בלאט 1 פון 1

קאר עירקאנדישאן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 3:10 pm
דורך צום זאך
עס קומט מיר אויס אין די זוממער אפט צו דינגען קאר'ן, האב איך אויפגעפאסט אז די עירקאנדישאן פון געוויסע קאמפאני'ס זענען נישט גוט!

מערסטנס איז מיר אויסגעקומען צו דינגען קאר'ן פון: GM, Toyota, Ford מאדעלן, ביי Toyota און Ford איז די ע/ק געווען פיין, ס'האט גוט אפגעקיהלט אין די הייסטע טעג, ביי GM מאדעל'ן (ארייגערעכנט ביואיק, שעווי, וכל שם וחניכא דאית ליה) איז די ע/ק נישט די בעסטע, עס קען טאקע בלאזן ווי א עלעפאנט, אבער אין א הייסע טאג ווען די שלעפסט פעקלעך פון הויז צום קאר און דו ווילסטעך דערנאך אריינזעצן אין קאר זיך אפצוקיהלן, ס'גייט נישט. דרייסט די דאקט לינקס רעכטס ארויף אראפ, נעע דאס הייסט נישט "קאלט".

האט עס נאך איינער באמערקט? איז שייך עפעס צו טוהן חוץ פארן מיט א בייק?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 3:49 pm
דורך אויפריכטיג
אז מען רעדט שוין פון קאר קאנדישאן מוז ארויסגעברענגט ווערן אז דער סיסטעם וויאזוי עס קילט אפ א קאר איז זייער צוריקגעשטאנען, פארוואס קען מען נישט אנשטעלן דעם קאר עיר קאנדישאן אזוי ווי א היים עיר קאנדישאן אז עס זאל זיך אנצינדן און אויסלעשן לויט א געוויסע גראד. מיטן איצטיגן סיסטעם טרעף איך זיך יעדע פאר מינוט מיט די הענט אויפן דריידל און איך צינד און לעש עס יעדע וויילע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 3:57 pm
דורך גוגל
אויפריכטיג האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון קאר קאנדישאן מוז ארויסגעברענגט ווערן אז דער סיסטעם וויאזוי עס קילט אפ א קאר איז זייער צוריקגעשטאנען, פארוואס קען מען נישט אנשטעלן דעם קאר עיר קאנדישאן אזוי ווי א היים עיר קאנדישאן אז עס זאל זיך אנצינדן און אויסלעשן לויט א געוויסע גראד. מיטן איצטיגן סיסטעם טרעף איך זיך יעדע פאר מינוט מיט די הענט אויפן דריידל און איך צינד און לעש עס יעדע וויילע.

די האנדע אדיסי ארבעט שוין אזוי און עס איז זייער געשמאק טאקע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 3:59 pm
דורך טייבעלע
אזוי איז טאקע ביי אונז אין קאר, עס האט א קנטראל, מען שטעלט אהן די גראד וואס מען וויל, דערנאך גייט עס אדער אוטאמאטיק אדער מעניועל.
און נאך מער מען קען אנשטעלען פאר דעם דרייווער פאר זיך, און פאר דעם פאסאזשיר פאר זיך, און פאר די הינטערשטע פאסאזשירן אן אנדער גראד.

צום זאך: עס איז דא GM קארס וואס מען דארף אריין דריקען דעם קנעפעל אז עס זאל ארבעטען די
עירקאנדישאן, אז נישט וועט בלאזען די פען, אפילו די וועסט אראפ לאזן די גראד וועט נישט העלפן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 4:36 pm
דורך leiby
צום זאך כ'געדענק אויף די אלטע קארס פלעגט מען דארפן געבן געז די עיר קאנדישאן זאל שטערקער קילן, קוקט אויס געוויסע זענען נאכאלץ אזוי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 4:53 pm
דורך ווער בין איך?
מיין 2010 אדיסי קילט אסאך בעסער בשעת'ן פארן. ווען איך זיץ סתם אין מיין קאר קען ווערן געפערליך הייס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 7:37 pm
דורך פאטאקי08
א אלטע כלל ביי פארד
די עיר קאנדישען לעבט איבער די קאר

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 12:28 am
דורך שמחת החיים
ווער בין איך? האט געשריבן:מיין 2010 אדיסי קילט אסאך בעסער בשעת'ן פארן. ווען איך זיץ סתם אין מיין קאר קען ווערן געפערליך הייס.

