בלאט 1 פון 2
די מעלות און חסרונות פון די muni meters
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 12:15 pm
דורך משיח
ווי באקאנט איז די לעצטערע יארן איינגעפירט די נייע
מאני מיטערס אין ניו יארק סיטי, וואס דאס איז איין מאשין אינמיטן די בלאק און מ'פרינט א רעסיט וואס מ'לייגט אופן ווינדשילד וכו'.
די נייע מיטערס ווערן יעצט מער און מער אינסטאלירט אין די היימישע (בארא פארק) געגענטער, וואלט געווען כדאי אדורכצושמועסן די מעלות און חסרונות דערפון.
חסרונות:
ביז היינט האט מען כסדר געקענט טרעפן מיטערס וואס האבן נאך געהאט געלט פון א פריערדיגע קאר, און ס'איז געווען זה לא חסר וזה נהנה. ביי די נייע מיטערס נעמט די דרייווער מיט זיין טיקעט מיט זיך, און יעדע דרייווער ברויכט אנהייבן פון פריש. (וואס דאס איז א גרויסע מעלה פאר די בלומבערג פאנדרעיזינג אדמיניסטראציע, ווייל זיי קענען מאכן מער ווי איין קוואדער פער 20 מינוט).
נישטא מער אזא זאך ווי א צובראכענע מיטער, אויב איז די מאשין צובראכן (א מילתא דלא שכיחא) ברויכסטו גיין צום מאשין אקעגן איבער אדער נעקסטע בלאק און דארט באצאלן.
ויש עוד חסרונות בזה.
מעלות:
איינע פון די גרויסע אויפטוהונגען דערפון איז אז מ'ברויך זיך נישט ארומשלעפן מיט קיין קוואדערס מער, מ'קען צאלן מיט א קרעדיט קארד אדער מיט דאלערס.
נאך א מעלה איז אז מ'קען באצאלן למשל פאר 2 שעה, און נוצען די זעלבע טיקעט ביי וועלכע פארקינט ספאט מ'גייט. ד.ה. מ'קען גיין שאפינג אויף 13 עוועניו און פארקען ווי מ'וויל מיט די זעלבע טיקעט, און מ'ברויך נישט אריינלייגן א פרישע קוואדער ביי יעדע מיטער.
פאר די היימישע אידען האט עס נאך אסאך מעלות:
אויב לויפטסו אריין אין א געשעפט קויפן א קאווע ברויכסטו [נישט] באצאלן! העכטסענס, אויב באקומסט א טיקעט אין די פאר מינוט לויף דאן שנעל אריינלייגן א קוואדער אין די מאשין, און אריינשיקן די רעסיט מיט די טיקעט, ווייל זיי פארשטייען דאך אז ס'נעמט א 3-2 מינוט ביז איר גייט באצאלן. (אופן טיקעט שטייט 2:03, און אויף אייער רעסיט שטייט 2:06 וועלן זיי עס לכאורה דיסמיסן).
ביז היינט האבן די טרעפיק אגענטען אראפשפאצירט דעם בלאָק און באַלד געזען וועלכע מיטער שמייכלט צו זיי, וועלכע ס'בלינקט. היינט ברויכען זיי אריינגיין צווישן יעדע קאר ליינען די זייגער ווען ס'עקספייערט, און אויב האט איר א רעסיט פון נעכטן מיט די יעצטיגע צייט, איז זייער מעגליך אז די פאליצאנטקע וועט נישט באמערקן אז ס'איז נישט פון היינט, נאר אויב די זייגער שטימט וועט זי גיין זיכן ווייטער. אזוי אויך אין די שניי ווען ס'איז שווער אריינצוקריכן צווישן די קארס קענען זיי מער פאַרקוקען.
עס זענען דע געגענטער ווי ס'איז 25.¢ פער 20 מינוט, און ס'איז דא ווי ס'איז פער 10 מינוט, קען מען קויפן ביי די ביליגע זאון, און פארקן ביי די טייערע זאון (איך האב באמערקט אז ס'זענען דא רעסיטס מיט א גרינע DOT סימבאל, און ס'זענען דא מיט רויטע סימבאל. מעגליך אז דאס האט א שייכות מיט די זאונס. איך ווייס נישט).
אויב האט איר פארגעסן צו באצאלן און חלילה באקומען א טיקעט, קענט איר ווארטן דארט ביז א צווייטער פארט אוועק און אים דאן בעטען זיין רעסיט.
