בלאט 1 פון 1

א עראר לעמפל וואס לאזט נישט דורך די קאר אינספעקשאן

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 8:50 am
דורך גרויזאמער
פאר צוויי יאר צוריק האט זיך מיר אנגעצינדן אין מיין קאר די "סערוויס ענדזשין סאאן" לעמפל, מיין מעקעניק האט מיר געזאגט אז איך זאל פראבירן אויסצוקלינען דעם גאז טאנק (מיטן אריינגיסן "פיול אינדזשעקטאר קלינער") עס האט טאקע געהאלפן אביסל, יעדע שטיק צייט איז עס צוריקגעקומען, ביז עס איז שוין געבליבן פאר אייביג, עס האלט נישט ביים אוועקגיין. (אויספלאגן די בעטערי האט עס אויסגעלאשן פאר אביסל, אבער עס איז אויך צוריקגעקומען)

איך וואלט עס איגנארירט ווען נישט די אינספעקשאן גייט נישט דורך אזוי, איך האב דעריבער געצאלט 150 דאלער פאר מיין מעקאניק, ער האט עס אריינגעגעבן צו איינעם וואס ביי יענעם האט עס "געפעעסט" אזוי אויך.

מיין שאלה איז צו איינער ווייסט וואו איך קען גיין - אין ב"פ אדער וומסב"ג - צו איינער וואס טוט דאס אליינס און נישט איינער וואס געבט דאס פאר א צווייטן.

אויב איינער האט א גוטע עצה וויאזוי אוועקצונעמען די לייט איז זיכער גוט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 9:48 am
דורך פליגל
אויב ווילסטו גיין בכל חומר הענין דאן בעט פונען מעכאניקער זאל ארויפלייגן זיין קאמפיוטער און דער קאמפיוטער זאל דערציילן וואספארא פראבלעם ס'דא אז ס'גיבט ארויס דעם "טשעק ענדזשין" סיגנאל

אויב קען'ס דער קאמפיוטער נישט "פין פוינטען" דאן וועסטו מוזן גיין צי איינער וואס טוט "דייאגנאסטיקס".

שוין געהאט עטליכע מאל וואס די פראבלעם איז געווען די "קעטיליק קאנווערטער" און ביין אנאנדערע קאר האבן זיי דיאגנאזירט מיט א פשוט'ע קאמפיוטער פראבלעם וואס מיינט אז כ'ברויך גיין אריינלייגן א נייע קאמפיוטער.

הצלחה.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 10:25 am
דורך farshlufen
צו לייענען א קאר קאמפיוטער ברויכסטו נישט מער ווי א ביליגע obd-II לייענער, שאף דיר אזאנס, לייען דעם קאוד און זיך אנליין פארן באדייט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 10:25 am
דורך SPUSMN
איך האב געהאט (האב נאך) דער זעלבער פראבלעם, אן כ'האב אויף געגעבען פון געפונען א תרופה. קודם האט מען ארויס געווארפען געלט ביי פארשידענע מיקעניקס אפשר וועלען זיי טרעפען וואס איז wrong, און נאר איין זאך האבען זיי געקענט טוהן, עס אויס לעשען פאר געלט, און אוודאי נעמען געלט פאר "זיכען" דער פרובלעם. פרעה'ס זיבען כישוף מאכערס האבען אלע געהאט אנדערע עצות, טויש אפשר דאס, טויש דאס, אבער דער פראבלעם איז געבליבען, נאכען אוועק פארען און אפ'פארען א פאר מייל האט זיך עס נאכאמאל אן געצינדען. א מאל ממש גלייך, א מאל נאך צעהן מייל און אמאל נאך הונדרעט.

ווען עס איז געקומען פאר אינספעקשען איז דא עטליכע עצות (ליגאלע). דער עיקר עצה וואס האט געארבעט פאר מיר איז אז דער מיקעניק זאל עס אויסלעשען, און נאכדעם פלעג איך פארען מיט דער קאר א בערך 40-50 מייל אבער זייער שטייט (און ארויס גענומען די נשמה) פון די דריווערס אונטער מיר, און מען מוז דאך אויך ארויף לייגען עפעס היי וועי מיילס, פלעג איך ארויף פארען און מיטען דער נאכט אויף א היי וועי און גלייך אן צינדען די עמערדזענסי ברעיקס, און פארען אזוי שטייטלעך ביז דער קאר האט עקסעלערעטעד זייער זייער סמאסלי, און נאכדעם שנעל געגאנגען פאר אינספעקשען.

