בלאט 1 פון 2
אויל טשעינדזש
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 1:06 pm
דורך טייבעלע
אפגעטיילט פון דא viewtopic.php?p=579205#p579205איך בין געוועהן היינט ביי די מקעניק צו מאכען אן אייל-בייט, בין איך אריין אין ווארט זאל וואס זיי האבן לעצטענס
איבער געמאכט שטעלן זיי דארט צי פאר די קליענטען א שיין הערליך זאל קאוטשעס און באקוועמע בענקלעך, און
פארשטייט זיך קאווע עטליכע סארט וואס דו ווילסט זיך אויסוועלען שטעלסט עס צי אויפן פלאץ אינעם קאווע מעשין,
נאשערייען איז אויך דא, יא און אויך עפעס ואס כ'האב שוין געקענט אריין נעמען אין מויל פארשידענארטיגע פרוכט.
און נאך איין זאך שטעלען זיי צי פאר די קליענטען, איינער זיצט דארט מיט א ספעציעלער בענקעל אנגעגרייט צו גיבען
א מאסאדש פאר ווער עס וויל, מען זעצט זיך אוועק אויף דעם ספעציעלער בענקל אין יענער ארבעט אריין אויף דיינע
ביינער, די ערשטע 15 - 20 מינוט איז פריי פון אפצאל.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 1:09 pm
דורך SPUSMN
אלעס אבי זאלסט נישט זעהן וואס מען טוהט מיט דיין קאר.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 1:17 pm
דורך טייבעלע
זארג נישט איך גיי קיינמאל נישט צו קיין לאקאלע מקעניק איך גיי נאר צום דילער גלייך, אזוי אויב עפעס גייט שפעטער נישט
ווי עס דארף צו זיין טוהען זיי די ארבעט בחינם און זיי נעמען אחריות אז אלעס איז גוט.
עס איז שוין געוועהן א מאל וואס מען האט געדארפט בייטען חלקים און עס האט געדארפט דויערען עטליכע טעג, האבן זיי מיר
צוגעשטעלט אן אנדער קאר און דערווייל געביטען די חלקים אלעס פריי פון אפצאל, נישט איך און נישט מיין אינשוראנס האבן
געצאלט, ב"ה.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 1:26 pm
דורך leiby
לוינט זיך גראדע,
כ'ווייס פון אפאר אידן וואס האבן שאדן געהאט די טרענסמישאן פון א לאקאלע מעקעניק, זיי האבן אויסגעליידיגט די אלטע אויל און פארגעסן אריינצולייגן די נייע..
וויפיל בעט די דילער פאר אזאנס?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 1:30 pm
דורך טייבעלע
מיין קאר נוצט סינטעטיק אייל עס האט מיר געקאסט $100 די בייט, איך דארף בייטען ארום יעדע 5000 מייל.
זיי שיקען מיר יעדער שטיק צייט א קיופאן וואס עס קען אראפ לאזען די פרייז מיט 10 - 20 פראצענט אבער איך
ווארף דאס אוועק.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 1:40 pm
דורך SPUSMN
טייבעלע האט געשריבן:זארג נישט איך גיי קיינמאל נישט צו קיין לאקאלע מקעניק איך גיי נאר צום דילער גלייך, אזוי אויב עפעס גייט שפעטער נישט
ווי עס דארף צו זיין טוהען זיי די ארבעט בחינם און זיי נעמען אחריות אז אלעס איז גוט.
עס איז שוין געוועהן א מאל וואס מען האט געדארפט בייטען חלקים און עס האט געדארפט דויערען עטליכע טעג, האבן זיי מיר
צוגעשטעלט אן אנדער קאר און דערווייל געביטען די חלקים אלעס פריי פון אפצאל, נישט איך און נישט מיין אינשוראנס האבן
געצאלט, ב"ה.
דעס איז פונקטליך וואס איך האב געמיינט. געווען איז עס א 12 יאר צוריק בערך ווען איך האב באשלאסען אז "גענוג געווען", איך קויף שוין נישט אן אלטע קאר וואס צוברעכט זיך יעדען מאנטיג און דאנערשטיג (און צומאל דינסטיג אויך), איך האב שוין נישט קיין כח צו זיצען ביי מעקעניקס גאנצע טעג, איך קויף מיך א שפאגעל נייע קאר (brand new). געגאנגען צו א דיעלער וואס האט געהאט אידישע סעילסלייט און געקויפט א קאר און געמיינט אז יעצט לעבט מען happily ever after.
פאר א יאר און א האלב האב איך געהאט מער ווייניגער מנוחה, ביז איך קום צו מאכען אן אויל טשעינדז און מען קומט מיר מעלדען מיט א גאנצע ליסטע פון זאכען וואס מען דארף אלץ טוהן און דער קאר וועט נאכאמאל זיין שפאגל ניי. מען בעהט מיא א נישטיגע דריי טויזענט דולער. טראכט איך מיר אז פארדעם האב איך נישט געדארפט א נייע קאר אויב מען דארף אריין באהכען און דעם אזוי פיהל געלט. זאג איך פאר דער קער טעיקער (BTW און א פיונערעל האום איז אויך דא א קער טעיקער, א אונדער טעיקער) אז איך דארף מיך בארעכענען וואס איך האב צו טוהן. איך בין קיינמאל מער נישט צוריק געגאנגען מאכען אויל טשעינדזעס ביי א דיעלער, אבער זיך אן געליטען פון דעם צו בראכענעם קאר.
