בלאט 1 פון 1
פלעצער אין די מאונטעינס צו דרייווען געלאסן
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 3:59 pm
דורך הורוויץ
צום בעפארשטייענדן זוממער סעזאן ביטע זייט מזכה את הרבים אין זייט מפרסם אייער עקספיריענס אין די קעטסקילס פלעצער ווי די חברה שטייען אין לאקערן..
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 4:01 pm
דורך הורוויץ
אויפן רט 55 ווען מ'פארט פון Ferndale Rd אויפן וועג צום טאון אויף סוואן לעיק טוישט זיך פלוצלינג די לימיט צו 30 (היבש פארן לעיק), די חברה שטייען דארט באהאלטן און שטעלן אפ רעכטס אין לינקס.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 4:04 pm
דורך סאדע_באטל
אויף די ראוד פון איחוד, אויפן 42 פון איחוד ביז בראודוועי ביים בלינקער איז די ספיד לימיט 30 און זיי שטעלן אפ לרחצה
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 4:32 pm
דורך leiby
פון ראזענס ראוד אין סוואן לעיק אריין צו די נועם אלימלך ראוד איז א סטאפ סיין, און וויבאלד מ'זעהט עס נישט זענען זיי באהאלטן דארט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 05, 2012 11:20 am
דורך הורוויץ
באקומען יעצט אין אימעיל:
"געט אכט!
אויפן NY 17 WEST צווישן עקזיטס 129 און 127 (ארויף צו די מאונטענס) זיצן א טוץ מיט פאליציי און Laser Taggen דעם עולם ווער ס'פארט העכער "65"! יא אפילו די ספיט לימיט איז 65, שטעלן זיי אפ ווער ס'פארט אפילו 67.
יעצט קען זיך דארט שטעלן א מנין שחרית פון אזויפיל אפגעשטעלטע...
זיי זאגן אז די קרעק דאון וועט אנגיין א גאנצן טאג, און איז צוליב פארמערטע עקסידענטן אויף יענע ראוד.
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך."
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:19 pm
דורך leiby
אדער ווייל דארט איז די פאליס סטאנציע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 05, 2012 3:06 pm
דורך ביקסאד
לענ"ד איז דער שנירל א מכשול לרבים וצריכים לגונזו, אולי גם עוברים בכמה לאווין.
מען דארף פאהרן געלאסן שטענדיג, פאהרט ארויס פריערט, הושענא נפש מבהלה.
בברכת יוה"ך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 05, 2012 3:18 pm
דורך SPUSMN
כאטש לכאורה זענט איר גערעכט, איז עס נישט אזוי פשוט. מען טאר טאקע נישט פארען שנעל סתם אזוי, אבער עס איז פארט דא אויס נאמען, און ווענדעט זיך און זייער א סאך זאכען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 05, 2012 3:27 pm
דורך leiby
ס'נישט קיין מכשול צו זאגן אז מגעט א טיקעט פארן פארן אויף 67, אדער ביי א באהאלטענע סטאפ סיין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 05, 2012 3:51 pm
דורך פליגל
מ'ברויך איינהאלטן די געזעצן ווי אימער אבער אויף די פלעצער ווערן זיי לעצטענס שטארק אינפארסירט.
ביקסאד, בעסער?