און שטילערהייט גערעדט איז די רעסיט זייער גרינג נאכצומאכן, און אריינשיקן א קאפי דערפון צו די פינאנץ אפטיילונג און פייטען די טיקעט (בפרט אויב מ'קען האבן פון א אנדערע טאג ווי מ'ברויכט נאר טוישן איין נאמבער פון די דאטום).
איך קלער אז מיט די צייט וועלן זיי ארויפלייגן א באַרקאוד אדער א באזונדערע נומבער אויף יעדע רעסיט, וואס דאן וועט מעגליך ווערן אביסל שווערער די אויבענדערמאנטע פרטים, אבער אויף דערווייל איז דאך זיכער גוט.
ויש עוד להאריך בזה, און אדרבה, זייט מוסיף.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 2:16 pm
דורך ווינקל
ס'פשט פון די מאדנע ספעלינג? (MUNI). אזוי רופן זיי דאס?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 2:27 pm
דורך משיח
א קיצור פון די ווארט
Municipal
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 2:47 pm
דורך שמן למאור
א מורא'דיגע פראבלעם טראגט דאס מיט זיך, מ'קען פיין אנפיקסן איינעם אויב מ'וויל.
גייט זיך א איד'ל און לייגט אריין אפאר טאללער פאר אפאר שעה צו זיין פארקירט דארטן, קומט זיך א צווייטער און לייגט נאכדעם אריין א קוואדערל אויף דעם פארקינג, און ביז פיפצן מינוט עקספייערט דאך דעי קוואדערל, און דער איד'ל וואס איז פארקירט באקומעט א געשוואלענעם טיקעט'ל. אויב דער איד האט נישט אוועקגעלייגט זיין צעטעלע קען ער גיין פייפן.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 3:13 pm
דורך ניק ניק
שמן למאור האט געשריבן:א מורא'דיגע פראבלעם טראגט דאס מיט זיך, מ'קען פיין אנפיקסן איינעם אויב מ'וויל.
גייט זיך א איד'ל און לייגט אריין אפאר טאללער פאר אפאר שעה צו זיין פארקירט דארטן, קומט זיך א צווייטער און לייגט נאכדעם אריין א קוואדערל אויף דעם פארקינג, און ביז פיפצן מינוט עקספייערט דאך דעי קוואדערל, און דער איד'ל וואס איז פארקירט באקומעט א געשוואלענעם טיקעט'ל. אויב דער איד האט נישט אוועקגעלייגט זיין צעטעלע קען ער גיין פייפן.
לא זכיתי להבין
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 5:29 pm
דורך שמן למאור
דער טיקעט ברויך מען אוועקלייגן ?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 6:53 pm
דורך יואל ווייס
מען לייגט דאס אויפ'ן דעשבאורד, עס זאל זיין איגלאי מילתא
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 6:55 pm
דורך שמן למאור
אויב ליגט עס נישט אויפן דעזש בארד איז דאס גארנישט ווערד ?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 8:43 pm
דורך יואל ווייס
אויב די געלט צאפערקע וועט דאס נישט זען, וועט זי אויסשרייבן א קוויטל.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 8:54 pm
דורך דערציילער
נאך א חסרון איז אז מען קען נישט צולייגן צום טיקעט מער מינוטן, אויב האט מען געמיינט אז מען דארף זיך אפשטעלן פאר 20 מינוט און נאך 10 מינוט וויל מען צולייגן נאך 30 מינוט, דארף מען צוקויפן נאך 30 מינוט, נישט ווי אמאל וואס מען האט געקענט צוקויפן נאר 20 מינוט.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 10:49 pm
דורך משיח
צ
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 11:06 pm
דורך דער קוטשער
משיח אפליינענדיג דיינע מעלות און חסרונות, שטעלט זיך ארויס, אז (כמעט) אלע מעלות איז נאר מיט'ן גיין קרום, כנהוג ביי אונזערע גאווערנעמט'ס,
און ווידער דער וואס וויל גיין לויט וואס זיי שטעלן צו און גיין גראד, וועלן עפ"ר דערלייגן.
דאס איז אזא געוויסע טעקס קאוד אין אמעריטשקע.
