נייע/געטוישטע פארקינג/טרעפיק רולס/רעגאָלאַציעס
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 1:14 pm
איך עפן דען אשכול אלס א פלאץ ווי מ'קען/זאל אפדעיטן די לאקאלע פארקינג און טרעפיק רעגאלאציעס.
אלס דעם פותח האשכול וועל איך מתחיל זיין, און מ'בעט דעם עולם אז מ'זאל מוסף זיין נופך מדיליה.
אין בארא פארק אויף 50 ביי די ווינקל פון 16 האבן זיי לעצטענס געלייגט א no standing, except NYP plates. ווייסט איינער מה זה ועל מה זה?
א שינוי לטובה: אויף די 16טע עוועניו, איז מיטגעקומען צוזאמען מיט די מאני מיטערס א אויפטוה פאר די שומרי שבת, אז פרייטאג ברויך מען צאלן די מיטער נאר ביז 5:00, אזוי אז אין די ווינטער קען מען אום 3:00 באצאלן פאר ביז 5:00 און שלום על ישראל.
ביז היינט, און אזוי איז דערווייל ביי די אנדערע גאסן ווי ס'זענען נאך דא די אלטע מיטערס, ברויך מען צאלן ביז 7:00 אזוי ווי א גאנצע וואך, און אזא וואך ווי די וואך וואס מ'האט אריינגעלייגט קוואדערס באלד פארן זמן כניסת השבת אויף די מאקסימום פון 2 שעה, איז שוין 6:15 געווען אפגעלאפן די מיטער, און די קאפס גייען ארום מיט א ברייטע שמייכל אויסטיילן טיקעטס אין די שעה פאר אלע אידישע קארס. די לאקאלע באמטע האבן דאס פארלאנגט צו טוישן אויף פריער, און אצינד טוישט מען דאס צוזאמען מיט די נייע מיטערס.
ווען די DOT האט אופן פארלאנג פון דוב הייקינד אראפגענומען די אינזלען אויף פארט העמילטאן האבן זיי לענגאויס א גרויסע חלק פון די פארנומענע גאס געלייגט סענטער לעינ'ס פאר לעפט טורנ'ס (וואס איז לדעתי א געוואלדיגע תועלת, און ס'העלפט אז די טרעפיק זאל זיך ריקן שנעל און נישט ווערן געשטערט ביי יעדע גאס פון קארס וואס ווילן זיך פארקירעווען אויף לינקס).
פון די נידריגערע גאסן און ארויף ביז 37 סטריט איז דא צוויי לעינס יעדע דיירעקשאן, און פון 37 און ווייטער איז איין לעין צו יעדע דיירקעשאן, מיט די סענטער לעפט טורן לעינס. אבער דארט ביי 37 האבן זיי געמאכט א נייע זאך: ווען מ'קומט צו פארן פון די נידריגערע גאסן אויף ארויף איז פאר 37 סטריט ווערט די רעכטע לעין - פלוצלינג אן קיין ווארענונג - א "right turn only" (אריין צו 37 סטריט, וואס איז א "turn on red intersection"), און די לינקע לעין ריקט זיך אריבער צו רעכטס.
דאס איז באמת א גרויסע סכנה, ווייל די קארס פון די רעכטע לעין באמערקן נישט אז זייער לעין האט זיך איינגעדרייט, און ס'קומט אויס אז פון ביידע לעינס קומט מען אריין אין איין לעין אן קיין ווארענונג. איך האב זיך שוין פארבינדן מיט הייקינד'ס אפיס דערוועגן (אין אימעיל), איך ווארט צו הערן אן אנטווארט איבער דעם