט און דער איז געווארן נערוועז שרייט'ר אים: אוי האסטו א לאנגע סיעט בעלט! דער איז צוריקגעקומען מיט א טיקעט פאר סיעט בעלט, דער האט זיך גענומען שרייען: דו האסט'ך מיר אליין געזאגט אז איך א לאנגע בעלט וואס זאגסטו אז כ'אב נישט קיין סיעטבעלטס? זאגט'ר אים נע; ס'יז נאר 90 דאללער (דעמאלס) אן קיין פוינטס באצאל'ס און פטור אן עסק..
וואס פון דעם טיקעט איז געבליבן ווייס'ך נישט אבער הערט א מעשה וויזוי מ'יז לויז געווארן פון דעם מטורף;
דער עולם איז גרייט?
דער שגץ האט זיך אמאל אנגעטרינקן כמו ששכתוב און האט געדרייווט כ'ווייס נישט וויזוי & וואסיז געווען די סיבה אז מ'אט'ס אנדטעקט אבער מען האט'ם אפגעשטעלט און געטאהן ווי דער געזעץ מ'ארעסטירט אזא איינעם, ני שוין מ'אט נאר געברוכט כאפן אז ער איז פאליס איז ער געפלויגן פון די פאליס דעפארטמענט.
כן יאבדו כל אויביך...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:32 pm
דורך ווינקל
גוגל האט געשריבן:זכות הרבים תלוי בך