למשל, עס נעמט אסאך לענגער גיין צום מיטער, מסדר צו זיין דעם מיטער, אריינלייגן דאס געלט, באקומען די רעסיט, צוריקגיין צום קאר, עס לייגן אויפ'ן דעשבארד גוט ביים פענסטער,
ביז ווי וואס ווען, קעמען שוין האבן א טיקעט, און פארשטייטסעך זיי וועלן טענה'ן ביזט יעצט געלאפן, ווייל האסט געזען די טראפיק אגענט קומט,
ווילאנג מ'ווערט פארטיג מיט'ן לייגן דאס צעטעלע, איז שוין האלב צייט אפגעלאפן.
קען זיין מ'דארף זיך צו דעם אויך צוגעוואוינען, אדער זיך צוגעוואוינען צו די מעלות..
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2012 5:27 pm
דורך היימישער איד
אין טייל פלעצער (למשל מאנטריאל) דארף מען נישט לייגן די צעטעלע. די קוויטל-שרייבער'ס האבן אזא מאשין וואס זאגט זיי ווי ס'דא א אפגעלאפענע מיטער און ער\זי קען אהין גיין אויסשרייבן דעם טיקעט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2012 7:11 pm
דורך קהת
שלום עליכם חברים! שוין לאנג נישט געשריבען וואס זאלמיר טוהן די צייט לאזט נישט אוי ווי מבענקט זיך נאך די גוטע צייטן...
אזוי ווי מהאט געטוישט פון די געלט מיטערס צו די מוני מיטערס איז כדי צו שרייבן עצות וויאזוי פטור צו ווערן פון דעים.
לאמיר דא שרייבן וואס איך ווייס און אויב איינער האט נאך עצות זאל ער מוחל זיין צו שרייבן.
ערשטנס: די ערשטע זאך זאלסטו קוקן אויב איינער פארט אוועק אין די זאלסט עהם בעטן די מוני מיטער טיקעט און די קענסט עס אריין שוקן.
צווייטנס: איך האב געזעהן מענטשן האבען הונדערטע צעטלעך אויפן דעשבאורד כאילו משה זוכמיר גיי טרעפ די ריכטיגע. אבער איך גלייב זיי זענען שוין קליגער געווארען.
דריטענס: ווען די זעהסט אז די שחור'טע קומט לויף שנעל קויפן א צעטל און לייג עס נישט אויף די דעשבארד אזוי קענסטו רואיג פארקען א גאנצע טאג מיט א פארקינג טיקעט אויפן דעשבאורד על פי רוב באקומט מען נאר איינס א טאג און די שיקסט אריין דיין צעטל וואס די האסט געקויפט א האלבע מינוט פריער פאר 25 גראשען און פטור אנייסעק.
פערדענס: איך האב געהערט אז Brooklyn lumber אויף 46 און ניו יוטריקט האט א גמ"ח פון צעטלעך און ווער עס וויל קען דארטן זיכען זיין צייט וואס ער האט באקומען א טיקעט.
און א זייטיגע זאך אויב מען צאלט מיט א chase קארד קאסט עס אביסל ביליגער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2012 9:23 am
דורך מאנ-יימער
קהת האט געשריבן:פערדענס: איך האב געהערט אז Brooklyn lumber אויף 46 און ניו יוטריקט האט א גמ"ח פון צעטלעך און ווער עס וויל קען דארטן זיכען זיין צייט וואס ער האט באקומען א טיקעט.
אזא גמ"ח איז ווערט צו באגריסן, א געניאלע איינפאל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2012 9:37 am
דורך פליגל
היימישער איד האט געשריבן:אין טייל פלעצער (למשל מאנטריאל) דארף מען נישט לייגן די צעטעלע. די קוויטל-שרייבער'ס האבן אזא מאשין וואס זאגט זיי ווי ס'דא א אפגעלאפענע מיטער און ער\זי קען אהין גיין אויסשרייבן דעם טיקעט.
דאס קען נאר זיין דארט ווי ס'דא מיטערס ביי איעדע קאר, משא"כ ווען ס'דא איין מיטער פאר א גאנצע בלאק ברויך מען לייגן א רעסיט ביים פענסטער און דאס איז די איינציגסטע באווייז אויב דער מאטאריסט האט איינגעצאלט און טאמער יא צי ס'האט שוין עקספייערט.
קהת; אויב אבער שרייבט דער אגענט אז מ'האט אבזערווירט דעם קאר פאר 5 מינוט און ס'נאכאלץ נישטא קיין צעטיל איז א גוטע פראגע אויב דער דזשאדזש וועט אננעמען די טענה, וויי ס'נעמט נישט קיין 5 מינוט צי באקומען ס'צעטעלע.