איז האב איך באשלאסען אז "גענוג געווען", אדער מען ליעסט א קאר פאר 3 יאר אדער מען קויפט אן אלטע. אויב אן אלטער קאר ארבעט גוט, איז צו האפען אז עס וועט ווייטער זיין גוט, און זיכער נישט ערגער ווי מיין שפאגעל נייע קאר איז געווען.
דער moral of the story איז, אז איך בין חושד אז דער דיעלער (זיין פארטרעטער) האט צובראכען מיין קאר פאר מיין חוצפה אים צוריק ווייזען זיין אפער מיר צו צושטעלען א נייע קאר פאר 3000 דאללער.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 1:45 pm
דורך leiby
זייער פישי, זייט ווען דארף מען טוישן אזויפיל זאכן אין א קאר וואס איז א יאר א האלב?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 1:48 pm
דורך SPUSMN
איך האב געקויפט א לעמאן אבער נישט געוויסט וויאזוי עס אויף צו ווייזען. ווען איך האב עס געוואלט ווייזען איז אויף צעלוכעס האט אלעס גע'ארבעט. מען רופט עס Murphey's law.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 1:52 pm
דורך טייבעלע
איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט ווייל ביי מיר איז דא א וואראנטי אויף די ערשטע פינף יאר אדער 50,000 מייל,
אין איך גיי נאר צו אן אפישעל קאר דילער וואס איז אינטער די אפראוועל פונעם קאמפאני, און ב"ה האב איך נאך
נישט געהאט מיט זיי קיין שום פראבלעים, כ'האב שוין די קאר כמעט פינף יאר.
און אפי' היינט האבן זיי געזעהן אז איינע פון די סענסערז ארבעטען נישט האבן זיי מיר געזאגט אז ווען איך וועל
האבן צייט אדער ווען איך וויל קען איך אריין קומען און זיי וועלן דאס פארעכטען פריי פון אפצאל.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 1:58 pm
דורך SPUSMN
ביזט גערעכט, איך בין אבער געווען א גרינע, קיינמאל נישט געהאט א נייע קאר, און דער עטענדענט האט מיר געזאגט אז איך מוז עס צאהלען פונעם איינגענעם טאש. עס איז מיר נישט איין געפאלען אז קען זיין ער זאגט ליגענט (רוף עס נייאיוו). אלענפאלס די דיעלער איז געווען א איטאליענער דיעלערשיפ והמבין יבין.
אז מען בריעט זיך אפ איין מאל האט מען שוין מער נישט קיין חשק נאכאמאל צו טוהן די זעלבע און דאס מאל שוין זיין א חכם.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 2:03 pm
דורך SPUSMN
איך ווינדער זיך, ווען מען דארף ביי איינעם טוישען א טרענסמישען (אונטער דער ווערענטי) איז ווער שטערט דער דיעלער פון באקומען א ניי טרענסמישען פון דער קאמפעני (און דאס האלטען פאר זיך), און אריין לייגען אונעם קאר א צווייטען טרענסמישען וואס ער קויפט און דזאנק יארד? ווער קוקט אים דען נאך?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 2:05 pm
דורך leiby
ווער זאגט ער טוט עס נישט...
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 2:06 pm
דורך טייבעלע
לדעתי האט עס נישט צוטוהן מיט איטאליענער ספאנישע וכל שם דמתקריא, די עיקר איז עס זאל זיין א דירעקטער דילער אינטער
די קאר פירמע, אזוי איז אלעס אינטער אויפזיכט פון די פירמע.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 3:20 pm
דורך שמעק_טאביק
איך האב אייך (טייבעלע) נאר געוואלט זאגן אז:
א אויל-בייט בלע"ז (זיך נישט פארמישן מיט א אויס-שווארץ) איז קיינמאל נישט אונטער וואראנטי (אחוץ טאיאטע האט די לעצטע פאר יאר פראקלאמירט א "ספעשל" פאר 2 יאר אומזיסטע מעינטענענס, נאך די גאנצע סומאטוכע פון זייער סעיפטי), און דער דילער בעהט דערפאר כמעט דאפעלט ווי די לאקאלע אויל-טשענדזשערס.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 4:28 pm
דורך ווער בין איך?
איך האב שוין געהאט ביים מאכן אן אויל טשעינדזש (האליוואד אין בארא פארק), וואס זיי האבן מיר אריינגעשיקט צו באצאלן און בשעת מעשה ארויסגענומען דעם פילטער פונעם עיר קאנדישען און זיי פרעגן מיר שיינערהייט אויב איך וויל זיי זאלן עס פיקסן.