די וואס האבען גענומען ביי אייך געלט האבען אייך באראבעוועט. זיי האבען געמעגט וויסען די אנדערע עצות. זעהט אויס איר זענט נישט זיין קאסטומער האט ער גענומען וויפיל עס לאזט זיך.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 10:27 am
דורך SPUSMN
פליגל האט געשריבן:אויב ווילסטו גיין בכל חומר הענין דאן בעט פונען מעכאניקער זאל ארויפלייגן זיין קאמפיוטער און דער קאמפיוטער זאל דערציילן וואספארא פראבלעם ס'דא אז ס'גיבט ארויס דעם "טשעק ענדזשין" סיגנאל.

ביי מיר האט עס געפוינט צו דער געז טענק, דער דעקל. אבער גארנישט האט געהאלפען. נישט דרייווען מיט די בעסטע געז, נישט קלינען דער טאנק, גארנישט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 10:29 am
דורך SPUSMN
farshlufen האט געשריבן:צו לייענען א קאר קאמפיוטער ברויכסטו נישט מער ווי א ביליגע obd-II לייענער, שאף דיר אזאנס, לייען דעם קאוד און זיך אנליין פארן באדייט.

א גוטע עצה, ווייל זיי טשארדזען צווישען 30-40 דאלער עס צו ליינען פאר דיר.

מיט אזא ליינער קען מען עס אויך אליין אויס לעשען?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 10:31 am
דורך farshlufen
רב שפוסמאן, יא מען קען עס פארלעשן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 10:36 am
דורך SPUSMN
א יישר כח, דענמאלץ דארף מען נישט אן קומען צו קיינעם'ס טובות, מען קען זיך עס אליין פאר לעשען א חודש פאר דער לעצטער טאג, און האלטען און איין פרובירען אפ צו פארען דער 50 מייל מיט דער לעמפיל אויס געלאשען, און נאכדעם גלייך גיין פאר אינספעקשען.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 10:44 am
דורך גרויזאמער
ביים אויספלאגן די בעטארי לעשט זיך עס אויך אויס. וואס איז די חילוק?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 10:45 am
דורך שמערי בערי
SPUSMN האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:אויב ווילסטו גיין בכל חומר הענין דאן בעט פונען מעכאניקער זאל ארויפלייגן זיין קאמפיוטער און דער קאמפיוטער זאל דערציילן וואספארא פראבלעם ס'דא אז ס'גיבט ארויס דעם "טשעק ענדזשין" סיגנאל.

ביי מיר האט עס געפוינט צו דער געז טענק, דער דעקל. אבער גארנישט האט געהאלפען. נישט דרייווען מיט די בעסטע געז, נישט קלינען דער טאנק, גארנישט.

די עצה קען זיין פשוט צו טוישן דעם דעקל, ווייל אויב ס'איז דא א קליינע קריץ און עס איז נישט 100% פארמאכט קען עס זיין די סיבה. וכך הוה ביי מיר.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 10:46 am
דורך גרויזאמער
שמערי בערי האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:אויב ווילסטו גיין בכל חומר הענין דאן בעט פונען מעכאניקער זאל ארויפלייגן זיין קאמפיוטער און דער קאמפיוטער זאל דערציילן וואספארא פראבלעם ס'דא אז ס'גיבט ארויס דעם "טשעק ענדזשין" סיגנאל.

ביי מיר האט עס געפוינט צו דער געז טענק, דער דעקל. אבער גארנישט האט געהאלפען. נישט דרייווען מיט די בעסטע געז, נישט קלינען דער טאנק, גארנישט.

די עצה קען זיין פשוט צו טוישן דעם דעקל, ווייל אויב ס'איז דא א קליינע קריץ און עס איז נישט 100% פארמאכט קען עס זיין די סיבה. וכך הוה ביי מיר.