די פראגע איז אויך אויף וואס די טיקעט איז אויסגעשטעלט; צי ס'יז פאר "קעספייערד מיטער" וואס דאן קאנסטו ווייזן אז דו האסט געקויפט אינצווישן א נייע צעטיל, טאמער איז'ס פאר "נישט ווייזן ס'צעטעל ביים פענסטער" איז אויב האסטו א רעסיט פון יענע מינוט קאן זיין אז ס'קען דורך גיין (אויך נאר אויב ס'שטייט נישט אז מ'האט אבזערווירט ס'קאר פאר 5 מינוט), אבער אויב שטייט אז די צעטיל איז לאמיר זאגן 10 מינוט פארן טיקעט איז א גוטע קשיא אויב דער דזשאדזש וועט דאס אננעמען, ווי ביסטו געווען 10 מינוט? עס נעמט נישט אזוי לאנג צי גיין פונעם מאשינקע ביזן קאר, אלא מאי האסטו נישט געקויפט קיין טיקעט נאדיר באצאל.
כל זה נלע"ד כהלכה, אבל למעשה ווייס'ך נישט וויזוי מ'גייט זיך אום דערמיט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2012 11:20 am
דורך geek
קהת האט געשריבן:
און א זייטיגע זאך אויב מען צאלט מיט א chase קארד קאסט עס אביסל ביליגער
נאר די פרידאם קארד מיט עקסקלוסיווס
Dan האט געשריבן:In other words if you pay a 5 cent library fine with the card you get back 11 miles which are worth 4 times the fine you just paid!
Or if you pay 25 cents for parking at a muni-meter your parking is significantly discounted due to the 10 points you get every time you swipe your card.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2012 11:34 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
איין שטארקע מעלה וואס יעדער וועט מודה זיין אז עס האט, ווען איינער וויל וויסן וויפיל אזייגער עס איז קען עני טיים צוגיין קוקן די זייגער, שבת יו"ט אינדערוואכן, און דעס איז אפילו פאר איינעם וואס האט נישט קיין קאר, מען דארף מער נישט פרעגן יענעם "האסט אפשר א זייגער?"
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2012 11:37 am
דורך שמחת החיים
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איין שטארקע מעלה וואס יעדער וועט מודה זיין אז עס האט, ווען איינער וויל וויסן וויפיל אזייגער עס איז קען עני טיים צוגיין קוקן די זייגער, שבת יו"ט אינדערוואכן, און דעס איז אפילו פאר איינעם וואס האט נישט קיין קאר, מען דארף מער נישט פרעגן יענעם "האסט אפשר א זייגער?"

גוד פאונט יאנקעל!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2012 11:38 am
דורך יוראפ
שמחת החיים האט געשריבן:יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איין שטארקע מעלה וואס יעדער וועט מודה זיין אז עס האט, ווען איינער וויל וויסן וויפיל אזייגער עס איז קען עני טיים צוגיין קוקן די זייגער, שבת יו"ט אינדערוואכן, און דעס איז אפילו פאר איינעם וואס האט נישט קיין קאר, מען דארף מער נישט פרעגן יענעם "האסט אפשר א זייגער?"

גוד פאונט יאנקעל!
אבער ביינאכט דארף מען זיך יא אנשטרענגען עס צו קענען ליינען
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 26, 2012 7:17 am
דורך גוגל
קהת האט געשריבן:שלום עליכם חברים! שוין לאנג נישט געשריבען וואס זאלמיר טוהן די צייט לאזט נישט אוי ווי מבענקט זיך נאך די גוטע צייטן...
אזוי ווי מהאט געטוישט פון די געלט מיטערס צו די מוני מיטערס איז כדי צו שרייבן עצות וויאזוי פטור צו ווערן פון דעים.
לאמיר דא שרייבן וואס איך ווייס און אויב איינער האט נאך עצות זאל ער מוחל זיין צו שרייבן.
ערשטנס: די ערשטע זאך זאלסטו קוקן אויב איינער פארט אוועק אין די זאלסט עהם בעטן די מוני מיטער טיקעט און די קענסט עס אריין שוקן.
