בלאט 1 פון 1
ווי אזוי צו האנדלען ביי אן עקסידענט
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 10:41 pm
דורך אךשמח
עס האט זיך שוין געמאכט, און עס זאל זיך מער נישט מאכן ביי קיין שום איד, אז מען איז געווען פארמישט אין אן עקסידענט, און בעת עס פאסירט איז מען געווענליך דערשראקן, סיי אויב מען איז נישט שולדיג און זיכער אויב מען איז יא עפעס מער ווי אן אונס, דעריבער וואלט געווען כדאי אדורכצושמועסן וויכטיגע כללים בנוגע דער נושא.
וואס דארף מען טון פון ווען מ'שפירט אז מען האט געכאפט א זעץ?
מוז מען זיך זאפארט אפשטעלן, אדער מען קען צופארן אין די זייט?
ווי אזוי זאל מען רעאגירן?
זאל מען ארויסגיין מיט א רואיגקייט, אדער זאל מען שרייען אויף די העכסטע טענער?
זאל מען אביסל צופיצן די מעשה (פארשטייט זיך נאר אויב מ'קען...)?
זאל מען פרובירן צו פארהאנדלען, אדער בעסער ווארטן אויף די פאליציי?
------------------
איך האב נאר אויסגערעכנט אייניגע פראגעס וואס מאכן זיך געווענליך, און מ'קען מוסיף זיין.
איך גלייב אויך אז ערגעץ וואו האט מען שוין גערעדט וועגן די נושא, אבער וויפיל איך האב נאכגעזוכט האב איך נאר געטראפן א ווארט דא און א ווארט דארט, אבער נישט צוזאמען אויף איין פלאץ, און אדרבה אויב מען טרעפט יא אזאנס, זאל מען עס ביטע צוזאמשטעלן אדער אינגאנצן אויסמעקן. א יישר כוח.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 10:52 pm
דורך אךשמח
לויט ווי איך האב געהערט, איז דא כללים ווען און אויב מען זאל פארהאנלען אליינס, ענדערש ווי מאכן א פאליס רעפארט.
די ערשטע זאך איז וויכטיג צו וויסן, א פאליס רעפארט איז נישט גוט פאר ביידע, סיי דער שולדיגער, און סיי דער אומשולדיגער, און די אינשורענס ראטע וועט ארויפגיין.
אויב האט מען נישט קיין קאר, און מען פלאנט נישט צו האבן א קאר פאר די קומענדיגע אכט יאר (אזוי לאנג בלייבט אן עקסידענט רעקארד), דאן איז בעסער מען זאל מאכן א פאליס רעפארט.
פארשטייט זיך אז על פי רוב ווענדט זיך עס וויפיל דער צווייטער בעט פארן דעמעדזש.
אויב איז יענער זיכער שולדיג און ס'א גרויסער שאדן, און יענער בעט זיך אז ער וויל נישט קיין רעפארט, איז אבער געווענליך בעסער אים אנצופייפן און יא מאכן א רעפארט, אפילו יענער שווערט זיך ביים הייליגסטן, ווייל ווי נאר ער וועט פריי ווערן וועט ער זיך אויסלאכן. יא, בשעת מעשה שפירט ער זיך שולדיג, אבער דערנאך וועט ער פארגעסן און וועט דיר אנפייפן.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 10:58 pm
דורך שוועמל
ווען איז דער שאלה אקטועל, ביי אידן ווען עס פאסירט מעג מען דען מאכן א פאליס רעפארט עפ"י הלכה?
ווידעראום ביי א נישט-איד, איז דאך יענער אייביג גערעכט ניין?
יענץ געלעכטער, בעיני ראיתי ווי דער גוי וואס איז קלאר נישט געווען גערעכט ארויסקומענדיג פון די קורב האט אנגעהויבן מאכן אזוינע יעלות מיט בלבולים ווי סעלפאון, סיטבעלט, בלינקער וכו' אלעס אז יענער זאל נשיט זיין גערעכט.
ס'יז קלאר מען דארף שטארק נוצן א פיפטע שו"ע.
עפעס אן אשכול ליגט מיר אין קאפ דערויף.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 11:19 pm
דורך אךשמח
האהאה, דאס האב איך געמיינט אז אפשר לוינט זיך צו נעמען שרייען אין דער וועלט אריין, אזוי אז עס זאל מאכן דעם רושם אז יענער איז שולדיג.