איך האב אויך באמערקט א ענליכע זאך. ווען איך סטארט מיין קאר וועט קענען נעמען א שיינע פאר מינוט ביז איך על שפירן א לייטישן קאלטן לופטל. אבער ווען כעל רוקען די קאר אפילו נאר געציילטע אינטשעס וועליך תיכף זעהן א שינוי לקאלטקייט. קען זיין איך רעד מיך איין, אבער כהאבעס שוין צופיל מאל אויפגעפאסט.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 10:50 am
דורך ווינקל
די קארס עירין קדישין האט צוויי סארט סעטינגס. איינס ס'זאל אריינברענגען לופט פון אינדערויסן און אפקילן/אנהייצן, דאס צווייטע ארבעט מיט די לופט פון אינעווייניג. דאס ערשטע ארבעט בעיקר ווען מען פארט, און די צווייטע וועט בעסער פונקציאנירן שטייענדיג אויף איין פלאץ.

צומי; ביי דזשי.עם. זיך דעם קנעפל פאר עיר קאנדישן, אנע דעם איז עס בלויז פען.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:09 am
דורך שנאפס
איך האב געהאט פאר א וואך א דזשי עם, די עיר קאנדישן האט געארבעט כמעשה

זונטאג בין איך ארויסגעפארן אויף ליבערטי, און ווען איך בין געפארן העכער 70מפש האט דער עיר קאנדישן אויפגעהערט צו ארבעטן, (עס איז געווען אנגעצינדן), זעט אויס אז געוויסע מאדעלן ארבעטן בעסער ווען מען פארט שטייט

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:16 am
דורך צום זאך
כ'רעד פון די נייערע GM מאדעלס וואס מ'דארף נישט דרוקן עסקטער קיין A/C קנעפל, און מ'שפירט קאלטע לופט אבער עכ"ז איזעס נישט צו ג-ט און נישט צום זאך.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:20 am
דורך ווינקל
ס'האט מסתם יא ערגעץ וואו. אפי' דו שפירסט אביסל קאלטע לופט אן דעם אויך.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:46 am
דורך צום זאך
אקעי כ'וועל דאבל טשעקן. ווי דארף איך עס טרעפן, אין די טראנק?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:48 am
דורך ווינקל
אין הענטשוך אפטיילונג האסטו געקוקט?... געב אהער א מאדעל קאר, וועט מען פרעגן גוגל וואו עס ליגט.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 1:43 pm
דורך צום זאך
Buick Enclave

I & K זענען ביידע אנגעצינדן (זעה בילד פון די מעניועל ביכל) יעצט גייסטו מיר זאגן אז כ'דארף טוישן די פילטער...

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:08 pm
דורך מאנ-יימער
צום זאך האט געשריבן:יעצט גייסטו מיר זאגן אז כ'דארף טוישן די פילטער...

איך וואלט דיר ענדערש געזאגט אז.... דו זאלסט דיך דרייען דא מער אפט...

זייט דו מיט גרויזי זענען פארלוירן געגאנגען קומט עטץ נאר צוריק צו פרעגן עפעס בנוגע קארס

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:33 pm
דורך שטארק זיך
מאנ-יימער האט געשריבן:
צום זאך האט געשריבן:יעצט גייסטו מיר זאגן אז כ'דארף טוישן די פילטער...

איך וואלט דיר ענדערש געזאגט אז.... דו זאלסט דיך דרייען דא מער אפט...

זייט דו מיט גרויזי זענען פארלוירן געגאנגען קומט עטץ נאר צוריק צו פרעגן עפעס בנוגע קארס

און בנוגע קארטאפל בערד...

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 12, 2012 5:03 pm
דורך דארפסמאן
קרייסלער און שעווי האבען די ערגסטע ער קאנדישאן, לויט מיין עספיריענס