WeFightTickets.com עני עקספיריענס?
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 06, 2012 12:42 pm
דורך גרויזאמער
האט איינער גוטע עקספיריענס מיט זיי?
זוכנדיג אויפן אינטערנעט האב איך געטראפן זייער א שלעכטע ריוויו, מיין שאלה איז צו עס איז סתם פון א דריי קאפ, אדער איז ער גערעכט.
http://www.ripoffreport.com/small-busin ... -75bfa.htmאיך האב זיי שוין איינמאל גענוצט, און זיי האבן מיר נישט באגנבעט אבער געפייט האבן זיי עס נישט, איך האב עס דזשאסט באצאלט דורך זיי.
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 06, 2012 2:21 pm
דורך אויפריכטיג
און וואס טוט זיך מיט פארקינג עקספערט וואס ווערט דא עדווערטייזד. איך קען באשטיין אים צו שטיצן ווייל ער אדווערטייזט דא אבער איך וויל וויסן צי ער טוט עפעס אויף אדער שלעפט סתם ארום און דערנאך דארף מען געהעריג באצאלן?
פארעפענטליכט: שבת ינואר 07, 2012 7:32 pm
דורך דארפסמאן
Please done use "With we fight tickets" thay are making a mess in all shouls
And I will give a "8" for parking export from 1-10
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 12:10 am
דורך אויפריכטיג
פון איינס ביז צען, וועלכע איז גוט און וועלכע איז שלעכט?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 11:07 am
דורך ים רויבער
אין וואס טוט זיך מיט דעם?
אויך געווען אדווערטייזט אדווערטייט דא א שטיק צייט צוריק
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 12:01 pm
דורך וויכטיג מאכער
ווי שוין געשריבן אין א אנדערע אשכול, איך האב געהאט גאר א גוטע עקספיריענס מיט פארקינג עקספערט! ער האט מיר דיסמיססד אסאאאך טיקעטס.
די עד וואס ים רויבער ברענגט איז פאר מאווינג וויאלעישענס.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 6:13 pm
דורך שמן זית
איך האב זיי באצאלט 450$, בין כסה לעשור תשע"ב, פאר טיקעטס וואס איז א ס"ה אויף 7 פאוינטס
און זיי האבן געזאגט 99.99% אז זיי גייען אראפ אין קאורט ווישן אפ אלע פאוינטס, תו לא מידי,
איך האב זיי געגלייבט אויפן ווארט,
א טאג נאכן קארט דעיט קאל איך זיי אהן פרעגן די סטאטוס, נאך 1000 שעה רעדן אויפן טעל און ביזן אנקומען צו די ריכטיגע מענטש,
זאגט מען מיר אז די לויער האט געזעהן אז איך האב נאך א באלאנס פון א פאריגע טיקעט סא ער האט זיך נישט באוויזן, סא איך
זאל זאפארט תיכף ומיד גיין אין קארט באצאלן די טיקעט אוןזיי צוריק קאלן,
איך בין געווען זייער פארנומען דעמאלט, עכ"ז האב איך נישט געטראכט קיין 2, איך האב געדינגען א קאר אראפגעפארן צום קאורט און באצאלט
און אויפן פלאץ זיי צוריקגעקאלט, זיכער געמאכט אז אלעס איז מסודר,
געספענד נאך אסאך צייט אויפן טעלאפאון זיכער צו מאכן אז איך קען מיר לייגן שלאפן עד יום מותי און מער גארנישט דארפן טוהן וועגן די טיקעט
און איך האב גענומען זייער ווארט כ,האב מיר געלייגט שלאפן, נאך 3.5 חדשים שלאפן, פאר בערך 2 וואכן צוריק, חלום איך מיר, אז איך האב באקומען 3 צעטליך פון DMV אז מיין לייסענס גייט ווערן סוספענדעט ווייל איך בין נישט אנגעקומען אין קאורט, (נאך עטליכע מינוט האב איך קאנפירמט אז עס ליידער נישט קיין חלום) קאל איך זיי אהן מיט א בהלה, פארברענגט נאך א וואך צייט אנצוקומען צו די ריכטיגע מענטש,
ענדליך איך האב געכאפט דעם בעה"ב
האט ער מיר בארואיגט אין א 20 מינוטיגן שמועס, אז די לויער האט געהאט רעקוועסטעד פאר א נייע דעיט, און זיי האן עס אנגענומען און קיינמאל נישט געשיקט קיין דעיט, און אז יעצט טענה'ט די קאורט אז איך דארף צאלן 200$ בעיל,
נאר די לויער טענה'ט זיך מיט זיי אז זיי האבן אים קיינמאל נישט געענטפערט,
למעשה נאך עטליכע טעג האב איך ענדליך באקומען א קאל פון זיי, (די ערשטע מאל זיי זענען נארמאל, און פילן אחריות צוריק צו קאלן, נאך וואכן לאנג וויינען צו זיי,)
אז איך דארף יא צאלן בעיל,
איך האב מיר געטענה'ט מיט זיי א האלבע שעה אז פאר 4 חדשים צוריק בין איך געווען אלעס גרייט צו טוהן און צאלן,
אבער יעצט ווען זיי האבן מיר שוין אזויפיל נערוועיז און קראנק געמאכט, האלט איך אז כ'האב באצאלט געלט און איך דארף באקומען "קאסטומער סערוויס" און זיי זאלן מיר קודם פייטן די טיקעטס, נאכן פייטן וועל איך זיי באצאלן די 200,
בשום אופן האבן זיי נישט מסכים געווען, באיןם ברירה האב איך זיי געעגבן נאך 200 דאלער, מאכנדיג זיכער אז איך נעם נישט מער אהן קיין תירוצים און איך דארף א דעיט אויף ווען די בעיל גייט ווערן פאוסטעד, ענדליך נאך 80 מאל מיר קראנק מאכן האבן זיי מיר פארזיכערט אז מאנטאג שפעטסטענס דינסטאג קען איך אריינקאלן אין קאורט פרעגן צו מיין בעיל איז פאוסטעד און איך וועל זעהן אז עס איז פאוסטעד
יעצט קאל איך אהן די קאורט זאגן זיי אז קיין שום בעיל איז נישט פאוסטעד,
קאל איך זיי אהן זאגן זיי מיר אז די לויער האט נאך נישט געהאט קיין צייט צו גיין,
איז דאס נארמאל?
עד מתי אתאונן על חרבן פעמים? עד מתי?
עד מתי לא תרחם?
שערי דמעות לא ננעלו
בלוט איז נישט קיין וואסער