בלאט 1 פון 1

הילף "רענטן" א קאר

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2007 11:38 am
דורך לחיים ולברכה
איך זוך צו דינגן א מיניווען פון יעצט ביז פסח, איך ווייס פון די קארפארעיט אקאונט ביי ענטערפרייז וואס זענען גאנץ ביליג, אבער אויף מיניווענ'ס מאכן זיי פראבלעמען, נישט אלץ האבן זיי און נישט אלע קארס זענען אין די קאנטראקט פון די קארפארעיט אקאונט.
ווער ס'ווייסט פון עפעס בעסער אדער ביליגער זאל ביטע ארויסהעלפן.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2007 1:21 pm
דורך 3x0

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 12:20 pm
דורך לאז געמאכט
עס קען צונוץ קומען:

ענטערפרייז האט א פאלעסי פאר זיי לאזן עמיצין ארויס נאכן צוריקברענגן א קאר פרעגן זיי, 'סא האו וואז דעי סירוועס?' ס'רוב מענטשן ענטפערן - טייל צוליב חסרון ידיעה - 'ווערי גאאד!!', עס איז אבער א גרויסע טעות.

אויב מען געט א קרים מיט די נאז, גיבן זיי בסבר פנים יפות עפעס א גוטע זאך! ס'לוינט צו פרובירן.

מען דארף און מען זאל חלילה נישט אריינזאגן פאר דעם ארבעטער פרעזענדליך וועגן חילול השם, נאר אויף א שיינע וועג זאגן אז מען איז נישט געווען אזוי צופרידן פון דעם אדער יענץ,

איך האב גענטפערט איינמאל: 'נאו דעי סירוועס וואז עקסעלענט, באט ווען א פיקט אפ די קאר איי העד טא וועיט ווערי לאנג פאר א קאר' האט זי געפרעגט 'וואט דא יא טינק וואט בי פעיר פאר אס טא דא?' האביך געזאגט 'עי דיסקאנט אן די נעקסט רענטעל, מעבי?' פרעגט זיך מיך 'האי מאטש דא יא טינק איטס פעיר, טען אר פיפטין פערסענט?' האביך געזאגט 'יעס טען אר פיפטין'... אן א ווארט גיבט זי מיר א קארטל מיט 10% קרעדיט אויף די נעקסטע רענטאל.

ווען איך באקום ווען אויף די רענאל צען אחוז אראפ וואלט עס אויסגעמאכט דרייסיג טאלער, אויך געלט...

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 4:07 pm
דורך סאכדעס
וואו קען מען דינגען אין אפסטעיט נוי יארק א 5 ספיד מעניול קאר?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 4:27 pm
דורך אלף בית
פון עקספיריעס: נאר רענטן א קאר ביי א אידישע רענטל על כל צרה שלא תבוא.
אויב די אידישע רענטלס האבן נישט קיין קארס בעסער נישט צו רענטן.

איך האב אמאל געהאט אן עקסידענט מיט א רענטל קאר, ווען נישט די איבערגעגעבענע ארבעט פון מיין רענטל קאמפאני וואלט איך געקענט זיין א בעל חוב פון 6,500$

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 4:49 pm
דורך farshlufen
סאכדעס, ביסט אין די גיסטע פון אויספליקן א קלאטש?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 9:03 pm
דורך צום זאך
איינער האט עני עקספיריענס מיט נוצן קיופאנ'ס פון א "עינטערטעימעמט ביכל" ביי ענטערפרייס?
דארף מען אויפווייזן אז מ'האט דעם ביכל?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 07, 2009 3:14 pm
דורך סאכדעס
farshlufen האט געשריבן:סאכדעס, ביסט אין די גיסטע פון אויספליקן א קלאטש?

אזוי ווי דו זאגסט, כ'וויל זיין א בקי ורגיל. ווען כ'זעץ זיך צו צו אזא קאר, געדויערט מיר ביז איך כאפ די זאך, און אפילו יעמאלט דארף איך רחמים אז עס זאל זיך סמוט פארן.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 10, 2010 11:20 am
דורך לייבעלע
ווייסט איינער פון א קאר רענטל אין מאנסי אדער אומגעגנט וואס איז אפען זונטאג?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 23, 2010 7:51 am
דורך וויל וויסן
ווייסט איינער, אויב האב איך אייגענע קאר אינשורענס, קען איך נוצן די קרעדיט קארד אינשורענס פאר א דעמעדזש ביי א גערענטע קאר?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 23, 2010 9:29 am
דורך אלף בית
אלף בית האט געשריבן:פון עקספיריעס: נאר רענטן א קאר ביי א אידישע רענטל על כל צרה שלא תבוא.
אויב די אידישע רענטלס האבן נישט קיין קארס בעסער נישט צו רענטן.

איך האב אמאל געהאט אן עקסידענט מיט א רענטל קאר, ווען נישט די איבערגעגעבענע ארבעט פון מיין רענטל קאמפאני וואלט איך געקענט זיין א בעל חוב פון 6,500$

אזוי ווי די ארטיקל איז יעצט אויפן אויבערפלאך, האב איך באמערקט מיין תגובה, וויל איך זאגן די ענדע פון די מעשה, פארגאנגענעם ערב פסח האב איך ערהאלטן א בריוו פונעם אינשורענס אז זיי וועלן באצאלן $9,600 פאר די שאדנס פונעם קאר. און איך קען קלאר מעיד זיין אז ווען נישט די איבערגעגעבענע ארבעט פון דעם איד וואס האט מיר פא'רענט די קאר, וואלט שוין געווען לאנג נאך די טיי אווענט פאר מיר.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 25, 2010 8:50 am
דורך פריילאך
וועלכע SUV טוט די עולם עצה'ן?

געהערט עקספלארער עסט צופיל געז. אנדערע זענען שרעקליך גרויס.

דיעלס פאר ליעסן א קאר

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 10:06 am
דורך חכם מחוכם
ווייסט איינער וואס פאר א גיטע דיעלס עס איז דא יעצט פאר ליעסן א מיני ווען ?