בלאט 1 פון 2

קאר וואש לכבוד פסח

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 12:10 pm
דורך הורוויץ
ס'איז כדאי דער עולם זאל מיטטיילן זייער עקספיריענס איבער א קאר וואש אויף פסח, פרייזען, סערוויס אא"וו

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 12:21 pm
דורך תרגום יונתן
איך הער מיר אזויפיל צוזאם פון פראנטאו (אין וומסב"ג), דאס יאר איז אין פלאן אהינצוגיין אי"ה.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 12:24 pm
דורך הורוויץ
אדרעסס? טעל. נומבער?
וואס הערסטו זיך אזויפיל צוזאם ספעציעל אויף זיי?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 12:30 pm
דורך תרגום יונתן
דאס יאר איז עס ביי מארסי-לארימאר.

עס איז היימישע אינגעלייט, וואס שטעלן דאס אויף ספעציעל פאר פסח. זיי קלינען גאר גוט דורך-און-דורך (זיי האבן אויך קליינע קינדער!).

דער אשכול (פון יענטאאש!) רעדט דערפון viewtopic.php?f=3&t=13637

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 12:42 pm
דורך הורוויץ
ישר כח תרגום, עפעס שוין אויפגעטוהן.. געהאט וואס צו לאכן..

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 2:10 pm
דורך דארפסמאן
וויפל $$ איז עס ?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 28, 2012 4:15 pm
דורך משיח
ווי קען מען גיין בארא פארק געגענט?

(פאריאר איז געווען עפעס א סעמאטוכע איבער דעם אז די גויאישע קאר וואשעס ריקען ארוף די פרייזען מיט ספעציעלע "פסח ספעשילס" וכדומה. ווייסט איינער וואס די רעדע איז?)

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 28, 2012 10:06 pm
דורך דערציילער
איך האב היינט אליינס געוועקיאמט מיין מיני ווען פאר $5.00 (4 מאל $1.25)
פארוואס זאל מען צאלן איבער 60 אדער 70 דאלער, ווען מען קען עס האבן פאר $5.00?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 28, 2012 10:28 pm
דורך leiby
איינמאל א יאר מעג מען עס געהעריג וואשן מיט די קעמיקעלס, פון די אלע שמוץ און דאסט וואס ער זאפט אריין אין זיך.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 15, 2012 8:05 pm
דורך היימישער איד
וואס טוט זיך אחר-פסח קארוואש? כ'האניש אנגעיאגט פאר יו"ט צו גיבן די קאר צו אויסוואשן וויליך יעצט א קליניג.

ווי קעניך עס מאכן? פראנטא אינאר פאר פסח, שטימט?!

ס'איז בכלל ניש אזוי שמוציג גראדע כ'ווילעס נאר לאזן אביסל אויסזויבערן און אויפפרישן. ס'טאר נישט נעמען מער ווי א טאג אבער. כ'גיב עס אריין מארגן צופרי, באנאכט דארפיך עס צוריק בחזרה.

עני העלפ?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 15, 2012 11:09 pm
דורך היימישער איד
ס'דא ערגעץ אין ווימ"ס א פלאץ וואס זויבערט קאר'לעך פון אינסייד??

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 15, 2012 11:17 pm
דורך וויכטיג מאכער
פראנטאו איז אפן א גאנץ יאר, אבער נישט פאר געווענליכע קאסטומערס, נאר זיי ארבייטן אין גאראדזשעס ווי ס'פארקן טויזענטער קארס... נישט אינטערעסאנט אריינצוגיין אין דעם יעצט...

איך גיי געווענדליך פאר א אויל טשעינדזש ביי מאנהעטן ברידזש ווי איך קריג א פרי קאר וואש, איין מאל בינעך געגאנגען צו ווענדעבילט קארנער אטלענטיק, זיי האבן געמאכט א הערליכע דזשאב.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 15, 2012 11:25 pm
דורך היימישער איד
יישר כח וויכי. די רעדטס פון אינסייד יא? די וואנט אונדערויסן האביך דא אקעגן וואלגרין'ס אויך.