די הלכה'ישע חלק דארף מען פרעגן די וואס קענען זיך אויס דערין.
דערציילט מיר א איד וואס אומשולדיג (...) איז ער אפט פארמישט אין עקסידענטס, און פלעגט אלץ צו פארהאנדלען און צאלן ווי א טאטעלע, ביז ער האט אפגעמאכט אז עד כאן. גענוג זיך געלאזט שפייען, ער צאלט מער נישט. אז דו ווילסט רוף פאליציי. זאגט ער אז רוב מאל האט דער צד שכנגד זיך אונטערגעגעבן. ס'הייסט, אז נישט ווייל יענער איז אזוי פעסט און שרייט אז ער 'גייט' רופן די פאליציי, איז ער גרייט אזוי צו טאן.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 11:30 pm
דורך שוועמל
סארא מין סטעיטמענט איז דאס, "ער איז אפט פארמישט אין עקסידענטס"
GET HIM OFF THE ROAD
ווי אמשנעלסטן..
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 11:32 pm
דורך DotCom
שוועמל האט געשריבן:ווען איז דער שאלה אקטועל, ביי אידן ווען עס פאסירט מעג מען דען מאכן א פאליס רעפארט עפ"י הלכה?
פארוואס דען נישט?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 11:58 pm
דורך Yes_or_no
My two cents.
[על פי בקשת המגיבים תרגמנו שורה שניה לשפת אידיש:] אויב איר זענט פארמישט אין אן עקסידענט מיט א נישט-איד זאלט איר אייביג מאכן א פאליציי באריכט.
First thing after the accident do NOT move ur Vhicle. Come out of the Vhicle even ur blocking the busiest street and make a couple of clear pictures both from far away and from close. That's very important afterwards.
Next never scream or do anything stupid even if u did nothing wrong. Be calm and walk over to the other guy and don't talk or ask anything just wait for him to start. Be as calm as u can be don't forget a couple if dollars for tzudukah.
If he does not want to make a report call any himisha collision they will come down and give u a estimate of the cost and then make sure he pays with a credit card or cash right there. Never let him go with no payment or a report especially with a leased car.
Now if u decide to make a report wait for the police to arrive it can take up too 2 hours in the city so be sure u have the time at last make it. When he arrives don't rush over to him like u did when u had a argument as a child and u ran to the teacher thinking because ur first he will believe u more. Just wait until the officers approaches u and asks for ur side. Be sure to tell him the story short and clear and don't mix it up. Make it as simple as u can the best is to drew him the accident on a paper and show him the pictures. (sometimes) they will have u move the car instantly so they won't be able to see what happened so be sure to show him the images. The police will then write both of ur story's and that's it at the scene.
After that be sure to pick it up. And be sure to send the images in to the insurance even if u had no damage and u should tell them u did and that u want the other party's insurance to pay for damage! This can help.
That's it for now. More if I have time
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 12:02 am
דורך יואל שווארטץ
די צווייטע שורה קומט נישט אין ענגליש.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 12:08 am
דורך פרוכט
יואל שווארטץ האט געשריבן:די צווייטע שורה קומט נישט אין ענגליש.
וגם אני בחלומי, געטראכט די זעלבע זאך ביים ליינען...
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 7:06 am
דורך Yes_or_no
Sorry I just type faster and easier in English.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 8:22 am
דורך leiby
יעס שכוח פאר דיינע עצות, אויב מעגליך רעד אביסל מער ספעסיפיק, דו רעדטס ווען מ'איז שולדיג? אדער אומשולדיג?
אדער בכלליות.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 12:18 pm
דורך צום זאך
עטליכע וואכן צוריק בין איך ארויסגעפארן פרייטאג קיין קרית יואל מיט א געדינגענע קאר. עס איז שוין געווען נאך 2 אזייגער ווען כ'בין געווען ביים אריינגאנג צום פ.ד.ר. פון האוסטען סט. נאכן וויליאמסבורג ברידזש, און דארטן אויפן רעמפ האט עס פאסירט, נאך וואס איך האב געמאכט א האסטיגן שאורט סטאפ ווייל די קאר אין פראנט פון מיר האט מיר אזוי מדריך געווען, האט דער קאר אונטער מיר אריינגעזעצט אין מיר מיט א ווידערקול, מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ, אין פאקט איז עס געווען די ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך בין געווארן אינוואלווד אין א עקסידענט. ב"ה אז קיינער אין קאר איז נישט געשעדיגט געווארן.
