בלאט 1 פון 4
טוישן פון א דזשי-עם וואגן צו א טאיאטאו
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 9:51 am
דורך ווינקל
אזוי ווי איך דרייוו שוין כמה שנים לטובה GM מינדי ווענס, ולדאבוני האבן די חכמי הבעילאוט מחליט געווען אז אנשטאט מאכן געלט פון מיני ווענס וועלן זיי זיך ענדערש אריינלייגן אין פרייועט דזשעטס און לאבאירן די 99 פיפל, און זינט 08 למספרם איז נישט געפרינטעד געווארן פרישע ווענס.
יעצט האב איך אן אפפער פון א 10-11 סיענא-טעיאטאו, וויל איך הערן ווער ס'האט עקספיריענס מיט אזא סארט טויש.
נ.ב. שרייבן דעם ווארט אדעסי אין דעם אשכול מיינט אויטאמאטיש פארלירן רשות כתיבה דא...
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 10:02 am
דורך i follow
די איינציגסטע זאך וואס ביידע זענען גלייך איז אז ביידע ווען געריפן מיני ווען
די סיענע האט א סאך א באקוועמערע רייד
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 10:13 am
דורך זאל ער קומען
איך האב געמאכט דעם זעלבן טויש פאר א 3 יאר צוריק און אזויווי ער זאגט חוץ ווי זיי הייס ביידע מיני ווען איז דאס נישט קיין פארגלייך, דארף קיינמאל קיין מעכאניקער פארט ווי א בעבי און הערשט איז דאס אסאך מער ווערט ווען די ווילסט פטור ווערן דערפון אויב ס'איז געקויפט שטייטצעך.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 10:39 am
דורך תרגום יונתן
איך קען נישט זאגן אויף מיניווענס דייקא, אבער איך האב געהאט א דזשי. עם. אויטא פאר א שיינע פאר יאר און ארום צוויי יאר צוריק מיך איינגעהאנדעלט א טיאטאו.
די דזשי. עם. פלעגט זיך פירן גרינגער, עס האט געהאט א פלינקערן רעדל, די טיאטאו איז מער א טייט דרייוו, איך זאג דאס נישט אלס א מעלה אדער חסרון, יעדער האט זיין טעיסט. די טיאטאו איז א פיל שטערקערע געבוי און דארף ווייניגער זיין ביים מעקעניק ב"ה, דאס הער איך פון פילע אנדערע דרייווערס.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 1:30 pm
דורך סביב העולם
שוין פרובירט ביידע
מיין עקספיריענס זאגט אז סיענע וועסטו מער הנאה האבן בעזר השם
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 2:21 pm
דורך ווינקל
יישר כח יעדן!
מיין פראגע איז, ווי די תרגום זאגט האט עס אנאנדער סארט דרייוו, ווי אזוי האט איר זיך צוגעוואוינט דערצו?
מיינט דאס אז איך וועל מער נישט קענען פארן אויף 65 מפש אויפן רעמפ צו עקזיט 16 (טראוועי)?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 2:24 pm
דורך זאל ער קומען
הא...ספידן קען מען אויף ביידע האניש מורא, ביי די וועי איך מיין אז GM אוויף די העכערע ספיד דריזלט דער קאר סאך מער ווי א סיענע וואס פילט קוים אז ספארט
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 2:54 pm
דורך תרגום יונתן
זארג דיך נישט, אז דו וועסט געבן גאז וועלן ביידע דיך נעמען וואו דו ווילסט.
איך ווייס נישט וויאזוי צו מסביר זיין א טייט דרייוו, מיט א דזשי. עם. האב איך מער "געשפירט" דעם דרייוו, איך האב מיך געפילט אלס א חלק פונעם קאר. אין מיין טיאטא (און אנדערע טיאטאס וואס כ'האב געדרייווט) פיל איך מער דיטעטשד פונעם קאר.