חידוש נפלא! האסט געזען דעם קריץ?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 10:57 am
דורך שמערי בערי
א שפאלט איז עס געווען. נישט א גרויסע אבער מ'האט עס געקענט זעהן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 10:59 am
דורך שמערי בערי
דער מעקעניק האט מיר דעמאלטס געזאגט אז ביי געוויסע קארס אפילו ס'איז נאר אפן אביסל קומט ארויף די ענדשין לעקטער.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 11:02 am
דורך ווינקל
גרויזאמער האט געשריבן:ביים אויספלאגן די בעטארי לעשט זיך עס אויך אויס. וואס איז די חילוק?

כמדומה אז די קאמפיוטער פונם אינספעקשן דערקענט אז מען האט אויסגעפלאגט די באטערי.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 11:08 am
דורך SPUSMN
ווינקל האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:ביים אויספלאגן די בעטארי לעשט זיך עס אויך אויס. וואס איז די חילוק?

כמדומה אז די קאמפיוטער פונם אינספעקשן דערקענט אז מען האט אויסגעפלאגט די באטערי.

קען אבער זיין אז דאס אפ'פארען 50 מייל איז גענוג, ווייל וואס איז א חילוק צו מען האט עס אויס געלאשען אזוי צו אזוי, דער עיקר אז דער קאר האט נישט קיין פראבלעם, עס איז דאך אפ'געפארען 50 מייל.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 11:24 am
דורך גרויזאמער
SPUSMN

איך וואלט געצאלט $150 נישט צו האבן די דיסעפוינטפמענט פון אויפזיין א גאנצע נאכט, פארן אויף מאנרא אויף 10 מפ"ש, און ביי די 51סטע מייל זאל מיר ווידער ארויפקומען דעם לעקטערל... הארץ עסעניש איז אויך עפעס ווערד...

יודע צדיק נפש בהמתו, לויט ווי איך קען מיין צדיק'ל וועט דאס לעמפל ארויפקומען פונקט ווען איך וויל נישט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 11:29 am
דורך SPUSMN
מען מוז פארען אויך איבער 40 מייל א שעה היי וועי מיילס פאר א פאר מיילס (דער קאמפיוטער טשעקט עס). איך האב עס לעצטענס באוויזען. ביי 56 מייל (נאכען אונספעקשאן) האט זיך דער לעמפעל נאכאמאל אן געצינדען. ביז איבערעס יאר וועט משיח קומען.

אן אנדערע געוואגטע עצה איז ארויף צו לייגען דער קאר אויפען ליפט און עקסעלארעטען דער מאטאר 50 מייל. מסתמא נישט ליגאל און זיכער דענדזערעס.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 11:40 am
דורך פליגל
מיין מעקעניק פלעגט מיר הייסן פארן פון וומ"ס צום קענעדי עירפארט און צוריק דורך'ן בי-קיו-אי און דעם בעלט פארקוועי, ס'אט געהאלפן כ'מיין נישט ביי די ערשטע אבער סוכ"ס איז די אינספעקשאן אדורך.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 11:52 am
דורך SPUSMN
פליגל האט געשריבן:מיין מעקעניק פלעגט מיר הייסן פארן פון וומ"ס צום קענעדי עירפארט און צוריק דורך'ן בי-קיו-אי און דעם בעלט פארקוועי, ס'אט געהאלפן כ'מיין נישט ביי די ערשטע אבער סוכ"ס איז די אינספעקשאן אדורך.

יעצט דערמן איך זיך אז א מעקעניק האט מיר אמאל געזאגט אז 30 מייל איז גענוג. טייל זאגען 40 און טייל 50.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 11:58 am
דורך גרויזאמער
סתם קלאר צו מאכן: דאס איז אלעס נאכ'ן ריסעטן די קאר קאמפיוטער -און די קאר קאמפיוטער ווערט דעמאלטץ ווי א תינוק שנולד- אז די אינספעקשאן זאל קענען אידענטיפיצירן א "געניצטע" קאר. (ווייל א אומגעניצטע קאר מיינט גארנישט אויב סגוט).

כנ"ל איז די רעדע דא וויאזוי די לעמפל זאל זיך נישט אנצינדן נאכן ריסעטן. אבער ביי מיר העלפט נישט קיין ריסעטן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 12:24 pm
דורך דארפסמאן
ביי פארד איז די טשעק ענטשין לייט נארמאל. און מען צאלט יעדעס יאר בערך $75 און עס איז נאך א עקספענס פאר די קאר,