בלאט 1 פון 1
דינגען א קאר פאר ביליג אויף פסח וואך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 4:01 pm
דורך שיכור
אפשר קען איינער נהנה זיין פון די אינפארמעישן
איך האב געזוכט צו דינגען א קאר אויף איין וואך פון מיטוואך קומנדיגע וואך ביז מיטוואך חול המועד
איך האב געקאלט אפאר פלעצער ווי אויך געזוכט אויף עטליכע וועבסייטס קאררענטעל עקספידעי אדג
ס'איז געווען בערך 350 דאלער
האב איך געזוכט ביי pricline ביי name your own price און אז איך זיך ביי ליגווארדיע עירעפארט
איך האב קודם אריינגעלייגט אז איך בין גרייט צו צאלן 15 פער טאג נאכדעם 18 פער טאג
עס איז נישט געגאנגען אזוי האב איך געטרייט נאך אפאר מאל איך האב נישט אויפגעגעבן זיי האבן אלעמאל געשריבן אז די ביליגסטע איז 45 פער טאג
צום סוף האבן זיי מיר געגעבן אן אפשען פון 150 א וואך פלאס טעקס 50 א טאטעל פון 200 ביי avis
אפשר קען איינער נהנה זיין
אדער אפשר ווייסט איינער פון נאך ביליגער?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 7:15 pm
דורך leiby
א ידיד מיינער האט גענומען ביי הערץ פאר 159 א וואך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 8:35 pm
דורך בלעקבערי פען
leiby האט געשריבן:א ידיד מיינער האט גענומען ביי הערץ פאר 159 א וואך.
נאך טעקס ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 11:18 pm
דורך leiby
יא, פאר דעם וויקענד האט ער עס פאר 55.08
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 11:39 pm
דורך Rabeiny
leiby האט געשריבן:א ידיד מיינער האט גענומען ביי הערץ פאר 159 א וואך.
דורך וועלכע אגענט?
נומבער פליז?
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 30, 2012 7:07 am
דורך leiby
אליין געמאכט אנליין, סתם געסוירטש אביסל קאודס, מ'קען אלעס טרעפן אנליין.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 30, 2012 10:39 am
דורך Rabeiny
leiby האט געשריבן:אליין געמאכט אנליין, סתם געסוירטש אביסל קאודס, מ'קען אלעס טרעפן אנליין.
סא געב עס ארויס..............
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 30, 2012 12:37 pm
דורך AllAboutAccess
leiby האט געשריבן:א ידיד מיינער האט גענומען ביי הערץ פאר 159 א וואך.
Rabeiny האט געשריבן:סא געב עס ארויס..............
וועלכע סייז קאר?
ביי הערץ האב איך יעצט געזעהן (די קלענסטע סייז קאר) פון דאנערשטאג בדיקת חמץ ביז דאנערשטאג חוה"מ פאר ס"ה 121.05 הכל בכל מכל (מיט Unlimited Milage), און פון מאנטאג חוה"מ ביז מאנטאג נאך יו"ט פאר 137.73 ה.ב.מ.
יעדע סייז גרעסער איז בערך 10-12 דאללער טייערער פון איינס קלענער.
דארפסט נישט זוכן קיין קופאנ'ס אנליין, בלויז מיט'ן זיין א מעמבער (ס'קאסט נישט קיין געלט) און נוצענדיג די PC #168210, וועלכע זיי אליין מעלדן ביי זייערע ספעשל אפפערס.
די אויבערדערמאנטע איז אין מאנרא, אין מאנסי געגענט איז פון דאנערשטאג ביז דאנערשטאג מיט בערך $12 טייערער, און פון מאנטאג חוה"מ ביז מאנטאג נאך יו"ט מיט בערך $5 ביליגער.
ווידער און ברוקלין ביי אלע 4 לאוקעישן לויפן די פרייזן העכער $300, אזוי אויך אינעם דערנעבענדיגן מאנהעטן קאסט דאס אבנארמאל הויך, ממילא רעד איך נישט אריין.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 30, 2012 12:50 pm
דורך leiby
מיסטער עקסעס איז גערעכט, יענער וואוינט טאקע אין אפסטעיט, אבער כ'מיין ער האט אויך אנדערע קאודס, נישט אלץ וואס דו זעהסט דארט.
עניוועי די פרייז אליין איז שוין געניג ביליג, אן די אנדערע קאודס.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 30, 2012 1:08 pm
דורך AllAboutAccess
לייבי, אויב איז דער רענטער איז אונטער 25 יאר אלט איז אלץ כדאי צו גיין אויפן גראדן אופן, דהיינו נוצענדיג דיין מעמבער נומער אלס CDP וואס נעמט אראפ די Age Differential Fee (הנקרא בלשונינו אנדערעידז"ש), ווי אויך באקומסטו א 4% דיסקאונט, דערנאך נוץ דעם אויבערדערמאנטען קיופאן אלץ PC וועלכע נעמט אראפ נאך $5 א טאג (ביז $35 / וואך), וואס בנוסף להנ"ל - אויב האסטו גוט אויפגעסעט דיין מעמבער פראופייל - מאכסטו נאך פוינטס אויף יעדן דאלער פונעם רענטל (און יעצט באקומט מען גאר דאבל פוינט, 2 פוינטס פער דאלער) וואס קענסט שפעטער נוצן פאר free רענטלס.
עכ"פ לפי דעתי העני' איז אלץ כדאי צו גיין אויף דעם אופן (זעסט דאך ווי ביליג ס'קומט אויס), ווי איידער נוצן כל מיני קיופאן'ס וכדו' וואס מען טרעפט אנליין, וועלכע ברענגט מאנכע מאל א חילול השם און ס'מאכט שאדן פאר אנדערע וועלכע ווילן דערנאך נוצן די געהעריגע קיופאנס, ווי אויך עפ"י רוב גייט נישט אראפ די Age Differential fee, מ'מאכט נישט קיין פוינט'ס וכדו' אויסער ביי געציילטע דערפון.
והנראה בעיני כתבתי בקצרה, והמבין יבין והחולק יחלוק, בברכת שבתא טבא.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 4:17 pm
דורך AllAboutAccess
Just to update the records
אויב ס'איז נאך פאר איינעם נוגע.
די פרייזן ביי הערץ מאנרא פאר מאנטאג חוה"מ ביז מאנטאג נאך יו"ט (די קלענסטע סייז) איז געפאלן צו $121.05
ווידער ביי מאנסי אומגעגנט איז עס געשטיגן צו $148.87 (ארויף פון $116 בערך).
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 03, 2012 12:40 am
דורך jkup50
וואס איז מיט א מיני ווען פון דאנערשטיג בדיקת חמץ ביז זונטאג נאך יו"ט?
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 03, 2012 9:26 am
דורך AllAboutAccess
אין מאנרא האבן זיי שוין נישט עוועילעבל, אין מאנסי עריע דארף מען אריינקאלן די ספעציפישע לאקאציע פון וואו דו ווילסט עס נעמען.
דאס איז ביי הערץ, ביי ענטערפרייז איז בכלל אלעס טייערער, א מיני ווען קאסט דארט איבער אן אלף (over 25, אונטער 25 יאר איז עס סך טייערער).