ווער ס'פרעגט מיר רעקאמענדיר איך טיאטא, ס'איז שטארקער און האלט זיך פיל לענגער.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 3:16 pm
דורך טייבעלע
זאל ער קומען האט געשריבן:הא...ספידן קען מען אויף ביידע האניש מורא, ביי די וועי איך מיין אז GM אוויף די העכערע ספיד דריזלט דער קאר סאך מער ווי א סיענע וואס פילט קוים אז ספארט
כ'ווייס ניט דערפון כ'בין געווען אין אויסלאנד כ'האב מיך איינגעהאנדעלט דארט פאר א צוויי וואכען א ביואיק אין מען איז געפארען אזוי ווי עס באדארף צוזיין שנעל אין פלינק און עס האט מיר ניט ג'דריזלט, קען זיין עס ווענדעט זיך אינעם סארט קאר, אבער יא די סיענא איז א באקוועמער קאר, עס פארט זייער smooth די פיקאפ זיינער ווייס איך ניט דאס עצם פארען איז גוט, הגם איך פרעזענליך האב ליב די היי ענד GM קארס אבער די סיענא געפעלט מיר זייער פרעג זיך נאר נאך אויף די טרעקשען קאנטראול אויף א דריי ווי אזוי דאס איז, כלליות איז דאס א גוטע אויסוואל
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 11:42 am
דורך פאטאקי08
ווינקל
פונקט געוואלט פרעגן דא אויפן פארום
קען איך פרעגן דא?
אז נישט וועט זייער נייגעריג זיין מכובד צי ציטיילן די אשכול..
יעצט איז דא א גוטע אפפער פאר קרייסלער טאון ענד קאנטרי 2012 פאר זייער ביליג מאנכע אדווערטייזן אזוי ביליג ווי 211! (נאך ביליגער אויב מען וואוינט אין די סיטי)
איך קום פון א פארד
לוינט זיך צי גיין דערמיט? מאנכע זאגן אז אויב סאיז א ליסינג לוינט זיך די פרייז אנדערע זאגן אבער אז סלוינט זיך נישט ציצירירן צי א קרייסלער (א פיס אוו גארבעדזש) נאר איך זאל נאר נעמען א אדי....
די מעלה פון די קרייסלער איז אז סאיז פולי לאודעד
בעקאפ קעמערע, בלויטוט, לעטטער סיטס, דוד, ועוד
מה שאין כן א בעיס האנדא הייבט זיך אן ביי 325
GM איז נישט שייך צי רעדן ווייל זיי האבן נישט קיין ווענס און אוודאי קען מען נישט ליעסן
זונטאג אויף קול מבשר איז געווען אדדווערטייזט קאמפארט אויטא האבן עפעס א גיטן דיעל אויף א סיענע 279 פלאס פלאס פלאס פארשטייט זיך אן קיין לעטטער סיטס און אן גארנישט
ווידעראוים הערשיס זאגט מיר אז סאיז שקר...
בקיצור אויב אייינער וויל מיין פריסטאר 2007 מיט 75000 מייל פאר 5000 רענדזש ביטע קאנטאקטן אין אישי
דאנקע
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 1:07 pm
דורך private
מיין חבר האט פאריאר געליסט א קרייסלער ( ס'דאך ביליג) ער זאגט אז אפילו מ'וועט עם ציצאלען טאטש ער מער נישט קיין קרייסלער
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 1:28 pm
דורך דארפסמאן
פאטאקי08 , אפאר וואכען צו שפעט, איך האב מיך געבעטן ביים עולם דא אז איך דארף א קאר, און קיינער האט זיך נישט אונגערופען, ב"ה איך האב געטראפען
אהההאאא , יא , איינער האט געשיקט און אישי אז ער האט א 1998 קאר וואס אלעס פייפט חוץ די פייפער, און פרעגט מיך נאך מיט ווינדער פארוואס איך וויל עס נישט פאר אינטער 2 אלפים
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 1:44 pm
דורך משנה מקום
מיין טאטע האט געהאט פארקערט א שלעכטע עקספריענס מיט אדסי אין מיט קרייסלער איז ער צפרידען נאר איין ריזיגע חסרון ווען די געבסט עס צריק שטעלען זיי זיך אויף יעדע קלייניקייט
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:14 pm
דורך פאטאקי08
אלע מעלות וואס איך זעה דא מיט סיענע איז אז עס האלט זיך לאנג וואס דאס איז נישט נוגע אויב מען ליעסט
private האט געשריבן:מיין חבר האט פאריאר געליסט א קרייסלער ( ס'דאך ביליג) ער זאגט אז אפילו מ'וועט עם ציצאלען טאטש ער מער נישט קיין קרייסלער
עפעס מער אינפאו וואס און פארוואס ער איז נישט ציפרידן געווען?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 4:22 pm
דורך ווינקל
מענדי ברייער זאגט מיר אויך (כ'זע ער גראדע האט אויף זיין לאט אפאר טאון ענד קאנטריס צו פארקויפן) אז ס'איז א פיעס אוו גארביטש. פרטים האב עם נישט געפרעגט.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 4:26 pm
דורך פאטאקי08
די שאלה איז צי ליעסן פאר די ערשטע דריי יאר
ווי שלעכט קען עס זיין די ערשטע דריי יאר מיט 36000 מייל?