צווייטנס: איך האב געזעהן מענטשן האבען הונדערטע צעטלעך אויפן דעשבאורד כאילו משה זוכמיר גיי טרעפ די ריכטיגע. אבער איך גלייב זיי זענען שוין קליגער געווארען.
דריטענס: ווען די זעהסט אז די שחור'טע קומט לויף שנעל קויפן א צעטל און לייג עס נישט אויף די דעשבארד אזוי קענסטו רואיג פארקען א גאנצע טאג מיט א פארקינג טיקעט אויפן דעשבאורד על פי רוב באקומט מען נאר איינס א טאג און די שיקסט אריין דיין צעטל וואס די האסט געקויפט א האלבע מינוט פריער פאר 25 גראשען און פטור אנייסעק.
פערדענס: איך האב געהערט אז Brooklyn lumber אויף 46 און ניו יוטריקט האט א גמ"ח פון צעטלעך און ווער עס וויל קען דארטן זיכען זיין צייט וואס ער האט באקומען א טיקעט.
און א זייטיגע זאך אויב מען צאלט מיט א chase קארד קאסט עס אביסל ביליגער
איך האב די וואך געלייגט א צעטל 9:00AM און איך האב פארגעסען און גאמצן צו לייגען א נייע צעטל, צירוקגעקומען 6PM און ב"ה נישט דא קיין טיקעט
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 29, 2012 12:13 am
דורך הבדלה וויין
פון מיין אייגענע עקספיריענס איז די בעסטע ווען מען זעט אז די טראפיק פאליס שרייבט א טיקעט, צו גיין קויפן א טיקעט ביים מאשין און נישט צוריקגיין צו די קאר תיכף נאר ווארטן ביז זי ענדיגט שרייבן די טיקעט, און עס אריין שיקן, אדער אנליין.
איינמאל בין איך גראד צוגעלאפן צו פאליס און געוויזן די טיקעט, האט זי געשריבן ביי די קאמענטס אז איך האב געקויפט די טיקעט נאכדעם וואס זי האט אנגעהויבן שרייבן די סאמענס.
בדרך כלל קען מען זיך איינשפארן צו קויפן א טיקעט ווען מען דארף מאכ'ן דעליוועריס, אדער קויפן אין גראסערי א קלייניקייט וכדו'
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 29, 2012 7:47 am
דורך משיח
זייט וויסענד, אז אסאך פון די חכמות וואס דא שטייט, ובתוכם וואס איך געשריבן, זענען נישט אזוי גלאטיג,
אויב ביי די פענסטער ליגט אן עקספייערט צעטל, וועט דאס די מרשעת אריינשרייבן, און ס'וועט דיר נישט העלפן די תירוץ אז ביסט דאן געגאנגען צו די מאשין קויפן א טיקעט, ווייל זי שרייבט אז פון ווען די ערשטע צעטל האט עקספייערט ביזטו געווען איליגעל געפארקט.
הגם ס'קען זיין אז די צעטל איז פון א צווייטע פלאץ, און דו ביסט יעצט אנגעקומען אהער, און געגאנגען באצאלן.
דאס איז נאר גוט אויב אויף ביידע צעטלעך שטייען אן אנדערע מאשין נאמבער. אבער אויב אויף ביידע צעטלעך שטייען די זעלבע מאשין נאמבער, וועלן זיי עס געווענטליך נישט דיסמיסן - כך שמעתי.
(סאו אפשר בשעת הדחק קען מען ליופן קויפן אקראס די סטריט, כדי ס'זאל זיין צוויי אנדערע נאמבערס - איך האב דאס נישט אויספראבירט).
ביי מיר האבן זיי אמאל אריינגעשריבן אז קיינער שטייט נישט ביי די מאשין, ממילא איך זאל נישט קענען ענפערן אז איך בין געגאנגען קויפן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 29, 2012 10:52 am
דורך שנאפס
די בעסטע איז צו צאלן א קוואדער
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 14, 2012 12:33 am
דורך לכתחילה אריבער
מאנ-יימער האט געשריבן:קהת האט געשריבן:פערדענס: איך האב געהערט אז Brooklyn lumber אויף 46 און ניו יוטריקט האט א גמ"ח פון צעטלעך און ווער עס וויל קען דארטן זיכען זיין צייט וואס ער האט באקומען א טיקעט.
אזא גמ"ח איז ווערט צו באגריסן, א געניאלע איינפאל.
וויי פאר די איינפאל!
שוין באריכטעט אין דעילי ניוס ר"ל