פאר די רעסט אוו די סטארי קוק דא:
viewtopic.php?f=69&t=14932זייט דער מעשה גיי איך נאר צו א פארלעסליכע (איך פראביר אידישע) פלאץ פאר אן אויל טשעינדזש.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 4:30 pm
דורך טראנספארט
שמעק_טאביק האט געשריבן:איך האב אייך (טייבעלע) נאר געוואלט זאגן אז:
א אויל-בייט בלע"ז (זיך נישט פארמישן מיט א אויס-שווארץ) איז קיינמאל נישט אונטער וואראנטי (אחוץ טאיאטע האט די לעצטע פאר יאר פראקלאמירט א "ספעשל" פאר 2 יאר אומזיסטע מעינטענענס, נאך די גאנצע סומאטוכע פון זייער סעיפטי), און דער דילער בעהט דערפאר כמעט דאפעלט ווי די לאקאלע אויל-טשענדזשערס.
גערעכט אז די אויל טשעינדזש איז נישט אונטער די וואראנטי, אבער וויבאלד די גאנצע קאר איז אונטער די וואראנטי, וועלן זיי בעסער אבאכט געבן וואס זיי טוען בשעת'ן אויל טשעינדזש.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 4:34 pm
דורך יוראפ
דערמאן איך מיך טאקע אז איין מאל ווען איך בין געגאנגען מאכן אן אויל טשענדזש (צופעליג ביי א איד) האט ער מיר געזאגט אז ער זעהט עפעס א פראבלעם מיט די עיר קאנדישאן און פאר אזויפיל און אזויפיל קען ער מיר עס פאררעכטן, זאג איך אים וואס הייסט עס ארבעט דאך געהעריג ממילא מיין איך אז עס פעלט נישט אויס יעצט, למעשה ווען איך בין אוועקגעפארן האב איך גלייך געקענט זאגן קדיש אויפן עיר קאנדישאן, בין איך צוריקגעגאנגען צו אים מיט טענות זאגט ער כאָדאָך געזאגט אז עס מאכט פראבלעמען.
למעשה האט א צווייטער איד געמאכט די איבריגע געלט אויף די קאר.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 4:40 pm
דורך SPUSMN
הוא אשר דברתי אז מען דארף האבען א מזל מיט א מעקעניק ער זאל דיר נישט באגנבענען. מען פלעגט זאגען אז מען זאל נישט טוישען אפט מעקעניקס ווייל דער נייע מעקעניק הייבט נאכאמאל אן פון אל"ף דיר באגנבענען.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 4:42 pm
דורך יוראפ
דיעזע קענען נישט קיין אנדערע א"ב זיי הייבן אייביג אן פון א'
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 4:53 pm
דורך דארפסמאן
טייבעלע האט געשריבן:איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט ווייל ביי מיר איז דא א וואראנטי אויף די ערשטע פינף יאר אדער 50,000 מייל,
אין איך גיי נאר צו אן אפישעל קאר דילער וואס איז אינטער די אפראוועל פונעם קאמפאני, און ב"ה האב איך נאך
נישט געהאט מיט זיי קיין שום פראבלעים, כ'האב שוין די קאר כמעט פינף יאר.
און אפי' היינט האבן זיי געזעהן אז איינע פון די סענסערז ארבעטען נישט האבן זיי מיר געזאגט אז ווען איך וועל
האבן צייט אדער ווען איך וויל קען איך אריין קומען און זיי וועלן דאס פארעכטען פריי פון אפצאל.
וואסערע קאר האסטו ?
איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט א קאר וואס איז 5 יאר אדער נייער, נעכטן בין איך געפארען מיט א חבר מיט א נייע טאויאטו סיענא א וועג פון אריבער א שעה און איך האב מיך נישט געקענט בארוהיגען ווי רוהיג און שטיל עס פארט, אבער איך קען עס נישט (מייט בערזל קען נישט) ערלויבען
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 5:00 pm
דורך SPUSMN
ווער א מעמבער און זיפ קאר (הער איך) וועט עס דיין בערזל קענען ערלויבען. כ'האב באשלאסען, צו וואס דארף איך א קאר? צום מעיל באקס וועל איך אנהייבען צו גיין צו פיס, און ווען מען דארף אמתדיג א קאר, דינגט מען עס אן קיין קאפ ווייטאג. א קאר איז א קעסט קינד, צו וואס מוז איך עס האבען יעדען טאג?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 5:48 pm
דורך דארפסמאן
איך האב געטרייט פאר אריבער א יאר, איבער איך דארף עס מער אז עס לוינט נישט, (איך בין געבליבען א מעמבער)
אויל טשעינזש
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2014 8:24 pm
דורך moneyMINDED
ווען פעלט אויס צו מאכן די ערשטע מאל אויף א ברענד ניו קאר א ויל טשעינזש?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2014 8:41 pm
דורך טרעוולער
די היינטיגע קארס קען מען מאכן אן אויל טשענדזש ביי יעדע 5-6000 טויזענט מייל.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2014 10:03 pm
דורך פלוני
געוואנדן וועלכע אויל מ'נוצט