בלאט 1 פון 1

הגונב מן הגנב - מאביל גאז סטאנציע אין מאנרא

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 20, 2012 1:12 am
דורך קאפעליטש
פאר א שטיק צייט צירוק בינעך אריין שפעיט ביינאכט אין די מאביל גאז סטאנציע אויפן רוט 208 נעבן קרית יואל, איך זיך ארום אין די געשעפט פאר א שטיקל כשר'ס איבערציבייסן, אבער ס'איז כמעט נישט דא צו געפינען דארט,

נאך א שטיק צייט ארימזיכן, האב איך ענדליך באוויזן אפירציקראצן א שאכטל כשר'ע קאפקעיקס, מיט א פעקל פאפיטעס, איך מאך זיך א קאווע אין איך שטעל אלעס אראפ ביים קעשיר טישל, און דער מעקיקאנער רעכענט מיר דאס ציזאם, און ער גיבט מיר א טאטעל פין בערך $6.00 איך נעם אפיר מיין בערזל אין איך נעם ארויס
איינץ פין די צוויי צוואנציגערס וואס זענען געלעגן אין בערזל און איך דערלאנג אום עס אהין, ער מאכט אויף די קאסע אין ער ריקט אריין די צוואנציגער און גיבט מיר ציריק בלויז פיר דאלער, און ער פארמאכט די קאסע,

איך הייב אום אן מסביר צו זיין אז ער האט געהאט א טעות ווייל איך בין %100 זיכער אז איך האב אום געגעבן א צוואנציגער, אבער ער שרייט חי וקים אז איך האב זיכער געמאכט א טעות און ער גיבט מיר נאך א ווארף צו אפאר רחמנות בליקן, כאילו ער פארשטייט אז מיר זייער, אז א יעדע מענטש קען אמאל מאכן א טעות,
אבער איך ווייס דאך יא קלאר ווי דער טאג אז איך האב אום געגעבן א צוואנציגער, אקוצר נאך א שטיקל סכסוך איז געבליבן אז ער קען דאס קלאר שטעלן מיט זיינע פיסטיקירטע קאמארעס אבער ער האט נישט יעצט ציטריט צו דעם יעצט ביינאכט, מארגן וועט ער זיכער מאכן איבערציקיקן די קאמערע, קיין צווייטע ברירה האט איך נישט געהאט אזוי זיך יאגענדיג אינמיטן די נאכט האב אום בלית ברירה נאכגעגעבן, אין זיך אפגעטראגן פין דארט.

ווען איך האב דאס פארציילט פאר מיין חבר זאגט ער מיר אז עס איז זייער מאדנע ווייל ער האט אויך געהאט אזא מעשה מיט אום פאר א שטיק צייט ציריק. אפאר טאג שפעטער בין איך ציריקגעגאנגען צו אום און איך פרעג אום וואס ס'טוט זיך מיט די קאמערעס, זאגט ער מיר אז ער האט עפעס נישט געקענט געקענט איבערקיקן און איך קען ציריקימען מארגן נאכאמאל אפשר וועט ער עס שוין האבן אדורכגעקיקט, נאך א שטיק צייט איז מיר פארגאנגען די אפעטיט פין אום משוגה מאכן.

היינט ווען מ'האט ארימגערעד אין בית מדרש פין די נעכטיגע באוואפענטע רויבעריי וואס איז פארגעקומען אין די גאז סטאנציע האב איך אגב פארציילט פארן עולם די מעשה וואס איך האב געהאט מיט אום, און איך פרעג די עולם צו אימעצער ווייסט אז ער איז א גנב, ווען צו מיין איבעראשונג האבן עטליכע פארציילט זייער געשיכטע וואס זיי האבן געהאט מיט אום און ווי אזוי ער באווייזט צו בארויבן דעם ציבור

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 20, 2012 1:17 am
דורך צים פינטעל
כמיין פון ווי ווילסטו ער זאל לעבן??

אמאל בשחר טל ילדותי איז עס געווען די ביזי'עסטע גאז סטאנציע ווי אלע סטעשאן וועגען'ס זענען געווען אויסגע'שורה'ט

סאיז אויך נאכנישט געווען אזוי גרויס ווי היינט שפעטער האבן זיי זיך מרחיב געווען די גבולים

שוין האבן זיי גע'פלאנט צו רייסן געלט פון אונז

אבער איז געקומען וועלערא און פארקויפט יאפשטיק מיט פינאטשו, מקען זיך נישט רירען דארט


סאו ערגעץ דארף ער נעמען זיין געלט...

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 20, 2012 1:24 am
דורך DotCom
א מזל אז פאר בייטאג איז דא א היימישע געז סטעישן ממש דערנעבן, מען דארף עס אבער וויסן. ייש"כ.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 20, 2012 2:24 am
דורך שוועמל
לייג צו צום קעפל Beware!

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 20, 2012 8:42 am
דורך קאא
יעצט הייב איך אן טראכטן אז עס קען גאר זיין אז די דריי גנבים זענען קעקומען אלץ נקמה אז מען האט זיי באגנבט.
ווייל געווענטליך הערט מען נישט אזעלעכע זאכן און מאנרא 

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 20, 2012 9:27 am
דורך דזשעב 012
געהערט אויף קאלמיכוואסער אז זיי האבן קודם פרובירט ביי וואלערא, נאר סיגעווען פול מיט יודישע קונדן, זענען זיי געגאנגן צו מאביל.
זעהט אויס צו באגנבענען א איד איז וויכיער ווי גנבענען פון איינער וואס באגנבט

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 20, 2012 10:51 am
דורך יוראפ
די פאליציי האט דאך יעצט איבערגעקוקט זייערע קעמרעס נאך די רויבעריי אפשר קענען ענק יעצט אויך געהאלפן ווערן

פארעפענטליכט: שבת ינואר 21, 2012 7:32 pm
דורך סביב העולם
אויך פון די געליטענע

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 22, 2012 9:46 am
דורך סאכדעס
לעצם הענין, ער קען עס וויסן אן די קעמערעס, ער דארף פשוט מאכן א שנעלע חשבון _(אויפ'ן קמאפיוטער שטייצעך) וויפיל געלט עס דארף ליגן אין זיין רעדזשיסטער, און דאן וועט ער דאס זען. אויב איז ער אבער א גנב, איניש קיין גרויסע חילוק, ווייל ער וועט דיר דאן אויפווייזן אז ס'שטימט טאקע זיין גניבה.

איך האב געהאט אזא מעשה ביי אנאנדער גאז סטאנציע, און די יענע האט געמיינט אז כ'וויל איר בא'גנב'ענען (זי איז געווען אויפ'ן פאון ווען כאב אהינגעגען ס'געלט) און זי האט געמאכט דעם חשבון, און מיר צוריקגעגען דעם צענער.

די אונערס איצט פון מאביל, זענען נישט די וואס פלעגן דאס פירן אלע יארן, גוט צו וויסן אז די נייע זענען גנבים.