איך לייג די קאר אין פארק, כ'קום ארויס, דער דרייווער פונעם אנדערן קאר (אפריקאן-הארלעם'ער) קומט אויך ארויס זיך אונטערמורמלענדיג דערביי די מיאוס'ע ווארט וואס פארדעם אליין וואלט איך געדארפט מאכן א פאליס ריפארט, איך באטראכט אזוי מיין קאר, נישט געווען קיין מעידזשער דעמעדזש, די באמפער איז היפש ארויס פון פלאץ, און א קליינע רויטע ריפלעקטער איז אראפגעפאלן. אויף מיר האט די הויט געברענט, ס'איז ער"ש, איך דארף נאך אנקומען קיין קרית יואל, קיין צייט צו ווארטן אויף די פאליס האב איך נישט געהאט, און אויף די שאדן האב איך מיך באמת נישט זייער שטארק געזארגט וויבאלד ס'איז געווען א געדינגענע קאר און מיין עמעקס קארטל האט די פרימיום קאר רענטל קאווערידזש, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, כ'האב געהאפט אז ער גייט אויך נישט וועלן באדערן זיין אינשורענס און סעטלן פאר א פאר דאלער און גוט שבת.
פרעג איך עם צו כ'זאל מאכן א פאליס ריפארט צו ער וויל סעטלן? זאגט ער סעטלן, און ער נעמט ארויס זיין בערזל און ווייזט מיר זיין לייסענס און כ'זאל מיך פארשטענדיגן מיט זיין אינשורענס.. ס'מיר גוט געווארן... כ'זאג עם אז כ'רעד פון סעטלן אויף געלט, ער טענה'ט ער האט נישט. כ'גיי צו מיין קאר ברענגן א פען און פאפיר אפצושרייבן זיין אינפארמאציע, אינצווישן זענען ארויסגעשפרונגען פון זיין קאר נאך אפאר פון זיינע ברודערס, ער קומט צו און פרעגט מיר פון וויפיל געלט איז די רעדע אויף צו סעטלן? די קאפ הייבט מיר אן לויפן... כ'האב נישט קיין דעמם אנונג וואס מ'קען בעטן פאר אזא מעשה, כ'האב געטראכט הכל ריווח, לאמיך ארויסזעהן פון עם עפעס געלט און פארן ווייטער, כ'בין געווען גאנץ קנאפ אינטערעסירט צו גיין דיעלן מיט זיין אינשורענס נאכדערצו וואס ער האט געהאט א אוט אויף סטעיט לייסענס. הקיצור כ'זאג עם געמער א הונדערטער און קענסט גיין, אינצווישן האט א בראדער זיינער ארייגעשטעקט די נאז און איבערגענומען די פארהאנדלונגען, ער נעמט ארויס זיין בערזל און פרעגט מיך וויפיל? כ'זאג עם 2, ער דערלאנגט מיר 2 פרישע הונדערדערס און כ'בין שוין לאנג נישט דארט.
יעצט וויל איך וויסן אזוי, וואלט איך עפעס געהאט אז כ'קלעים זיין אינשורענס אויף מיין רענטל קאר? כ'פארשטיי אז נישט, די רענטל קאמפאני וואלט עס באקומען לכאורה. איז וויפיל די מאסקימום וואס מ'קען בעטן פאר אזא מעשה?.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 5:11 pm
דורך ברוך
מיר האט מען אויסגעלערנט אז א יעדע מאל מאכט מען די ערשטע זאך פאליס ריפארט. מען ברויך צו וויסן אז די פאליס בייסט נישט.
מען ברויך אייביג וויסן אז מען איז "נישט" שולדיג.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 9:42 pm
דורך אךשמח
ברוך האט געשריבן:מיר האט מען אויסגעלערנט אז א יעדע מאל מאכט מען די ערשטע זאך פאליס ריפארט.
נישט ריכטיג. א רעפארט בלייבט אויף דיין רעקארד אפגעזען אויב דו ביסט אינגאצן און קלאר אומשולדיג!
פארשטייט זיך אויב דער שאדן איז גרעסער ווי דאס געלט וואס די אינשורענס וועט ארויפגיין פון היינט און ווייטער איז פארשטענדליך אז מען זאל אנבעדינגט מאכן א רעפארט.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 9:52 pm
דורך אךשמח
צום זאך,
כ׳האב הנאה געהאט פון דיין שיין באשרייבונג און אז ביסט ארויס מיט א פארדינסט.