ס'נישטא אין ווימ"ס אזאנס?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 15, 2012 11:45 pm
דורך וויכטיג מאכער
די ביי "וואשינגטאן" (נישט ווענדעבילט) קארנער אטלענטיק איז געווען א דיטעילד אינסייד. מאנהעטן ברידזש גיבט נאר פרי די בעיסיק אינסייד, זיי וועקיומען אביסל און דעטס איט, ס'ווערט קלין, אבער נישט גע'שעמפו'ד וכד'. מ'קענעס גראדע מאכן פאר אפאר דאללער.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 8:26 am
דורך היימישער איד
יישר כח. זייער ווערטפולע אינפארמאציע.

קאר וואש יעצט פאר פסח

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 06, 2013 11:53 am
דורך פער בריסטאו
ווייסט איינער פון א גיטע קאר וואש צו זאגען?
קלינען מיט א וועקיום קלינער קען איך אויך!
איך וויל שטיצען א איד, אבער זיי מאכען נישט אזעליכע גיטע זשאב'ס
ווי נמשל, איך האב סטעינ'ס אויף מיינע סיט'ס איך וויל עס אראפ נעמען,
איך ווייס אז עס איז דא קאר וואשעס וואס טוען עס, אבער איך זיך דייקא א איד!
למעשה קען איך קלינען מיין קאר ביי איינעם און פארשטיי זיך אז ער זאגט מיך צי יא די וועסט עס האבן אן א ברעקל אן א סטעינס אבער למעשה ווען איך קים צורוק זאגט ער מיך דעי שמיץ האב איך נישט געקענט יענע שמיץ האב איך נישט געקענט! און ער לייגט מיך נאך צו "איים סארי"!! איך מיין פיין און וואויל אז די קענסט נישט, אבער פארוואס שרייבסטו אז די קענסט יא??!! בקיצר א מעשה וויל איך פרעיגן צי אויב איינער ווייסט פון א איד וואס האט געקלינט זייער קאר און ער איז ציפרידען געווען?! און וואס עס "טאקע" צורוק געקומען ווי ניי?!

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 06, 2013 11:54 am
דורך משה יענקל
און קרית יואל האט זיך איינער אדווערטייזד
אז ער האט ספעציאלע מאשינען
לאקעישאן:פארעסט קארנער עיקערס

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 06, 2013 11:58 am
דורך פער בריסטאו
משה יענקל האט געשריבן:און קרית יואל האט זיך איינער אדווערטייזד
אז ער האט ספעציאלע מאשינען
לאקעישאן:פארעסט קארנער עיקערס

יא איך רעד פון מאנסי, אז פון קרית יואל טיט א פיינע זשאב לוינט זיך עס עפשער ציציפארן,

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 06, 2013 12:00 pm
דורך משה יענקל
פער בריסטאו האט געשריבן:יא איך רעד פון מאנסי, אז פון קרית יואל טיט א פיינע זשאב לוינט זיך עס עפשער ציציפארן,

איך ווייס נישט פון קיין עקספיריענס דארט
איך שרייב נאר וואס איז געשטאנען אויפען עד

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 06, 2013 12:04 pm
דורך קאפעליטש
משה יענקל האט געשריבן:און קרית יואל האט זיך איינער אדווערטייזד
אז ער האט ספעציאלע מאשינען
לאקעישאן:פארעסט קארנער עיקערס

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 06, 2013 12:17 pm
דורך קאפעליטש
אלס איינער וואס ניצט אסאך די גוי'אישע חברה אינמיטן יאר. קען איך זאגן אז דער יוד מאכט אסאך א בעסערע דזשאב ווי דער ספאניאלא.
גענונג מאל האבן זיי מיר געזאגט "סארי מיסטער, ווי קענט טעיק דיס אף".
און בפרט פאר פסח, איז ווערט עס צו מאכן ביים יוד.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 06, 2013 6:13 pm
דורך נישט געדאגה'ט
יעצט געזען און קאנעקשאנס

ביטע, ווער עס האט עני עקספעריענס מיט זיי זאל מזכה זיין די עולם

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 06, 2013 7:12 pm
דורך למעלה משבעים

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 06, 2013 7:25 pm
דורך Lemala Shefala
ספאטלעס קאר וואש אין וויליאמסבורג
זיי האבן איבער פינף יאר עקספיריענס!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 07, 2013 12:01 am
דורך דארפסמאן
וויפיל $$ בעטן זיי