נאכדעם איז עס שוין נישט מיין דאגה
וואס האלט דערעולם?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 11:42 am
דורך תרגום יונתן
אויב רעדסטו פון א ליעס און די דרייוו איז נישט קיין גרויסע חילוק, איז עס ממש ארויסגעווארפן אידיש געלט צו נעמען א טייערע מאדעל. יעדע קאר האלט זיך גוט פאר די ערשטע פאר יאר.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 5:04 pm
דורך גולם
געהערט האבעך אז סהאט א געפערליכע שווערע פיקאפ
און כא פאר דיר אנייצע אז דו זעהסט איינעם מיט אזא נייע קרייסלער שעם דיך נישט און פרעג אים וויזוי עריז צופרידן פון דעם
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 03, 2012 10:28 am
דורך פאטאקי08
דארפסמאן האט געשריבן:פאטאקי08 , אפאר וואכען צו שפעט, איך האב מיך געבעטן ביים עולם דא אז איך דארף א קאר, און קיינער האט זיך נישט אונגערופען, ב"ה איך האב געטראפען
קאר פארקויפט געווארן אין אישי פאר א חשובן ניק
(ווינקל קענסט אים גיין אפבעטן דיין קאמישען פארן עפענען דעם אשכול...)
למעשה האב איך גענומען א האנדא, די קרייסלער אפפער איז נאר פאר איינער וואס האט שוין געהאט א ליעס און נאר אין די סיטי ווי אויך איז קאסטומער סערוויס ביי קרייסלער שוואכער ווי ביי האנדא, און קרייסלער גיט נישט קיין 1500 דעמעדזש וועיווער ווי האנדא ועוד ועוד..
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 03, 2012 11:31 am
דורך ווינקל
דרייעסט דיך ארויס מיטן שרייבן האנדא... גוט.
אישי טענה'ט אז דו דארפסט צאלן די חלק הקאמישן, שיק מיר אן אישי דערוועגן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 2:40 pm
דורך טייבעלע
אזוי ווי מיין קאר האט מיר שוין גענוג געדינט זיך איך צו קויפען א נייע, איך האב עטליכע שפעקאלאציעס דערין איך וואלט ווען געוואלט הערען נאך מיינונגען ווער עס קען,
איך האב אפציעל ליב א פול סייז קאר, א לוקסעריזע קאר, יעצט האב איך איינע פון די טאפ לוקסעריזע GM קארס, איז אזוי מיינע אויסוואלען,
1)ווארטען אויף די נייע קעדילעק XTS וואס דארף ארויס קומען יעצט אנהייב זימער,
2)לעקסאז 460L
3)מערסעדיס S CLASS
4)ארויף גיין צו א SUV און דעמאלט איז די אפשען די עסקעלעיד ESV PLATINUM,
איז היצטער לאמיר הערן אייערע מיינונגען דערויף אין דערנאך וועלען מיר קענען מאכען א ס"ה און גיין ווייטער מיט וואס מען דארף, יש"כ.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 2:49 pm
דורך קראק-פאט
כ'קען גוט ווערן מיט דיר? און וואו איז די ב.מ.וו.?
מיין געדאנק: לעקסוס. פארוואס? ווייל איך האב א שטיק צייט פארמאגט א מערצעדעס און א צווייטע מאל א לעקסוס, כ'האב בעסער ליב געהאט דעם לעקסוס.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 2:54 pm
דורך טייבעלע
א לעקסעס איז טאקע בעסער פון די פשוטע מערסעידיס אבער כ'גלייב נישט אז ס'איז בעסער פון די S CLASS
די פשוטערע מערסעידיס איז א פערפארמענס קאר נישט SMOOTH די S CLASS איז יא SMOOTH
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 2:59 pm
דורך טייבעלע
איך וועל זאגען דעם אמת מיינע אויגען האבען זיך פארבלאנדזשעט אויך א MABACH און דאס געפעלט מיר די מערסטע.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 3:04 pm
דורך קראק-פאט
טייבעלע האט געשריבן:איך וועל זאגען דעם אמת מיינע אויגען האבען זיך פארבלאנדזשעט אויך א MABACH און דאס געפעלט מיר די מערסטע.
סתם לצנות. קאסט דאס נישט א האלבע מיליאן?