האסט דאך פרובירט דאס בעסטע אין דעם אנגעשטרענגטען פרייטאג.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 29, 2012 12:47 am
דורך verveist
limasah u wrote allready that it was erev shobbis etc. nu shobbis comes before evrything and I hope this is also included in "hotzuas shobbis" .. .
any way the q. is if c"v a thing like this happens when you do have time. The thing is if you dont have expirence its very hard to estimate by yourself how much it would cost you to fix it, you might be very supprised how expensive fender benders can be if you want to fix them the right way. That being said it all depends on the overall situation, like in your situation at least according to your understanding it was all" hakol reivach". I am concerned that its not so simple, becuse the rental company or credit card company will also ask for a police report. While a person can make a report if is car gets hit while parked and there is no car on scene the prob. in that case is where even it was the other car at fault the insurance payment can only go out of your own insurance which I dont think is in your intrest.
I think in genral if you have no idea how much it cost to fix ask the party first how much they are willing to settlle for, if they say how much do you want, just say I know these things are pretty expensive.
The other person will for surely try to make it to nothing and start out low but some times his low can give you an idea. also take in account that if the other party is willing to settle without a police report it's very likely that they have some butter on their head ie. not a legal immgrant driving witout or susspended license no insurance, dwi etc. which if police is called he might be arrested so this can work to your advantage as a bargining chip to get a more fair deal.
ITS HIGH TIME THAT WE LEARN THAT WHATEVER CAN'T BE WRITTEN IN ENGLISH CAN NOT BE WRITTEN IN YIDDISH
Yes we are in gulis big time and like in mitzreiem and in the time of the chorbin habeies and so many other times the biggest gulis is from our own flesh and blood! the eiriv rav thats all around us (and in ourselves as well see divrei chaim)! we have a fifth colum by us these days unfurtantly, like we didn't have for a long time (and whoever goes anywere on the net is wittness to this daily)) and yes they are here reading these posts big time !! this is definatly a rishis hurabim diorasah!!! And in shul under the shtreimel u also dont know who loves you or hates you vi'd"l !!
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 29, 2012 6:29 am
דורך פליגל
אן עקסידענט גייט אויפן רעקארד נאר אויב ס'געווען א פראפערטי דעמעדזש פון איבער א טויזענטער, אדער א אינדזשארי און כ"ש א פאטעליטי ל"ע.
מ'קען מאכן א פאליס ריפארט און פונדעסוועגן פארהאנדלן וואס דעמאלס גייט'ס נישט ארויף אויפן רעקארד, ווילאנג די אינשורענס איז נישט מודיע קיין אלבאני ווייסן זיי נישט.
א פאליס ריפארט איז גוט ווייל אזוי קען יענער נישט לייקענען, פארשטייציך אז ווען מ'באצאלט מוז מען פארלאנגן אן אינטערשריפט אז יענער ריעליסט דיר פונעם עסק, אז נישט קען יענער מאכן דאפעלט, די קאליזשען שאפס האבן דעם פארעם.
אויב קען מען זיך איינעם דעם צווייטן און ביסט רואיג אז מ'וועט זיך אדורך קומען קענסטו איינשטעלן, אויב דו קענסט יענעם נישט, אפילו ער גיבט דיר זיינע אינפארמעישאן זאלסטו נישט איינגיין דערויף! אויס איז'ס א מיינער דזשעמעדזש אין יענער גיבט דיר "קעש" און ס'קוקוט אויס ווי ס'שטימט קענסט'ס טאהן, אז נישט קענסטו נאך דערלייגן!
דאס זעלבע פארקערט אויב גייט יענער איין צי נעמען קעש פון דיר און ס'שטימט גיי איין דערויך, קיינמאל נישט ארויס געבן אינפארמעישאן פאר איינעם וועם דו קענסט נישט!!! נאר א פאליס ריפארט.
הצלחה וסייעתא דשמיא
ה' ישמר צאתך ובואך לחיים ולשלום מעתה ועד עולם.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 18, 2012 12:48 am
דורך אךשמח
איך ווייס פון איינעם וואס האט נישט געהאט קיין פראפערטי דעמעדזש בכלל, און עס איז געווען א קליינער שאדן פארן צווייטן, פארט איז עס ארויף אויף זיין רעקארד.